ר' ישעי'לע האט געהאט א זיווג שלישי הרבנית בת ר' מנחם מענדל פרנס מגארליץ בן ר' נפתלי צבי פרנס (חתן ר' אלימלך טארים מגארליץ בן ר' נתן לייב בן הרה"ק ר' מ"מ מרימנוב} בן ר' נטע מווישניצא חתן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב זי"ע.
וזה הי' זיווגה השלישי ג"כ.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן: דער עלטסטער זוהן פון הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם הנקרא דער טשחויבער רבי, ער האט געוואונט אין ניו-יארק ושם מנ"כ.
ר' חיימ'ל איז געווען אמיטגליד פון די אגודת האדמורי"ם אין אמעריקא און ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ז, ער האט געהאט א זוהן ר' משה וועלכער האט א זוהן דוד וועלכער לעבט אין פלארידא.
מיילעך האט געשריבן: ר' צבי אלימלך רוקח מבערטש-ד' אלול תשכ"ד
נולד בשנת תרנ"ו לאביו ר' יוסף יהודה מליביטשוב בן ר' ישכר בער מליביטשוב בן ר' משה רוקח מקארוב בן הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע.
ולאמו בת ר' מנחם פנחס שפירא מלאנצוט בן ר' אלעזר מלאנצוט בן הרה"ק בעל 'בני יששכר זי"ע.
נשא את בת ר' מרדכי שפירא מבערטש.
היגר לארה"ב ופתח בית מדרשו בבארא פארק ובה כיהן כאדמו"ר מבערטש.
הי' גם ידוע למלחין נפלא.
נסתלק ד' אלול ונטמן בוועלוואד חלקת הסתדרות אדמורי"ם.זצ"ל.
בניו: ר' מנחם פנחס-ר' אברהם שמחה.
חתניו: ר' טובי' הלברשטאם-ר' מנחם מענדל הלברשטאם.
מצבת רבינו וחתנו:
החריף האט געשריבן: איך געדענק נישט וועלעכע צדיק האט געזאגט, אז דער קינדער וואס זענען געבוירען צום סוף פין דער לעבען פון דער הייליגע צאנזער רב זי"ע, זענען מער קדוש מרחם אמו, ווייל צאנזער רב איז געוועהן סוף ימיו מער אויסגעארבעט אין עבודה, ווי תחילת חייו.
מיללער האט געשריבן: נאך א זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יעקב צבי האלבערשטאם אב"ד סוכא ז"ל-הי"ד, עס איז פארבליבען קינדער פונעם סוכא רב החיים אתנו לאויט"א, ר' יחזקאל דוד ואחיו ר' אשר.
דער סוכא רב האט געהאט א זוהן חיים וועלכער איז געווען א חתן ביי הרה"ק ר' חנא האלבערשטאם מקאלאשיץ זצ"ל-הי"ד, ער ווערט געזעהן אויפן פריערדיגען בילד רעכטס, אלס אינגל מיט די ברילען, ער איז אומגעקומען עקד"ה בשנות הזעם.
א בילד פונעם סוכא רב ז"ל.
מיללער האט געשריבן: 2) די מצבה פון הילד בנציון ב"ר ישעי'לע האב איך טאקע געזעהן אין קראקא, עס איז א קליינע מצבה כפי מה שמונח בזכרוני.
מיללער האט געשריבן: דער עלטסטער זוהן פון הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם הנקרא דער טשחויבער רבי, ער האט געוואונט אין ניו-יארק ושם מנ"כ.
ר' חיימ'ל איז געווען אמיטגליד פון די אגודת האדמורי"ם אין אמעריקא און ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ז.
פארצייטישע האט געשריבן: ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב געהייסן דער ערשטער באבובער רב געבן דעם נאמען בן ציון פאר זיין זוהן (הקדושת ציון) אלץ א סגולה פאר אריכת ימים, און אזוי אויך האט ר' מאטילע הארניסטייפלער חדב"ן, אויך געגעבן די נאמען "בן ציון" פאר איינע פון זיינע זוהן אדער אייניקל (כ'געדענק נישט יעצט אבער כ'בין כמעט זיכער אז ס'איז געווען זיין זוהן), זעהט זיך אויס אז ר' ישעי'לע טשחויבער האט אויך געגעבן פאר די זעלבע סיבה, הגם דער צאנזער רב האט שוין מער נישט געלעבט דעמאלטס.
.
שמעלקא טויב האט געשריבן: כ'האב לעצטנס איבערגעקוקט אין "רבינו הקדוש מטשעחויב" וועגן די פטירה פון הרה"ק זי"ע הי"ד. ס'איז מיר אלץ געווען א וואונדער צו מ'ווייס ווי מ'האט אים קובר געווען, ווייל ווען ער איז נסתלק געווארן איז עס לכאו' נאך געווען בכדאי שיעשו אז מ'זאל אים ברענגן לקבורה, האבעך געזעהן אז ער ברענגט מפי מענשן וואס זענען דארט געווען אז די רשעים ימ"ו האבן נישט געלאזט מ'זאל אים ברענגן לקבר ישראל און זיי האבן נעבעך פארברענט גופו הטהור.
קהלת האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן: כ'האב לעצטנס איבערגעקוקט אין "רבינו הקדוש מטשעחויב" וועגן די פטירה פון הרה"ק זי"ע הי"ד. ס'איז מיר אלץ געווען א וואונדער צו מ'ווייס ווי מ'האט אים קובר געווען, ווייל ווען ער איז נסתלק געווארן איז עס לכאו' נאך געווען בכדאי שיעשו אז מ'זאל אים ברענגן לקבורה, האבעך געזעהן אז ער ברענגט מפי מענשן וואס זענען דארט געווען אז די רשעים ימ"ו האבן נישט געלאזט מ'זאל אים ברענגן לקבר ישראל און זיי האבן נעבעך פארברענט גופו הטהור.
אין אנטווערפען האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען נפתלי ראפס, ער איז געווען פון די יודענראט, ער האט דערציילט אז ער איז געווען דערביי ווען מען האט פארברענט גופו הטהור פון ר' ישעי'לה טשעחובער, אין ביינאכט איז ער געקומען אין ציזאמען גענומען די אש אין עס קובר געווען