העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זיך יעצט משתתף געווען מיט ח"י

כ'האב פשוט נישט קיין ברירה, היות דער איד דא שטעלט מיר צו צו לעיזן טאג ביכער גאנצע שטיקער, שורות פון לוט ווי ער איז שיכער...
אלעס פאר בחנם, מיט א פארצייטישע חן, און היינטיגע געשמאק!

כה לחי, יישר כח און הצלחה און סייעתא דשמיא געזונטע לאנגע יארן!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @עוד יזכור לנו פאר'ן זיך אנרופן מיט די הערליכע נתינה פון זיבעצן דאלער!

כמנין טו"ב. עס איז גוט און עס זאל דיר זיין נאך בעסער.

השי"ת זאל דיך באגליקן אין אלע דיינע וועגן, און זאלסט תמיד טון בלויז גוטע זאכן.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

זע איך אין מאנסי עירוב אשכול, אז דו ביסט זיך מונע פון נוצן דעם עירוב.

אויב דו לאזט זיך אויספרעגן, בין איך נייגעריג:
1. ווילאנג?
2. דו אליין, אדער די גאנצע משפחה?
3. פאר דעיע נישט-געלט קענסטו צוריקקומען קיין וומסב"ג...
4. וואס איז געווען די שווערסטע געוואוינהייט צוריקצודרייען צוליב דעם?
5. איז דען נישט דא געוויסע סערוויסעס אום שבת/3 טעג יו"ט, וואס שולן שטעלן נישט צו?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:54 pm
זע איך אין מאנסי עירוב אשכול, אז דו ביסט זיך מונע פון נוצן דעם עירוב.

אויב דו לאזט זיך אויספרעגן, בין איך נייגעריג:
1. ווילאנג?
2. דו אליין, אדער די גאנצע משפחה?
3. פאר דעיע נישט-געלט קענסטו צוריקקומען קיין וומסב"ג...
4. וואס איז געווען די שווערסטע געוואוינהייט צוריקצודרייען צוליב דעם?
5. איז דען נישט דא געוויסע סערוויסעס אום שבת/3 טעג יו"ט, וואס שולן שטעלן נישט צו?
1. זינט איך האב זיך דא באזעצט (פארדעם פלעג איך זיך יא באנוצן דערמיט, ווען איך פלעג זיין א גאסט אויף א שמחה)
2. איך אליין
3. דאס איז איינע פון די פלענער... מה' מצעדי גבר
4. גארנישט געדארפט טוישן, ווי געשריבן אז איך האב זיך קיינמאל צוגעוואוינט צום עירוב
5. די איינציגע פראבלעם קען זיך שאפן שבת חול המועד סוכות ווען מען דארף טראגן דעם בילקע אין סוכה אריין, און איך גיי אין אזא שול וואו די סוכה איז באהאפטן צום שול און מען ברויך ניטאמאל אן עירוב, אדער עס איך טאקע אינדערהיים [אזוי ווי שבת חול המועד פסח].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @different פאר'ן אריינווארפן א צוואנציגער אין מיין קאנטע!

בן עשרים לרדוף, לויט איין פשט אין ברטנורא מיינט אז מען רודפ'ט אים נאך (עיין שם), קען מען דאס נוצן לענינינו אלס א ברכה אז אין זכות פון די עשרים דאלער, זאל מקויים ווערן אך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך, ושבת בבית ה' לאורך ימים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @דאני און @אנאנימער פאר די שיינע נדבה פון פינף און צוואנציג דאלער - איטליכער.

זאלט איר ביידע זיין געבענטשט און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע אונטערנעמונגען און פראיעקטן, למעלה מן המשוער.

אינאיינעם אריין איז דאס פופציג דאלער, און דאס ברענגט מיין קאנטע צו: $2,962!!! - בלויז 38 דאלער אונטער דריי אלפים!

מען קען שוין זען דעם ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם טונעל [די צענזור האט כמעט אויטאמאטיש געטוישט דעם ווארט צו עפעס אנדערש...], במשך דעם היינטיגן טאג זענען אריינגעקומען נדבות און די סומע פון ארום דריי הונדערט און זעכציג דאלער, אבער דער טאג איז נאכנישט פארביי און מיר קענען נאך אפילו דערגרייכן דעם ציל בעפאר דער קאמפיין גייט לעבעדיג!
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 9:29 pm
יישר כח @דאני און @אנאנימער פאר די שיינע נדבה פון פינף און צוואנציג דאלער - איטליכער.

זאלט איר ביידע זיין געבענטשט און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע אונטערנעמונגען און פראיעקטן, למעלה מן המשוער.

אינאיינעם אריין איז דאס פופציג דאלער, און דאס ברענגט מיין קאנטע צו: $2,962!!! - בלויז 38 דאלער אונטער דריי אלפים!

מען קען שוין זען דעם ליכטיגקייט ביים ענדע פונעם טונעל [די צענזור האט כמעט אויטאמאטיש געטוישט דעם ווארט צו עפעס אנדערש...], במשך דעם היינטיגן טאג זענען אריינגעקומען נדבות און די סומע פון ארום דריי הונדערט און זעכציג דאלער, אבער דער טאג איז נאכנישט פארביי און מיר קענען נאך אפילו דערגרייכן דעם ציל בעפאר דער קאמפיין גייט לעבעדיג!
אמן יישר כח פאר דיר פארן האלטען ריין די מקום
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גוט מארגן רבותי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער קאמפיין איז געגאנגען לעבעדיג (אבער נאכאלץ קען מען נישט זען ווער עס האט אלץ מנדב געווען אויף מיין בלעטל... גאנץ א גוטע זאך לגבי גילוי)

מיר האלטן נאכנישט ביים ערשטן ציל, מיר מוזן זיך ריקן פאראויס - היום קצר והמלאכה מרובה (מאנטאג איז א פארנומענע טאג ביי מיר, איך גיי נישט קענען אריינטשעקן צופיל, אבער דער עולם זאל אריינשיסן געלט און איך וועל זיך באדאנקען יעדע מאל איך וועל האבן אפאר מינוט אי"ה)

יעצט באקומען א שטארקע שטופ פאראויס, ווען מיין אייגענער "שכן טוב" האט אריינגעשמעטערט "הונדערט און אכציג" דאלער אינעם קאמפיין!

יהי רצון מיר זאלן ווייטער קענען בלייבן גוטע שכנים... זאלסט האבן די נויטיגע געלטער צו קויפן וואס דו ווילסט און איך אויך... און זאלסט זען אסאך אידיש נחת ביי דיינע קינדערלעך און הצלחה אין די געשעפטן!

(איך גלייב נישט אז דו ליינסט דא... טאמער יא, שיק מיר א גרוס)
אוועטאר
לעקסוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

טייערע @לכאורה .

-נאכן זיין אויף הייד-פארק א לענגערע וויילע און מאיז געקומען צום החלטה אז מגייט עפענען אן אייגענע וועלטל האט מען דאך געדארפט האבן א געוואלד מיט געלט צו אויפשטעלן אן אייגענע וועב זייטל.
פון וואו איז געקומען די הון תועפות און וואס איז געווען די מטרה פון דער וואס האט עס אינוועסטירט? איז עס געקומען פון א ביזנעס פערספעקטיוו אז דא גייט מען עווענטשעלי קענען מאכן געלט, אדער מער פון אן אידעלאגישע אידעלאגיע אז זאל קאסטן וואס קאסט, דא גייט מען זיכער מאכן אז סזאל זיין א כשרע פלאץ ווי מקען זיך אויסליפטערן?

- דיין @לכאורה ניק האט זיך איינגעשריבן אום 2009, וואס איז געווען די ניק מיט וואס דו האסט געשריבן פון ווען מאיז אריבער פון היידפארק ביז 2009?

-אלץ איינער וואס איז שוין אריבער די בן ארבעים לבינה האסטו זיכער אסאך לעבנס ערפארונג אויף דיין רעזומעי.
איז וואלט געווען א גוטע געדאנק אויב דו וואלסט געווען גרייט אביסל מיט טיילן מיט די עולם פון דיין ניסיון החיים לתועלת די יונגערע מיטגלידער אויפן וועלטל. וועלכע זאך האסטו חרטה אז דו האסט עס נישט געטון ווען דו ביסט געווען יונגער; וועלכע זאך האסטו חרטה אז דו האסט עס יא געטון ווען דו ביסט געווען יונגער און יעצט קוקענדיג צוריק זעסטו אז סאיז נישט געווען אזא גוטע החלטה?

-און נאך א שאלה פון דיין ערפארונג, אלץ איינער וואס האט שוין חתונה געמאכט קינדער, וואס ביסטו מציע פאר א פרישע יונגערמאן נאכן חתונה צוטון כדאי צו קענען אנקומען ביי די סטעידש פון לעבן מיט א פינאנציעלע רואיגקייט?

-און צום לעצט; וויאזוי קען איך ווערן אן אחראי?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ענטפערס אונטן:
לעקסוס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:47 pm
טייערע @לכאורה.

-נאכן זיין אויף הייד-פארק א לענגערע וויילע און מאיז געקומען צום החלטה אז מגייט עפענען אן אייגענע וועלטל האט מען דאך געדארפט האבן א געוואלד מיט געלט צו אויפשטעלן אן אייגענע וועב זייטל.
פון וואו איז געקומען די הון תועפות און וואס איז געווען די מטרה פון דער וואס האט עס אינוועסטירט? איז עס געקומען פון א ביזנעס פערספעקטיוו אז דא גייט מען עווענטשעלי קענען מאכן געלט, אדער מער פון אן אידעלאגישע אידעלאגיע אז זאל קאסטן וואס קאסט, דא גייט מען זיכער מאכן אז סזאל זיין א כשרע פלאץ ווי מקען זיך אויסליפטערן?
דאס געלט האט @ארענדער אינוועסטירט, די שאלה דארף זיין געוואנדן צו אים.

- דיין @לכאורה ניק האט זיך איינגעשריבן אום 2009, וואס איז געווען די ניק מיט וואס דו האסט געשריבן פון ווען מאיז אריבער פון היידפארק ביז 2009?
עס הייבט זיך אן מיט א ק'.

-אלץ איינער וואס איז שוין אריבער די בן ארבעים לבינה האסטו זיכער אסאך לעבנס ערפארונג אויף דיין רעזומעי.
איז וואלט געווען א גוטע געדאנק אויב דו וואלסט געווען גרייט אביסל מיט טיילן מיט די עולם פון דיין ניסיון החיים לתועלת די יונגערע מיטגלידער אויפן וועלטל. וועלכע זאך האסטו חרטה אז דו האסט עס נישט געטון ווען דו ביסט געווען יונגער; וועלכע זאך האסטו חרטה אז דו האסט עס יא געטון ווען דו ביסט געווען יונגער און יעצט קוקענדיג צוריק זעסטו אז סאיז נישט געווען אזא גוטע החלטה?
מיט די היינטיגע ריעל עסטעיט פרייזן, וואלט אפשר יא געווען א גוטע געדאנק צו קויפן עפעס מיט יארן צוריק, א זאך וואס איך האב קיינמאל געטון צוליב די הויכע פרייזן דערפון.
אויף די צווייטע חלק שאלה: אפשר וואלט מיין לעבן געווען רואיגער ווען איך בין נישט פארמישט אין די אידישע וועלט פארומס...

-און נאך א שאלה פון דיין ערפארונג, אלץ איינער וואס האט שוין חתונה געמאכט קינדער, וואס ביסטו מציע פאר א פרישע יונגערמאן נאכן חתונה צוטון כדאי צו קענען אנקומען ביי די סטעידש פון לעבן מיט א פינאנציעלע רואיגקייט?
איך האב ב"ה חתונה געמאכט דריי קינדער, השי"ת זאל ווייטער העלפן. אלס פרישער יונגערמאן פלעג איך האבן 'נייטמעירס' וויאזוי איך גיי דאס קענען באווייזן אן בעטן הילף אדער זיך אנבארגן, און אפילו נאכ'ן שידוך-שליסן פונעם ערשטן קינד האב איך געשפירט אז די וועלט עקט זיך מיר ח"ו, דאס זעלבע האב איך געשפירט תיכף נאך די שבע ברכות פונעם ערשטן קינד. אבער וויסן זאלט איר, אז השי"ת פארלאזט קיינעם, און אז מען טוט די ריכטיגע השתדלות און מען פארשווענדט נישט איבריג געלט, קען מען חתונה מאכן אן דארפן בארגן א פיאסטער. עכ"פ ביי מיר איז אזוי געווען אלע דריי מאל = חזקה.

-און צום לעצט; וויאזוי קען איך ווערן אן אחראי?
נעמט זיך שרייבן מער, און מאכט זיכער צו שרייבן גוט. צייגט ארויס אייער שכל הישר און גרייטקייט צו העלפן אנדערע, און ווען עס וועט זיך מאכן א נויטוועדיגקייט צו אריינברענגען פרישע כוחות, וועט מען אייך באטראכטן דערפאר.
אוועטאר
לעקסוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

קרעמער??
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

לעקסוס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm
קרעמער??
ששש...
אוועטאר
לעקסוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

איך שעץ שטארק דיין אויפריכטיגקייט וואס אנערקענט זיך אין דיינע תשובות. כגלייך עס.

כל הכבוד אז דו האסט חתונה געמאכט דיינע קינדער אויף א נידעריגע סטאנדארט און זיך נישט אן געבארגט פון די האלבע שטאט.
הערסט @אליעזר קרויס סאיז דא אזעלעכע מענטשן אויך!

פארוואס פילסטו אז די אידישע וועלט פארומס האט צוגענומען פון דיין רואיגקייט? סאיז דאך געמאכט פאר די פארקערטע סיבה אז מזאל זיך קומען אויסליפטערן דא. ניין?

אומר אני האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:59 pm
לעקסוס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm
קרעמער??
ששש...
אויב איז עס ריכטיג, קומט אויס אז די מנהל ירום הודו האסט אן היסטאריש רעקארד ברעכנדע נאמבער פון 55899 תגובות געשריבן דא אויפן וועלטל!!
(נישט אריין גערעכנט די אנדערע ניקס וואס זייערע אידענטיטעט איז נאך אדערווייל אינטער א צו איסור פרסום)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לעקסוס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:04 pm
איך שעץ שטארק דיין אויפריכטיגקייט וואס אנערקענט זיך אין דיינע תשובות. כגלייך עס.

כל הכבוד אז דו האסט חתונה געמאכט דיינע קינדער אויף א נידעריגע סטאנדארט און זיך נישט אן געבארגט פון די האלבע שטאט.
הערסט @אליעזר קרויס סאיז דא אזעלעכע מענטשן אויך!

פארוואס פילסטו אז די אידישע וועלט פארומס האט צוגענומען פון דיין רואיגקייט? סאיז דאך געמאכט פאר די פארקערטע סיבה אז מזאל זיך קומען אויסליפטערן דא. ניין?
עס איז נישט עפעס וואס מען טראגט שטאלץ אויפ'ן קראגן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח " @חצי נזק " פאר'ן אריינשטעלן "זעקס און דרייסיג דאלער" אינעם קאמפיין! יישר כח "אנאנימער" פריינט פאר'ן אריינשטעלן "אכט און צוואנציג דאלער" אינעם קאמפיין!

אינעם איז דאס "פיר און זעכציג דאלער", און ברענגט מיין בלעטל צו $3,206!

השי"ת זאל אייך ביידע העלפן און צושטעלן אלעס וואס איר דארפט, פון געלט ביז שפייז, פון נחת ביז שלום בית, און צופרידנהייט ביז רואיגקייט, און אלעס ארום.
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:26 pm
יישר כח "@חצי נזק" פאר'ן אריינשטעלן "זעקס און דרייסיג דאלער" אינעם קאמפיין! יישר כח "אנאנימער" פריינט פאר'ן אריינשטעלן "אכט און צוואנציג דאלער" אינעם קאמפיין!

אינעם איז דאס "פיר און זעכציג דאלער", און ברענגט מיין בלעטל צו $3,206!

השי"ת זאל אייך ביידע העלפן און צושטעלן אלעס וואס איר דארפט, פון געלט ביז שפייז, פון נחת ביז שלום בית, און צופרידנהייט ביז רואיגקייט, און אלעס ארום.
שוין געמיינט כ'וועל האבן א לעבעדיגע הספד... נעווער מיינד...
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חצי נזק האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:28 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:26 pm
יישר כח "@חצי נזק" פאר'ן אריינשטעלן "זעקס און דרייסיג דאלער" אינעם קאמפיין! יישר כח "אנאנימער" פריינט פאר'ן אריינשטעלן "אכט און צוואנציג דאלער" אינעם קאמפיין!

אינעם איז דאס "פיר און זעכציג דאלער", און ברענגט מיין בלעטל צו $3,206!

השי"ת זאל אייך ביידע העלפן און צושטעלן אלעס וואס איר דארפט, פון געלט ביז שפייז, פון נחת ביז שלום בית, און צופרידנהייט ביז רואיגקייט, און אלעס ארום.
שוין געמיינט כ'וועל האבן א לעבעדיגע הספד... נעווער מיינד...
וואס הייסט?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אנאנימער פאר די נדבה פון אכצן דאלער, יישר כח @יעקב פריינד פאר די הערליכע נדבה פון פופציג דאלער!

אינאיינעם איז דאס אכט און זעכציג, כמנין חיי"ם.

זאלט איר ביידע לאנג לעבן, און זיין געזונט און שטארק, מיט נחת פון די קינדער און די אייניקלעך אי"ה.

א גרויסן יישר כח פאר'ן שטופן דעם וואגן, אט אט קריכט מען אדורך דעם אזויגערופענעם גאול!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @מיסטעריעז פאר'ן אריינווארפן פופצן דאלער צו אונזער צוועק!

י"ה יושיעך! זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים, ובפרט ברוחניות כרמז י"ה שבשם (כאשר ראיתי בבאר מים חיים פ' עקב עיי"ש)
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:15 pm
גוט מארגן רבותי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער קאמפיין איז געגאנגען לעבעדיג (אבער נאכאלץ קען מען נישט זען ווער עס האט אלץ מנדב געווען אויף מיין בלעטל... גאנץ א גוטע זאך לגבי גילוי)

מיר האלטן נאכנישט ביים ערשטן ציל, מיר מוזן זיך ריקן פאראויס - היום קצר והמלאכה מרובה (מאנטאג איז א פארנומענע טאג ביי מיר, איך גיי נישט קענען אריינטשעקן צופיל, אבער דער עולם זאל אריינשיסן געלט און איך וועל זיך באדאנקען יעדע מאל איך וועל האבן אפאר מינוט אי"ה)
מען קען בעטן די קאמפיין הויפטקוואטיר צו עפענען די בלעטל פאר קאמענטארן
וכן אני נוהג
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עמית האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:31 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:15 pm
גוט מארגן רבותי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער קאמפיין איז געגאנגען לעבעדיג (אבער נאכאלץ קען מען נישט זען ווער עס האט אלץ מנדב געווען אויף מיין בלעטל... גאנץ א גוטע זאך לגבי גילוי)

מיר האלטן נאכנישט ביים ערשטן ציל, מיר מוזן זיך ריקן פאראויס - היום קצר והמלאכה מרובה (מאנטאג איז א פארנומענע טאג ביי מיר, איך גיי נישט קענען אריינטשעקן צופיל, אבער דער עולם זאל אריינשיסן געלט און איך וועל זיך באדאנקען יעדע מאל איך וועל האבן אפאר מינוט אי"ה)
מען קען בעטן די קאמפיין הויפטקוואטיר צו עפענען די בלעטל פאר קאמענטארן
וכן אני נוהג
ס'מיר גוט אזוי

----
רבותי! נאך דא אפאר הונדערט דאלער צו גיין ביז מיין ציל, וואו זענט איר?
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:15 pm
ברוך השם דער סטראטעגיע ארבעט...

@אפגעגאלט האט זיך יעצט אנגערופן, און נישט סתם אנגערופן, נאר מיט א גאנצע מאה!

א גרויסן יישר כח פאר דעם געוואלדיגן שטופ פאראויס פאר אונזער צדקה באן, מיר האלטן שוין יעצט ביי $2,208 - השי"ת זאל ווייטער העלפן.

זאלסט זוכה זיין צו גרויסקייט, ווי חז"ל זאגן אז זיך אפשערן איז א מלך ביפיו תחזינה עיניך (תענית יז.), ויגלח ויחלף שמלותיו שטייט ביי יוסף ווען ער איז עלה לגדולה.

די גמרא זאגט אויך "המגלח ראשו בחלום סימן יפה לו", און רש"י זאגט אז דאס איז א סימן פון גדולה ותפארת.

זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, און שטייגן און וואקסן מעלות רמות בתורה ועבודת השי"ת.
הוספתי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער ענין פון מצוה גוררת מצוה זעט זיך באשיינפערליך אן

ווי נאר איך האב געמאכט דעם לעצטן אפיעל מיט קארגע זיבן מינוט צוריק, האט @אפגעגאלט באשלאסן צו שענקן א הוספה, פרישע "זעקס און דרייסיג דאלער" - אין צוגאב צו זיין פריערדיגע הערליכע נתינה פון "הונדערט דאלער".

דאס ברענגט זיין נתינה צו "הונדערט זעקס און דרייסיג דאלער" - גימטריא פון קו"ל, צו"ם און ממו"ן

זאל השי"ת העלפן אז זיין קו"ל זאל אימער געהערט ווערן בשמים ממעל, עס זאל דערגרייכן צו"ם כסא הכבוד, און עס זאל אים קיינמאל פעלן ממו"ן

און אויב ער וויל, זאל ער אויך זוכה זיין אויסצושטייגן א מו"ץ...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”