Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס
ציברעך מיר נאר נישט דעם גלאזענעם באטל דא
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ציברעך מיר נאר נישט דעם גלאזענעם באטל דא
איך קויף די גלאזערנע כריין די אנדערע וועפט אויס נאך אפאר טעגגעמבלער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:58 pmסקומט צוזאמען מיט גלאזערנע סעלצער, גלאזערנע חריין, גלאזערנע הערינג, און גרינע מילך.וואסער מאלער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:08 pmשטייענדיג אין די ליניע ביי מיין לאקאלע גראסערי, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די גלאזענע דזשארס פון געפילטע פיש, און איך זעה אז עס זענען דא פינף קאמפעניס גאר.
איך זוך צו פארשטיין ווער קויפט דאס?,
אדער אפשר לעב איך אין א טעות און טויזענטער אידישע שטובער עסן שבת די דזשאר געפילטע פיש.
איינער ווייסט?.
דאכצעך סדא אפילו א ווארמע ניגון דערויף "באלי באלי באלי באלי באלי באלי פיש", (ג"פ ישר והפוך)
ערנסט גערעדט, סהאט אלע טעמים בפרט אויף א וואקאציע ווי די לאקאלע טעיקאוט דעליווערי טשארדשט 10$ א סלייסל
קריך נישט אריין דארט, ווייל לויט קושטא ברויך מען זיך וואשן און מאכן המוציא דערויף...דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:24 pmאיינער ווייסט די מיסטעריעזע רעסעפי דערפון? ווייל עס האט אסאך טעמים אבער קיין איינס איז נישט פון נארמאלע געפילטע
און five towns האב איך עס באמערקט שיין געפאקט פון שווארץ עפעטייזנג צווישן די קיורט פיש ווייס איך נישט צו זיי מאכן עס אליינץ אדער זיי ריפעקעטשען עס פון די דזשארס
גראדע איז דאס די בעסטע הערינג, און די ביליגסטע , אונז קויף מיר עס אמאל, און סאיז ביליג צי מאכן דערפון אנדערע הערינג , ארויסנעמען די פיש און מאכן דערפון טידבידס מיט מאיאנעיז אדער מאטיאש מיט אויל
אונגארס מאכט עס אויך, דא נאך ברענדס, עס זעט אויס ווי איין קאמפאני מאכט עס פאר יעדעםליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:47 pmיא פון ראסקינס...
נע, ס'דא מעיד אין איזראעל און ס'דא אמעריקאנער, גאר אנדערע פישן, אינו דומה טעם דג העולה מן הים בעכו לדג העולה מן הים באספמיא.מה מקוה מטהר האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:09 amכאב אמאל געהערט אז איין קאמפאני מאכט אלע געפילטע אין די זשארס
YOU MADE MY DAYאנגעשאשקעטער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:56 pmדי אידן וואס דרייען נאך ארום די פיאות אויף די אויערן קאונטער-קלאקווייזוואסער מאלער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:08 pmשטייענדיג אין די ליניע ביי מיין לאקאלע גראסערי, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די גלאזענע דזשארס פון געפילטע פיש, און איך זעה אז עס זענען דא פינף קאמפעניס גאר.
איך זוך צו פארשטיין ווער קויפט דאס?,
אדער אפשר לעב איך אין א טעות און טויזענטער אידישע שטובער עסן שבת די דזשאר געפילטע פיש.
איינער ווייסט?.
סקומט שוין פון פארברענגעןגאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:23 amאיך וואלט אריבערגעפירט די אשכול אין אונטערהאלטונג
איר זאלט מיר אנטשולדגן אבער די קדם פיש האט א טעם קיינמאל פארמאגט (סארי ס'האט יא א טעם.... א ...) איך בין אויפגעוואקסן און שיל פון עלטערע יודן און ווען מ'האט געברענגט די פיש פאר שאלעשידעס האבן יחד כולם הודו נישט צוגערירט צו אט דעם מאכל....חיים צבי האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:13 amא מין אשכול דאס, דער אינגער עולם האט אינגאנצען פארלוירן דאס לעצטע ביסל טעיסט פון אמאל, דאס ביסל עולם הזה וואס איז נאך געווען צו באקומען דא אין אמעריקע, וואקסט אזוי אונטער א נארישער דור אשר לא ידע את יוסף, מ׳פארשטייט שוין גארנישט וואס הייסט א פיש מיט ריכטיגע ניצוצות, פארשטיין פארשטייען זיי נאר צו גומענע דזשערקי און מילעכיגע דאונאטס אשר לא שערום אבותינו מעולם.
פרעג איך אייך, את מי אתם מחליפים במי? קדם פיש פאר יאפאנעזע סושי? גולאש פאר מעקסיקאנע טאַקאָוס? די זיידעס אונזערע קוילערן זיך אין קבר און די אייניקלעך טינקען זייערע זויערע חלות אין צוקערלאזע דיל דיפ און ווישן זיך די וואנצעס כאילו זיי האבן עפעס נארוואס פארקייט עפעס שלמה׳ס מעדנים… וואו זענען די אמאליגע קריספּי בארכעס, וואו? וואו איז די אונגערישע קרויט לאקשען, וואו? די פּיפּיקלעך מיט די פּאָפּריקאַש פונם באבע׳ן? ס׳אויס וועלט זאג איך אייך, אויס וועלט.
באלד קומט א פרישער טוטער און עפענט זיך אנ׳אשכול ״ווער ציט נאך ווייט פיש פון די ביינער?״, ״ווער טרינקט נאך שליוואוויטץ?״, אדער ״ווער עסט נאך בארשט מיט קארטאפעל״.
און איך זינג מיר אונטער אזוי טרויעריג בין תנור לכיריים:
מען דארף באהאלטען
א פיש דזשאר אן אלטען
פון אלטע חסידים זייערס א דיש
מען דארף געדענקען
שטארק זיך בענקען
אזוי איז געווען אמאל אן ערליכער טיש
וועלטס מבין האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:24 pm
יוסף חיים ראטנשטרייך זאגט;
א חכם, ווען דאס לעבן גיבט אים לעמאנס מאכט ער דערמיט לעמענאדע.
וואס טוט א שוטה?
ער מאכט דערמיט לעמאן וועפערס.
ווייל פארצייטנס איז נישט געווען קיין פרידשעדער, פלעגט מען שבת ביינאכט עסן געהעריג פיש, שבת צופרי איז עס שוין געווען "גע'פילט'ע" פיש, און ביי שלו"ש איז עס שוין געווען "זיס און זויערע" פיש. היינט האמער נאר א זכר צו דעם
מוראדיגע ניגון קלער עס אנהייבן זינגען יעדעס וואך ביים עסן די געפילטע