רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

רב מיללער!
ר' ישעי'לע האט געהאט א זיווג שלישי הרבנית בת ר' מנחם מענדל פרנס מגארליץ בן ר' נפתלי צבי פרנס (חתן ר' אלימלך טארים מגארליץ בן ר' נתן לייב בן הרה"ק ר' מ"מ מרימנוב} בן ר' נטע מווישניצא חתן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב זי"ע.
וזה הי' זיווגה השלישי ג"כ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק אייך ר' מיילעך.

הייסט דאס איז די דריטע רביצין איז אוועק אינעם קריג.

וואס איז גבעליבען מיט אויזער קאמפיין לשפר מצבת הרבנית מטשחויב בזוו"ש, איינער נעמט זיך אונטער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן: דער עלטסטער זוהן פון הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם הנקרא דער טשחויבער רבי, ער האט געוואונט אין ניו-יארק ושם מנ"כ.

ר' חיימ'ל איז געווען אמיטגליד פון די אגודת האדמורי"ם אין אמעריקא און ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ז, ער האט געהאט א זוהן ר' משה וועלכער האט א זוהן דוד וועלכער לעבט אין פלארידא.


די פאלגענדע האט ר' מיילעך הי"ו היינט געשריבען אינעם אינציקלופידיה לאדמור"י אמריקה

מיילעך האט געשריבן: ר' צבי אלימלך רוקח מבערטש-ד' אלול תשכ"ד
נולד בשנת תרנ"ו לאביו ר' יוסף יהודה מליביטשוב בן ר' ישכר בער מליביטשוב בן ר' משה רוקח מקארוב בן הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע.
ולאמו בת ר' מנחם פנחס שפירא מלאנצוט בן ר' אלעזר מלאנצוט בן הרה"ק בעל 'בני יששכר זי"ע.
נשא את בת ר' מרדכי שפירא מבערטש.
היגר לארה"ב ופתח בית מדרשו בבארא פארק ובה כיהן כאדמו"ר מבערטש.
הי' גם ידוע למלחין נפלא.
נסתלק ד' אלול ונטמן בוועלוואד חלקת הסתדרות אדמורי"ם.זצ"ל.
בניו: ר' מנחם פנחס-ר' אברהם שמחה.
חתניו: ר' טובי' הלברשטאם-ר' מנחם מענדל הלברשטאם.

מצבת רבינו וחתנו:


איך זעה אויף די מצבה אז דער ר' מענדל האלברשטאם איז נכד ר' חיימ'ל טשחויבער, דאס איז ווייל ר' דוד יהושע מסאסנאווצע איז געווען בנו של ר' חיים מטשחויב, דער פאטער איז אוועק אינעם קריג און דער ר' מענדל איז אויפגעצויגען געווארן ביים זיידען.

אפשר האט איר מער פרטים איבער דעם אייניקל, איז געבליבען נאך קינדער פון ר' דוד יהושע?
איך ברענגט דא דעם בילד פון דעם ר' מענדל נכדו של ר' חיים מטשחויב וחתן הרב מבירטש.
אטעטשמענטס
IMG_1663%5B1%5D.JPG
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

החריף האט געשריבן: איך געדענק נישט וועלעכע צדיק האט געזאגט, אז דער קינדער וואס זענען געבוירען צום סוף פין דער לעבען פון דער הייליגע צאנזער רב זי"ע, זענען מער קדוש מרחם אמו, ווייל צאנזער רב איז געוועהן סוף ימיו מער אויסגעארבעט אין עבודה, ווי תחילת חייו.


הגה"צ מאונסדארף זצ"ל האט געזאגט שיקענדיג א קוויטל פאר רבי שלום אליעזר זי"ע אז דער צאנזער רב האט זיך אויסגעקענט אין עולם הנשמות אזוי ווי ער אין זיין ספרים שאנק וואס ער ווייס יעדע ספר ווי עס ליגט. און אויב ער האט זיך געוועלט אזאליכע נשמות מוזן זיי זיין גאר גרויס.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן: נאך א זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יעקב צבי האלבערשטאם אב"ד סוכא ז"ל-הי"ד, עס איז פארבליבען קינדער פונעם סוכא רב החיים אתנו לאויט"א, ר' יחזקאל דוד ואחיו ר' אשר.

דער סוכא רב האט געהאט א זוהן חיים וועלכער איז געווען א חתן ביי הרה"ק ר' חנא האלבערשטאם מקאלאשיץ זצ"ל-הי"ד, ער ווערט געזעהן אויפן פריערדיגען בילד רעכטס, אלס אינגל מיט די ברילען, ער איז אומגעקומען עקד"ה בשנות הזעם.

א בילד פונעם סוכא רב ז"ל.

ערגעץ האב איך לעצטענס געזעהן געשריבן אז עפעס א באקאנטע בילד פון בשעת די מלחמה וואו מען זעהט די רשעים די דייטשן ימ"ש שניידן אפ פאר איינעם די פיאות אדער בארד, אז דאס איז פונעם סוכא'ער רב זצ"ל הי"ד, איינער ווייסט פון וועלכע בילד עס רעדט זיך?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

תיקון טעות: איך האב נאכגעקוקט ביינאכט, דער זכרון האט מיך אביסל פארמישט, די מעשה איז אז איך האב מיר פערצופאל פארשאפט פאריגן חודש אב א אידישע חודשליכע אויסגאבע שערי ציון (יו"ל ע"י באבוב 48), דארט אין די בריוון צום מערכת שרייבט דארט א איד ר' אשר ישעי' שארף אביסל זכרונות פון הייליגן דברי חיים'ס משפחה וואס ער געדענק פון זיין היים שטאט ביאלא-ביליטץ, דארט דערמאנט ער א מעשה'לע פונעם סוכא'ער רב אבער נישט וועגן די בילד, שפעטער רעדט ער דארט פון החסיד ר' אבא'לע פון סוכא ז"ל הי"ד א תלמיד פון ערשטן באבוב'ער רב וואס פון זיין זון ר' ישראל לייב ע"ה הי"ד איז דא א באקאנטע בילד וויאזוי די רשעים שניידן איהם אפ די פיאות, ממילא האב איך פארמישט די יוצרות.

אגב שרייבט ער דארט אז אין יאר ת"ש די ערשטע יאהר פון די מלחמה איז ער געווען אין לעמבערג, און ער פלעגט דארט דאווענען ביי' ר' ישעי'לע טשחויב'ער, זעהט אויס אז ר' ישעי'לע האט זיך אויפגעהאלטן אביסל אין לעמבערג אין יענע יארן, אויך שרייבט ער דארט נאך זכרונות פון נאך עטליכע צדיקים, פון ר' שלום אליעזר'ל פון א שבת וואס איז ער איז געווען אין ביאלא, און פון ר' אלעזר אושפיצינער און פון ר' יצחק'ל מסטיטשין און פון די באבובע צדיקים, זכר צדיקים לברכה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן: 2) די מצבה פון הילד בנציון ב"ר ישעי'לע האב איך טאקע געזעהן אין קראקא, עס איז א קליינע מצבה כפי מה שמונח בזכרוני.

זוכנדיג אין די ארכיוון פארן בילד פון מציבת התוס' יו"ט וואס איך האב דא ארויפגעלייגט, האב איך דארט געטראפן אויך דאס בילד ממציבת הילד בנציון בהרה"ק ר' ישעי'לע מטשחויב,

איך האב פרובירט מעתיק צו זיין די נוסח המציבה כפי יכולתי, עס איז אביסל אפגעריבן ממילא איז נישט אלע ווערטער קלאר.

וזהו מה שעלה במצודתי:

פ"נ ה"ה העלם הנחמד היקר כמר
בנציון האלבערשטאם
בן הה"צ מוהר"ר יצחק ישעי' שליט"א
בן הגאוה"ק רשכבה"ג מצאנז
זצלה"ה ונכד היהודי הקדוש
מפרשיסחא זצלה"ה
ב'ן ... ילד שעשועים
נ'צד נחמד מגזע שועים
צ'דיקים וגאונים ..... ואראלים
י'צא נשמתו ביום תליית מאורים
ו'הועלה למרום בין ש... אלים
נ'הי תמרורים השאיר להורים?


אינעם צווייטן בילד קען מען זעהן לפי ערך די אנדערע מציבות אז דאס איז געווען א קלענערע מציבה.

ואיידי דאתי לידן לייג איך אויך ארויף חתימת הרה"ק מטשחויב
אטעטשמענטס
בנציון ב'ר ישעי' מטשחויב.jpg
Copy of pic 059.jpg
טשעחויב.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן: דער עלטסטער זוהן פון הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם הנקרא דער טשחויבער רבי, ער האט געוואונט אין ניו-יארק ושם מנ"כ.

ר' חיימ'ל איז געווען אמיטגליד פון די אגודת האדמורי"ם אין אמעריקא און ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ז.


תמונת ר' חיים ב"ר יצחק ישעי' מטשחויב-ארה"ב ז"ל
אטעטשמענטס
20091027_10211028547_1.jpg
20091027_10211028547_1.jpg (36.72 KiB) געזען 5523 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דעם שבת איז איינגעשטאנען ביי מיר געסט ווועליכע זענען געקומען צו א בר מצוה פון א קרוב זייער, א שכן מיינער.
איך האב געהאט די זכיה צו האבען ביי מיר אלמנת ר' יעקב פרייזער ע"ה א טאכער פון סוכער רב ר' יעקב צבי זצ"ל בנו של הרה"צ ר' יצחק ישעי' מטשחויב הי"ד בנו הצעיר של כ"ק הגה"ק בעל דברי חיים זי"ע.
זי האט אינז דעציילט פון אוהרע יהרען און קראקע און אויך פון אוהרע איבערלעבונג און בוכניער געטא צוזאמען מיט אוהר גרויסען זיידען הי"ד.

דער זיידע אוהרע האט איינמאל זי געהייסען קומען מיט אוהם צום פענסטער. זיי האבען ארויסגעקוקט און געזעהן וויא עס רעגענט.
זאגט ער פאר אוהר, "מיין קינד דו וועסט איבערלעבען די צרות". האט זי אוהם געפרעגט אויף אנדערע משפחה מיטגלידער, האט ר' ישעיה'לע אוהר גענטפערט אפען אז אוהרע עלטערען וועלען נישט און פון אוהרע געשוויסטע וועלען עטליכע יא. זי האט אהנגעפאנגען צו וויינען. און דער זיידע אוהרע האט אויך זיך גענומען וויינען און זאגט פאר אוהר, זעהסט מיין קינד, מיר וויינען דא, און אינדרויסען רעגענט, די הימלען וויינען אויך.

זי האט אינז דערציילט אז דורך אלע שוועריקייטען וואס זי איז אדורך געגאנגען און די מלחמה יהרען האט זי קיינמאל נישט געהאט קיין פחד. עס איז כסדר געשטאנען פאר אוהרע אויגען דער מעמד מיט אוהר זיידען און זי האט געהאט א פעסטע בטחון אז אוהר זיידעס ווערטער וועט מקיום ווערען און זי וועט איבערלעבען די מלחמה. וכך הוה.
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א מעשה נורא.
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

ווייסט אפשר עימצער נאך וועמען הרה"ק ר' ישעי' זון, הילד בנציון, האט געהייסן?
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע:אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב געהייסן דער ערשטער באבובער רב געבן דעם נאמען בן ציון פאר זיין זוהן (הקדושת ציון) אלץ א סגולה פאר אריכת ימים, און אזוי אויך האט ר' מאטילע הארניסטייפלער חדב"ן, אויך געגעבן די נאמען "בן ציון" פאר איינע פון זיינע זוהן אדער אייניקל (כ'געדענק נישט יעצט אבער כ'בין כמעט זיכער אז ס'איז געווען זיין זוהן), זעהט זיך אויס אז ר' ישעי'לע טשחויבער האט אויך געגעבן פאר די זעלבע סיבה, הגם דער צאנזער רב האט שוין מער נישט געלעבט דעמאלטס.
.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארצייטישע האט געשריבן: ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב געהייסן דער ערשטער באבובער רב געבן דעם נאמען בן ציון פאר זיין זוהן (הקדושת ציון) אלץ א סגולה פאר אריכת ימים, און אזוי אויך האט ר' מאטילע הארניסטייפלער חדב"ן, אויך געגעבן די נאמען "בן ציון" פאר איינע פון זיינע זוהן אדער אייניקל (כ'געדענק נישט יעצט אבער כ'בין כמעט זיכער אז ס'איז געווען זיין זוהן), זעהט זיך אויס אז ר' ישעי'לע טשחויבער האט אויך געגעבן פאר די זעלבע סיבה, הגם דער צאנזער רב האט שוין מער נישט געלעבט דעמאלטס.
.


דער זוהן פון ר' מאטעלע האט געהייסן ר' בנציון יהודה לייב מ"מ אביו בהורנוסטייפל ולאחריו בשיקאגו, זיין זוהן האט געהייסן ר' בנציון חיים שלמה משולם זושא דער הורנוסטייפלער רבי פון דענווער, ביידע האבן געקריגען דעם האמען 'בנציון' נישט מעריסה נאר שפעטער האט מען עס מוסיף געווען משום חולי וכדו', זעה די ערשטע יארן ווי ער שרייבט זיך בלויז אונטער יהודה לייב.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36815
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ארויפגערענגט צום היינטיגן יארצייט, זאל די זכות פון א צדיק וועמען אונזערע זיידעס האבן נאך געקאנט אויף אונז מגין זיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'האב לעצטנס איבערגעקוקט אין "רבינו הקדוש מטשעחויב" וועגן די פטירה פון הרה"ק זי"ע הי"ד. ס'איז מיר אלץ געווען א וואונדער צו מ'ווייס ווי מ'האט אים קובר געווען, ווייל ווען ער איז נסתלק געווארן איז עס לכאו' נאך געווען בכדאי שיעשו אז מ'זאל אים ברענגן לקבורה, האבעך געזעהן אז ער ברענגט מפי מענשן וואס זענען דארט געווען אז די רשעים ימ"ו האבן נישט געלאזט מ'זאל אים ברענגן לקבר ישראל און זיי האבן נעבעך פארברענט גופו הטהור.

בכלל וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען איז א שרעק. די רשעים האבן אים אנטדעקט און ער האט זיי געבעטן אז זיי זאלן אים לאזן אנטוען טלית ותפילין, און חבוש על ראשך פארך, האבן זיי אריינגעשאסן בגופו הטהור. איידער ער איז געהארגעט געווארן האט ער געזאגט: דער טאטע האט געזאגט אז די גאנצע זאך [פון אומקומען דורך די רשעים] איז ביי אים נישט מער ווי איבערטוען די בעקיטשע.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, ונקום נקמת דם עבדיך השפוך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

שמעלקא טויב האט געשריבן: כ'האב לעצטנס איבערגעקוקט אין "רבינו הקדוש מטשעחויב" וועגן די פטירה פון הרה"ק זי"ע הי"ד. ס'איז מיר אלץ געווען א וואונדער צו מ'ווייס ווי מ'האט אים קובר געווען, ווייל ווען ער איז נסתלק געווארן איז עס לכאו' נאך געווען בכדאי שיעשו אז מ'זאל אים ברענגן לקבורה, האבעך געזעהן אז ער ברענגט מפי מענשן וואס זענען דארט געווען אז די רשעים ימ"ו האבן נישט געלאזט מ'זאל אים ברענגן לקבר ישראל און זיי האבן נעבעך פארברענט גופו הטהור.


אין אנטווערפען האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען נפתלי ראפס, ער איז געווען פון די יודענראט, ער האט דערציילט אז ער איז געווען דערביי ווען מען האט פארברענט גופו הטהור פון ר' ישעי'לה טשעחובער, אין ביינאכט איז ער געקומען אין ציזאמען גענומען די אש אין עס קובר געווען
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

אין איינע פון די בענדער מושיעון של ישראל תולדות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האב איך אמאל געזעהן א גאנצע פרק פון א באשרייבונג איבער די עסקנות פון כמה רבנים ועסקנים וחסידי צאנז וואס האבן עוסק געווען מציל צו זיין הרה"ק ר' ישעי' מטשעחויב זי"ע, הרה"ק מסאטמאר איז דאן געווען מורא'דיג אקטיוו אין שאפן דאס געלט וכו' כדי מען זאל קענען באפרייען הרה"ק ר' ישעי' מטשעחויב, אבער ליידער האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט, והדברים ידועים ויש בזה פרטים שקשה להאריך בזה
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קהלת האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן: כ'האב לעצטנס איבערגעקוקט אין "רבינו הקדוש מטשעחויב" וועגן די פטירה פון הרה"ק זי"ע הי"ד. ס'איז מיר אלץ געווען א וואונדער צו מ'ווייס ווי מ'האט אים קובר געווען, ווייל ווען ער איז נסתלק געווארן איז עס לכאו' נאך געווען בכדאי שיעשו אז מ'זאל אים ברענגן לקבורה, האבעך געזעהן אז ער ברענגט מפי מענשן וואס זענען דארט געווען אז די רשעים ימ"ו האבן נישט געלאזט מ'זאל אים ברענגן לקבר ישראל און זיי האבן נעבעך פארברענט גופו הטהור.


אין אנטווערפען האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען נפתלי ראפס, ער איז געווען פון די יודענראט, ער האט דערציילט אז ער איז געווען דערביי ווען מען האט פארברענט גופו הטהור פון ר' ישעי'לה טשעחובער, אין ביינאכט איז ער געקומען אין ציזאמען גענומען די אש אין עס קובר געווען


דאכטזיך איך האב אין ערגעץ געליינט אז ער האט געזאגט אז אויף זיינע שטיוועל האט געשפריצט פון ר' ישעי'לע'ס בלוט
אפשר איז דאס געווען אין פארשפעטיגט די שיף
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יארצייט באלו הימים
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

כתי"ק

טשחויב.jpg
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

אפשר עמיצער ווייסט ווען איז די יאהרצייט פין רבי חיים ה"ש בהרה"ק מטשעחויב?
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איז דער בריוו פון הרה"ק ר' ישעי'לע הי"ד-זצ"ל באקאנט? קען עמיצער העלפן איר אויסלעזן?
אטעטשמענטס
dsa_haa-hec_0118.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ב"ה יום ד' תבא שנת תרסה פה קראקא
שוכט"ס לכבוד ידידי הרב החריף ובקי והנגיד הגביר החסיד המפורסם נדיב לב ש'שת'? נ"י

אחדשה"ט במכתבו עזה הנוכחי לחלות פניו ולבקשו שיאבה נא בטובו להיות לי למשען על ימי נוראים וימי החג הבע"ל ע"כ אבקש מאוד מכמע"ה לסעדוני באיזה סיע של ממש שיהי' לכבודי ולכבוד אבותי הקדושים ותקותי חזקה ובטוחה שיפיק רצוני וימלא שאלתי כה ימלא ד' משאלותיכם לטובה.
דברי המעתיר המברכו בהצלחה וכוח"ט הק' יצחק ישעי' הלברשטם בן הה"צ מצאנז זצללה"ה
לעצט פארראכטן דורך ווילוויסן אום דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

זייער אינטערסאנט הער מיללער
מאין באת?
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”