שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן
איך באמערק די רינדלעכיגע געשניטענע שטיקעל סקוואש, די לאנגע שטיקעל מייער. אין איך בין מחדש אז מיין טעלער דערמאנט מיך פון שם הוי"ה די סקוואש איז א יו"ד, די זופ איז א ה"א, די מייער די וא"ו, אין די טעלער די לעצטע ה"א.
איך דערמאן זיך די אור החיים הקדוש אויף די פרשה אז די אייבערשטער האט געזאגט פאר משה הוי"ה מיט אקי"ה. הוי"ה ווייזט אז די אייבערשטער מאכט אלעס, אפילו א צרה אפילו שווערע צייטען. און אקי"ה איז אז די אייבערשטער איז אין יעדע צרה. אין האלט מיט פון די נאנט.
מיין מח פארט אוועק צו יארען צוריק... פון עפעס א צרה.. אויך שבת פרשת שמות.....
*******
עס איז שבת צופרי אין בית המדרש קערעסטיר-בערבעשט 241 פענן סטריט אין ווילאמסבורג. דע וואך אנדערש ווי אלע וואכען גייט זיין א אנדערע בעל קורא. יענקי א אינגע שיעור ג' ישיבה קטנה בחור. די רב ר' ישעי גראס ז"ל וואס איז די בעל קורא קבוע איז אין פלארידע פון שבת שמות ביז נאך יתרו.
די בחור איז זייער נערוועז אבער א גאנצע וואך גרייט ער זיך צו ווייל עס איז די ערשטע מאהל וואס ער גייט ליינען די גאנצע פרשה. שני וחמישי האט ער שוין געטוהן אפאר מאהל אבער צו געדענקען די טראפען פון א גאנצע פרשה? נאכדערצו א שובבים לאנגע פרשה איז דאך א שטיקעל טשעלענדש.
ביז שישי האט ער זיך פארגעקוט אין די ימי המעשה אין ישיבה. אבער פון שישי און ווייטער האט ער פרובירט צו חזרן ליל שבת קודש אבער יענע ליל שבת איז געווען מער שלאף-לאז ווי יא. די אחד משישים למיתה איז כמעט נישט געשען אלץ שלאפן. אבער אביסל מער ווי שישים למיתה צער האט ער יא געשפירט אין זיין הארץ און אין זיין מוח. זיינע געפילען האבן איהם מייסר געווען מיט יסורין בשתיקה, זיין וועלט איז צוזאם געפאלען יענע נאכט.
ער גייט ארויף די צוויי שטאק שטיגען אביסל אסאך נערוועז ווייל ער קען נאר ביז שישי. אבער ער איז זיך מחזק "גם זה יעבור". אפשר נעקסט טיים דארף מען זיך פארקוקן צום סוף פרשה ערשט אז אזוי זאל דער עולם בלייבן מיט די גיטע טעם אין מויל.
ער הייבט אן ליינען, אלעס פארט געשמירט. אבער מען קומט אן צו שישי עס פארט נאך גאנץ גוט די ווערטער, כאטשיק טראפען קען ער שוין נישט, אבער מען קומט אן צו שביעי אין ער הייבט אן צו קעקעצען מיט די עברי.
ויֻכו שטרי בני ישראל ווערט ויַכו
מוכים וחטָאת עמך ווערט וחטָאתָ
תבן אין נִתָּן ווערט נָתָן
בקיצור סאיז יו"ט אין דערוואכן מיט דעם בחור. די בחור מאכט דאס אדורך בשלום. נישט צו גרויסע בושות אבער ער קען זיך נישט זאגן פאר קיינעם פארוואס ער האט זיך נישט געהעריג פארגעקוקט, פארוואס די נאכט איז געווען שלאףלאז. ווייל עס איז זייער א גרויסע בושה און אויך זייער ווייטאגלעך.
*******
א יאהר פריער זונטאג פרשת לך-לך תשס"ט אין ישיבת שערי יושר עס איז דא אינגאנצען איין אין צוואנציג בחורים אין ישיבה. די ישיבה איז פוחת והולך משום כמה סיבות. מזוכט א בעל קורא פאר מארגען מאנטאג. די בחור יענקי ער האט נאך קיינמאל נישט געליינט אבער ער זאגט אז זיין טאטע איז א בעל קורא אין ער איז גרייט צו ליינען. ער שטעלט זיך צו צום בימה עס פארט גאנץ געשמירט. אבער די ראש ישיבה איז נישט צופרידן. אנשטאט צו געבען א פסק ריפט ער אן א תלמיד ותיק זיינער ר' יונה הי"ו א חשובע אינגערמאן א בעל קורא מומחה אויב ער קען טוהן א חסד אין אויסלערנען די בחור פון וויליאמסבורג וויאזוי צו ליינען מער מדיוק. אומר ועושה אז א ראש ישיבה הייסט פירט מען אויס למעשה. ר יונה ארבעט אין קארנס בעקעריי אין רופט אריבער יענקי יעדע זונטאג אין מיטוואך נאכט זיך צו צוגרייטען די קריאה פון שני וחמישי בחנם ממש!!
אין אזוי האט זיך דער בחור געלערענט זיין א בעל קורא. דע השגה פון הרב רוזנבלום זי"ע אין די נאמנות אין תמימות פון די תלמיד ר' יונה נ"י.
* * * *
א יאהר שפעטער יענקי'ס טאטע זאגט איהם איך האב א גיטע פאסטען פאר דיר. קערעסטירער בית המדרש דא ארויף די גאס זיכט א בעל קורא פאר פינף וואכען. זיי זענען גרייט צו צאלען פינף אין צוואנציג דאלער פער וואך. ממש טבין ותקילין... אבער ער איז געווען זייער עקסיידעט.
יענע פרייטיג צונאכטס פרשת שמות האט ער געגעסען די סעודה ביי די באבע אריבער די גאס. ווען ער קומט אהיים זאגט איהם זיין מאמע זעץ דיך אראפ איך וויל דיר עפעס זאגן. זי הייבט אן זאגן "איך האב פרובירט אלעס פאר אוינזער שלום בית אבער איך קען נישט ווייטער אנגיין. די איינציגסטע מהלך איז, אז איך אין טאטי גייען זיך גט"ן." זי לייגט צו אז נאך איין מזל אז ער איז נישט געווען ביי די סעודה ווייל טאטי האט געוויינט.
זיין בויך פאלט אראפ ווי פון א גליטשער. זיין מאגן איבעלט איהם. וואס? איך גיי ווערען די נעבעך פון שטאט? אין אויך, די האסט מיך אפגענארט!! יעדע מאהל נאך א אזא סכסוך צווישן די צוויי פון די דריי שותפים באדם אין אזא שטילע מינוט פלעגט יענקי פרעגען.
"מאמי די גייסט זיך גט'ן?" די ענטפער איז געקומען מיט א הבטחה,
"נע מהאט זיך סתם גטענה'ט"
ער וויל זיך פארקוקן די ליינען אבער אנשטאט ווערטער זעט ער גארנישט נאר אין זיין מח הערט ער איינמאל אין נאכאמאל די ביסט א נעבעך! די ביסט א נעבעך!
אריין אין בעט, צירוק צו די תיקון קוראים וחוזר חלילה אפאר מאהל. ער קען נישט קימען צו זיך. ענדליך שפעט אין די פארטאגס שעה'ן האט זיך די שלאף גובר געווען אויף די צער. אבער די ליינען האט ער נישט געלונגען צו זיך פארקוקן ביזן סוף.
******
פרשת יתרו איז יענקי שוין געקומען פון די אנדערע זייט ווילאמסבורג פון זיין נייע הויז אבער ער איז נישט פרייליך ווייל זיין טאטע איז נישט מיט געקומען צו די נייע הויז. אבער זיין מאמע באגלייט עם די שווערע לאנגע וועג. (עס האט געדארפט זיין א שניי שטורעם יענע שבת אבער אלע שניי איז אנגעקומען אין פעסעיק נוי דשערסי געגענט. "אנשטאט דע שניי די זון עס שיינט" )
די ליינען האט ער גוט געקענט ווייל יתרו איז גאנץ קורץ. יעדער קומט אריבער נאכן ליינען זאגען שכ"ח!! יענקי איז נישט זיכער צו די שכ"ח איז עכט אדער נאר ווייל ער איז געווארען א נעבעך.
****
"וואס ביסטו פארקלאצט!"
"די קינדער ווילן שוין פרעגען די שאלות!"
פרעגט מיין רעבעצען.
איך קוק ארום אין איך זעה מיין ווייב, און דריי קינדער ארום די טיש. איינער אין די היי-טשעיר, די אנדערע צוויי שפילען זיך שיין. אשתך כגפן פוריה, בניך כשתילי זיתים סביב לשלחנך. אין ברוך השם אז אין דע הויז וואוינען יא די טאטע אין מאמע צוזאמען מיט שלום ושלווה. (אפאר מאהל טענ'ט מען זיך אבער אויף א געזונטע אופן...)
כנסת ישראל בעט זיך צו טאטי פליז קום שוין צוריק אהיים לאמיר לעבן צוזאמען בשלום ושלווה אין איין הויז. אמן