העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:02 pm
@סאכדעס האט נאך עקסעס צום מלמדים שטוב? פארוואס זענען דא מנהלים און אחראים וואס מען זעהט זיי נישט ווי גרויס די יאר איז? וואס איז טעכניש די חילוק פון א מנהל און אחראי? איז דא א לימוט וויפיל שאלות איך מעג פרעגן.....?
סאכדעס האט נאך צוטריט, און ער דרייט זיך נאך דא

די מנהלים און אחראים וואס מען זעט נישט, זענען געווענליך אומאקטיוו (מען ווארפט קיינעם ארויס, אפילו מען איז אומאקטיוו)

א מנהל האט מער מעגליכקייטן, ווי צום ביישפיל חוסם זיין ניקס, אננעמען ניקס

פרעג מיין קינד פרעג
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

טייערע @לכאורה ...

ווען זענט איר צום ערשט אנגעקומען צו הייד-פארק?

וואס איז געווען אייער ניק דארט?

ווען האט מען אפגעמאכט צו עפענען אן אייגענע פארום דארט?

וואס איז געווען די מכה בפטיש צו גיין אליין?

ווייסט איר ווער עס איז געווען די ערשטע ניק דא וואס איז נישט געקומען פון הייד-פארק?

זינט יענע דארנערשטאג כ"ו סיון תשס"ו, ווען איז געווען די שווערסטע טאג פאר די עקזיסטענץ פונעם וועלטל און פארוואס?

וויאזוי גייט צו דאס אויפנעמען נייע אחראים/מנהלים?

ווען האט מען דאס לעצטע מאל אויפגענומען אן אחראי /מנהל?

*
פון וועלכע רבנים זצ"ל האט איר באקריגן חיזוק/קריטיק וועגן אייער באשעפטיגונג דא?

פון וועלכע רבנים החיים אתנו שליט"א האט איר באקריגן חיזוק/קריטיק וועגן אייער באשעפטיגונג דא?

*

האט איר שוין אמאל געטראכט פון עפענען א שול?

האט מען אייך אמאל אנגעבאטן א מגי"ש/משפיע סארט פאזיציע? אויב יא וועלכע און פארוואס האט איר עס נישט אנגענומען?



ענדיגט דאס און דערנאך וועלן מיר רעדן וועגן געלט...
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

ביסט אקטיוו מיט נאך א ניק ?
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ענטפערס אינעווייניג
חצי נזק האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:14 pm
טייערע @לכאורה...

ווען זענט איר צום ערשט אנגעקומען צו הייד-פארק?
איך געדענק נישט קיין דאטומס, און איך קען נישט יעצט אויפזוכן ווען איך האב געגרינדעט דארט מיין ערשטע ניק

וואס איז געווען אייער ניק דארט?
געהאט א היבשע צאל ניקס דארט, צווישן זיי: גראף, אבזערווירר...

ווען האט מען אפגעמאכט צו עפענען אן אייגענע פארום דארט?
ארענדער האט דאס באשלאסן און איך האב צוגעשטימט, עס איז געווען בערך תשס"ה-ו

וואס איז געווען די מכה בפטיש צו גיין אליין?
ווי נאר די סייט איז פארטיג געווען איז מען אריבער

ווייסט איר ווער עס איז געווען די ערשטע ניק דא וואס איז נישט געקומען פון הייד-פארק?
ניין

זינט יענע דארנערשטאג כ"ו סיון תשס"ו, ווען איז געווען די שווערסטע טאג פאר די עקזיסטענץ פונעם וועלטל און פארוואס?
שוין געווען עטליכע קריזיסן, אבער כ'געדענק נישט עפעס זאל באדראען די גאנצע עקזיסטענץ פונעם וועלטל

וויאזוי גייט צו דאס אויפנעמען נייע אחראים/מנהלים?
ווען מען אנערקענט אז מען נויטיגט זיך אין הילף, שטעלט מען צוזאם א ליסטע פון פאטענציעלע העלפער, און אלע מנהלים און אחראים לייגן צו דערצו אדער נעמען אראפ, און שפעטער מאכט מען וואלן

ווען האט מען דאס לעצטע מאל אויפגענומען אן אחראי /מנהל?
א וויילע צוריק
*
פון וועלכע רבנים זצ"ל האט איר באקריגן חיזוק/קריטיק וועגן אייער באשעפטיגונג דא?
איך רעד נישט צו קיינעם דערוועגן...

פון וועלכע רבנים החיים אתנו שליט"א האט איר באקריגן חיזוק/קריטיק וועגן אייער באשעפטיגונג דא?
כנ"ל
*

האט איר שוין אמאל געטראכט פון עפענען א שול?
נישט עכט

האט מען אייך אמאל אנגעבאטן א מגי"ש/משפיע סארט פאזיציע? אויב יא וועלכע און פארוואס האט איר עס נישט אנגענומען?
איך שטיי אוועק פון חינוך ס'ווייטסטע מעגליך, אבער שיעורים האב איך שוין יא געגעבן און געב נאכאלץ


ענדיגט דאס און דערנאך וועלן מיר רעדן וועגן געלט...
יעצט באצאל, נזק שלם...
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

שאלה:
אויב איינער ווייסט ווער די מנהל איז און ער טרעפט אים אין ביהמ"ד/גאס/שמחה וויל די מנהל ענדערש אז מ'זאל זאגן פאר די מנהל אז מ'ווייסט אז ער איז לכאורה (פארשטייט זיך שטיל און פריוואט אנדעם וואס מענטשען זאלן מיטהאלטן) אדער זיך האלטן שטיל און גארנישט זאגן?
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

חצי נזק האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:14 pm
טייערע @לכאורה...

האט איר שוין אמאל געטראכט פון עפענען א שול?

גאנץ גוט. בית המדרש דקהל ”אידישע וועלט” אין ריעל לייף....
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אומר אני האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:45 pm
שאלה:
אויב איינער ווייסט ווער די מנהל איז און ער טרעפט אים אין ביהמ"ד/גאס/שמחה וויל די מנהל ענדערש אז מ'זאל זאגן פאר די מנהל אז מ'ווייסט אז ער איז לכאורה (פארשטייט זיך שטיל און פריוואט אנדעם וואס מענטשען זאלן מיטהאלטן) אדער זיך האלטן שטיל און גארנישט זאגן?
איך געב די אפציע דאס צו האלטן ביי זיך, אבער עס שטערט מיך נישט ווען איינער קומט צו שטילערהייט און מאכט קאנטאקט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס איז א שעה צו ליכט צינדן, און איך דארף נאך מעביר סדרה זיין מיט די תפילין דר"ת און מאכן די לעצט מינוטיגע הכנות... פאר א נדבה פון אכצן אדער זעקס און דרייסיג, ווייס איך נישט אויב איך וואלט יעצט אריינגעקומען שרייבן, אבער עס איז אריינגעקומען א ריזיגע סומע וואס איך קען נישט לאזן ווארטן ביז מוצאי...

פונקט אין די צייט פון טועמיה, האט "מטעמים" אריינגעשליידערט גאנצע "צוויי הונדערט און פופציג דאלער"!!! כמנין נ"ר - פונקט בעפאר הדלקת הנרות

איך קען ממש נישט גלייבן ווי איבערגעגעבן געוויסע מיטגלידער דא זענען, כאילו מיר וואלטן זיך געקענט און געווען די נאנטסטע פריינט אין ווירקליכן לעבן, ווען אין די ווירקליכקייט האב איך אים מסתמא קיינמאל געטראפן, און בלויז איינמאל גערעדט טעלעפאוניש

זאלסטו האבן א געשמאקע פרייליכע שבת, און זאלסט אייביג קענען געבן במדה גדושה און קיינמאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם

יישר כח פאר'ן מיך אויפלעבן אזוי נאנט צו כניסת השבת, און געבן א שטארקע האפענונג אז מיר וועלן בס"ד דערגרייכן דעם ציל ועוד.

א גוט שבת אידן!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עמית האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:21 pm
ביסט אקטיוו מיט נאך א ניק ?
ניין
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטע וואך

ב"ה אינמיטן מעביר סדרה זיין, האט זיך דער טעלעפאון דריי מאל צעקלינגען מיט פרישע נדבות!

איין גוטער פריינט האט געגעבן זעקס און דרייסיג דאלער

@שאינו יודע האט געגעבן פופציג דאלער

און @נישטאמת האט געגעבן אכצן דאלער

אינאיינעם קומט דאס אויס "הונדערט און פיר" (נד"ן... נו, עס גייט טאקע פאר הכנסת כלה)

שוין געווען צו שפעט צו קומען מעלדן ברבים ערב שבת, וועט דאס שוין זיין דער אנהייב פון די פרישע וואך

איר זאלט אלע (און ביי דריי פאסט שוין דער אויסדרוק 'אלע', כמבואר בתוס' כתובות, אויך באצי איך זיך צו אלע מנדבים ביז אהער און אלע פאטענציעלע און צוקונפטיגע נדבנים) האבן א גוטע וואך, א געזונטע וואך, א מזל'דיגע וואך, א וואך מיט ישועות, א וואך מיט רפואות, און א וואך מיט אסססססססססססאך געלט [פאריגן מוצש"ק האב איך געהערט פון א איד, אז זיין באבע פלעגט אייביג זאגן דעם נוסח בזה האופן, קוועטשנדיג אויפ'ן 'ס' פון אסאך געלט, און ווען זיין טאטע האט געפרעגט זיין שווער דערוועגן, האט ער אים געזאגט אז זיין אידענע האט אזוי מקובל געהאט פון איר טאטע, א חשוב'ער רב, און אז דער פאטער אירער האט דאס ערקלערט, אז מוצאי שבת איז דא א געוויסע יחוד פון שם ס"ג, און דאס האט ער אינזין ביי ס'אך ג'עלט...]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יעצט קען מען פרעגן א שאלה?

וואס טוט דער מנהל ווען א איד דאווענט פארן עמוד מילה במילה און עס גייט אויף די געהירן?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שאינו יודע האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 13, 2024 7:36 pm
יעצט קען מען פרעגן א שאלה?

וואס טוט דער מנהל ווען א איד דאווענט פארן עמוד מילה במילה און עס גייט אויף די געהירן?
מען רעכנט אויס צו דאווענען מיט א מנין פארדעם אדער נאכדעם, און צומארגנס כאפט מען אויס דעם ברעטל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס קוקט אויס דער עולם איז נאך שבת'דיג...
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

איז שוין געווארן אויפגענימען א קאמפיין מענידזשער אדער יא?

גראדע בין איך יעצט פארנימען עס איז פינקט א גוטע צייט...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לכאורה האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 13, 2024 11:32 pm
עס קוקט אויס דער עולם איז נאך שבת'דיג...
פשיה... די גאנצע מעשה פארפאסט! אקעי נישט פארפאסט, אבער נישט געוואוסט וואס דא טוצעך!

וויפיל איז די ציהל און וויפיל דארף מען נאך?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שארן בארן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:02 am
איז שוין געווארן אויפגענימען א קאמפיין מענידזשער אדער יא?

גראדע בין איך יעצט פארנימען עס איז פינקט א גוטע צייט...
יישר כח פאר'ן זיך פארשלאגן

ב"ה מען האלט שוין נאנטער ווי ווייטער

מיר וועלן אייך קאנטאקטירן אויב עס וועט זיך נאך אויספעלן
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

ווען האט די מנהל די לעצטע מאל געשריבן א פארברענגן ארטיקל?

אויב לאנג צוריק. איז דא א מעגליכקייט פון שרייבן איינס?
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חיריק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:33 am
ווען האט די מנהל די לעצטע מאל געשריבן א פארברענגן ארטיקל?

אויב לאנג צוריק. איז דא א מעגליכקייט פון שרייבן איינס?
איך געדענק נישט

איך ווייס נישט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @הכלל [נישטא אזא ניק?] פאר'ן אנהייבן דעם טאג און וואך מיט א שיינע נדבה פון אכצן דאלער!

זאלסט זוכה זיין ארויסצונעמען דאס מאקסימום פון דעם זונטאגדיגן טאג, און די גאנצע וואך זאל דיר גיין גוט, וכן להלאה.

ח"י איז א לשון פון פרישקייט (ראה רש"י ברכות נ"א ע"א), זאלסטו זוכה זיין צו זיין פריש און מונטער און אימער גוט אויפגעלייגט.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

@Haklal
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הודו להשם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:53 am
@Haklal
אה... ער האט עס געשריבן אויף אידיש, האב איך נישט געכאפט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חברה, מ'האלט ביים האום-סטרעטש! (וואט עווער איט מיענס)

אט האט @רינדעכיג אריינגעשמעטערט גאנצע הונדערט און אכציג דאלער! צען מאל ח"י!

זאל ער טאקע זוכה זיין צו בני חיי ומזוני און ערליכע אידישע נחת פון די גאנצע געזינדל.

---
סטאטיסטיקס: דער קומענדיגער נדבן וועט זיין נדבן נומער פופציג אויף מיין בלעטל | מיר האבן קוים איין טויזנטער צו גיין ביז מיין ערשטע ציל
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:13 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:02 pm
@סאכדעס האט נאך עקסעס צום מלמדים שטוב? פארוואס זענען דא מנהלים און אחראים וואס מען זעהט זיי נישט ווי גרויס די יאר איז? וואס איז טעכניש די חילוק פון א מנהל און אחראי? איז דא א לימוט וויפיל שאלות איך מעג פרעגן.....?
פרעג מיין קינד פרעג
די קענסט דיין זוהן'ס ניק?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געגאנגען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:05 pm
לכאורה האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:13 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 2:02 pm
@סאכדעס האט נאך עקסעס צום מלמדים שטוב? פארוואס זענען דא מנהלים און אחראים וואס מען זעהט זיי נישט ווי גרויס די יאר איז? וואס איז טעכניש די חילוק פון א מנהל און אחראי? איז דא א לימוט וויפיל שאלות איך מעג פרעגן.....?
פרעג מיין קינד פרעג
די קענסט דיין זוהן'ס ניק?
איינס דערפון...
אוועטאר
לעקסוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

טייערע @לכאורה .

-ווי אלט ביסטו געווען ווען דו האסט די ערשטע מאל אין דיין לעבן געהאט עסקסעס צו די אינטערנעט?

-ווי אזוי האסטו געמאכט געלט פון אייוועלט?

-דו האסט שוין אמאל געטראכט פון ענדיגן צו שרייבן אויף אייוועלט?

-האסט שוין אמאל געהאט א מחשבה'לע אז דו ביסט עדיקטעט צו אייוועלט אדער דו האלסט אז דו ביסט אין קאנטראל פון זיך אליינס און דו קומסט דא נאר ווען דו ווילסט זיך אויסליפטערן?

-האסט א פראבלעם אויב מפרעגט דיך צו פערסאנעל שאלות?

-מען מעג נאר פרעגן שאלות אויב מהאלט ביים געבן געלט פאר דיין חשובע שכן?


און יעצט א קאמפלימענט:
דו האסט מוראדיגע לידערשיפ קוואלפיקאציעס אין דיך.
מזעהט זייער זעלטן אזא נעיטשער ווי דיך.
דו האסט א שטארקע מאכטפולע פאזיציע זייענדיג איינער וואס פירט א פלאץ ווי טויזענטער מענטשן באזוכן דארט, און פון די אנדערע זייט ביסטו בכלל נישט א מענטש וואס מאכט פון זיך עפעס. האסט נישט קיין שום פראבלעם צו שמועסן מיט איינעם וואס דו ווייסט אז דו ביסט אזא 20 יאר עלטער ווי אים, און דו מאכסט עס נישט פון א פלאץ ווי דו לאזט זיך אראפ צו יענעם אז דו ביסט גרייט צו שמועסן מיט אים, נאר סקומט פון אזא נאטירליכע פלאץ ווי דו האסט ליב צו שמועסן מיט יעדעם. פון די אנדערע זייט שטייסטו אויף דיינע ווירדן, דו לאזט זיך נישט פון חניפה און דאס גלייכן, ביסט א גוטע מנהיג, דו פירסט עס מיט א שטארקייט אבער נישט מיט קיין גאווה.
דאס איז א מוראדיגע זעלטענע איינגנשאפט וואס מזעהט כמעט נישט ביי מענטשן מיט הויעכע פאזיציעס.
עס ווייזט אויף א גאר געזונטע נפש.

און יעצט מיין שאלה;
-האסטו נאך ערגעץ אין דיין לעבן ווי די לידערשיפ קוואלעפיקאציע קומט דיך צוניץ חוץ אויף אייוועלט?

-וויאזוי פילסטו ווען איינער חנפהעט זיך צו דיך?

-ווען דו האסט א געלעגנהייט זיך אנצוטרעפן פנים אל פנים מיט @אבימלך , וואס וואלט געווען די ערשטע זאך וואס דו וואלסט אים געזאגט?

-און ווען דו האסט די געלעגנהייט צו אנטרעפן מיט @חיריק , וואס וואלסטו אים געזאגט?

-האסט נישט מורא אז דיין צוקונפנדיגע מחותן זעהט וואס דו שרייבסט דא?

-וואס נאך קען איך דיך פרעגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”