פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טראגער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

פאר אונז אלע וואס געדענקען ווי פאוטשי האט אזוי מיאוס אפגעלאכט און אוועקגעמאכט אלס ווילדע קאנספיראטערס ווער עס האט געוואגט צו זאגן אויך די ווארט כאפן היינט א שאקל ווען פאוטשי איז היינט ביי א קאנגרעס אויספארשונג וואס דארט איז נישט קיין מאנקי ביזנעס און מען מוז זאגן וואס מען ווייסט, אז יא עס קען זיין עס איז געקומען פון דארט,
דאקטער פאוטשי ענדליך מודה אז טעאריע אז קאוויד האט ארויסגעליעקט פון וואוהאן לאבאראטאריע איז מעגליך ריכטיג‎: דאָקטער פאַוטשי האָט מודה געווען, אַז עס איז דאָ ערנסטע סיבות פאַרוואָס מען זאָל פאַרדעכטיגן אַז קאָוויד האָט זיך אָנגעהויבן פאַרשפּרייטן דורכדעם וואָס עס איז אַרויסגערינען פון די גרויסע כינעזער לאַבאַראָטאָריע. די ווערטער האָט מען געהערט פון דאָקטער פאַוטשי ביי אַן אויפטריט אין קאָנגרעס, וואו ער ווערט אויסגעפרעגט דורך רעפּובליקאַנער קאָנגרעס מיטגלידער איבער זיין ראָלע אין באַהאַנדלען די קאָוויד מגיפה.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/98618
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: איינער כאפט ווי היסטאריש די טאג איז היינט, פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון אווהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

ווער ס'האט אים דאן געגלייבט וועט מען יעצט קענען ווייטער פארדרייען...
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: איינער כאפט ווי היסטאריש די טאג איז היינט, פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון אווהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

וואס איז אזוי אינטרעסאנט?

מיט די צייט האט ער געטראפן באווייז.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6339
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: איינער כאפט ווי היסטאריש די טאג איז היינט, פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון אווהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אבער טראמפ איז א ראסיסט פארן שרייען ״טשיינע וויירוס״ יא יא…
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶנִשְרְפוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: איינער כאפט ווי היסטאריש די טאג איז היינט, פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון אווהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:25 pm
וואס איז אזוי אינטרעסאנט?

מיט די צייט האט ער געטראפן באווייז.
כהאף ביסט סארקאסטיש...

מען האט געהאט הארטע באווייזן פון ערשטן טאג, ער האט א גאנצע צייט געוויסט און נישט געוואלט מודי זיין ווייל ער האט עס געפאנדעד, יעצט גייט עס קיינעם נישט אן קען ער מודה זיין.
ווי זאגט יענער די חילוק פון א קאנספיראציע און א פאקט איז 6 חדשים.
דארף מען ווארטן נאך אפאר אשכולים אין אקטועלע זאלן ווערן פאקטן.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וואספארא אינטערעסען האט ער אז סזאל נישט זיין פון די לעב ?
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

תגובה דורך ריעל ניוז »

maybeeynot האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:13 pm

ווייל זיין דעפארטמענט האט קאלאבארירט מיט דער לאבארטאריע, מיט פאנדינג און מיט ריסוירטש.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27174
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה נישט געוויסט אז פאוטשי לעבט נאך גוט צו וויסן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 pm
maybeeynot האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:13 pm
וואספארא אינטערעסען האט ער אז סזאל נישט זיין פון די לעב ?
ווייל זיין דעפארטמענט האט קאלאבארירט מיט דער לאבארטאריע, מיט פאנדינג און מיט ריסוירטש.
נאך פאר די קאוויד צייטן ?
אוועטאר
עמית
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

צ"ק
לייג צו "מעגליך" געקומען
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

maybeeynot האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:24 am
ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 pm
maybeeynot האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:13 pm
וואספארא אינטערעסען האט ער אז סזאל נישט זיין פון די לעב ?
ווייל זיין דעפארטמענט האט קאלאבארירט מיט דער לאבארטאריע, מיט פאנדינג און מיט ריסוירטש.
נאך פאר די קאוויד צייטן ?
אויך.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פאוטשי איז בעצם א וואוילער מענטש, אבער א תמימות'דיגער אלד טיימער. ער איז א שטארקע עסעט וואס איז נעבאך באשערט געווען צו זיין אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט. ער פארשטייט נאכנישט אז היינט צוטאג איז מער נישט רעלעוואנט וויפיל דו האסט שטודירט וואסערע דעגרי אדער וויפיל נאלעדזש דו האסט, ס'בלויז מאסגעבנד אז דו האסט א גוטער פיסק און דו סערוויסט די קאנספיראטארן אין קרעטשמע.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:13 am
פאוטשי איז בעצם א וואוילער מענטש, אבער א תמימות'דיגער אלד טיימער. ער איז א שטארקע עסעט וואס איז נעבאך באשערט געווען צו זיין אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט. ער פארשטייט נאכנישט אז היינט צוטאג איז מער נישט רעלעוואנט וויפיל דו האסט שטודירט וואסערע דעגרי אדער וויפיל נאלעדזש דו האסט, ס'בלויז מאסגעבנד אז דו האסט א גוטער פיסק און דו סערוויסט די קאנספיראטארן אין קרעטשמע.
לענינינו?

ס'איז נישט געקומען אדער יא געקומען?

ס'איז א קאנספיראציע פון קרטשמע (כלשונך) אדער נישט?
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:13 am
פאוטשי איז בעצם א וואוילער מענטש, אבער א תמימות'דיגער אלד טיימער. ער איז א שטארקע עסעט וואס איז נעבאך באשערט געווען צו זיין אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט. ער פארשטייט נאכנישט אז היינט צוטאג איז מער נישט רעלעוואנט וויפיל דו האסט שטודירט וואסערע דעגרי אדער וויפיל נאלעדזש דו האסט, ס'בלויז מאסגעבנד אז דו האסט א גוטער פיסק און דו סערוויסט די קאנספיראטארן אין קרעטשמע.
א תמימות'דיגער וואוילער אלד טיימער וואס האט ליגנט געזאגט אן א שיעור מאל איבער די מקור פון די וויירוס און זיין שייכות דערמיט כדי אנצוהאלטן זיין בענקל אלץ ערשטע און לעצטע ווארט אויף די אמעריקאנער פאלק וואס איז געווארן אונטערדריקט אונטער זיינע ליגנערישע טאטאליטאריסטישע באפעלן און רעקאמענדאציע'ס.

טאקע יום טוב - אינדערוואכן.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:13 am
פאוטשי איז בעצם א וואוילער מענטש, אבער א תמימות'דיגער אלד טיימער. ער איז א שטארקע עסעט וואס איז נעבאך באשערט געווען צו זיין אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט. ער פארשטייט נאכנישט אז היינט צוטאג איז מער נישט רעלעוואנט וויפיל דו האסט שטודירט וואסערע דעגרי אדער וויפיל נאלעדזש דו האסט, ס'בלויז מאסגעבנד אז דו האסט א גוטער פיסק און דו סערוויסט די קאנספיראטארן אין קרעטשמע.
דאנעלד טראמפ איז געווען פרעזידענט עט דעט טיים, און ער האט אונטערגעשטיצט דעם געדאנק און געזאגט אז ער האט דאקומענטן וועלכע שטיצן דאס אונטער. איך גלייב אז ער האט געהאט מער צוטריט צו אינפארמאציע ווי איך און דו און איז נישט א בלויזער קאנספיראציע טעאריסט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13905
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פאלשע קעפל.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וואוהאן איז ווייט נישט קיין קאנספיראציע, עס קען שטארק מעגליך זיין.
אבער די גאנצע סומאטוכע ווערט געטריבן פון פאליטישע אנטשויאונגען צו פיטערן מאסן קאנספיראטארן. עס קוקט אויס אז פאוטשי איז שוין מיד פון די גאנצע זאך, און רעזיגנירט צו זאגן וואס די פרעגער ווילן ער זאל זיי ענטפערן.
אפילו איך האלט אז ס'יא געקומען, אויב האלט ער אז ס'נישט געקומען איז ער נאכנישט א שגץ דערפאר און ער פארלירט נאכנישט זיין קרעדיביליטי. זיין פראבלעם איז איין זאך: די אומרעספעקטפולע פאליטישע ענווייראמענט אין וועלכע ער איז געפאלן צו זיין א קרבן.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:48 am
וואוהאן איז ווייט נישט קיין קאנספיראציע, עס קען שטארק מעגליך זיין.

אבער די גאנצע סומאטוכע ווערט געטריבן פון פאליטישע אנטשויאונגען צו פיטערן מאסן קאנספיראטארן.
ס'ווערט געטריבן דורך די שנאה וואס מענטשן האבן צו אים צוליב זיינע רדיפות אויף די אמעריקאנער פאלק, מאסן קאנספיראטארן וואס האבן זיך קיינמאל מיט קאנספיראציעס נישט באשעפטיגט אבער האבן זיך אויפגעוועקט איינזעענדיג וואס מ'קען אלץ אפטון מיט מענטשן ווען זיי האבן א בלינדע טראסט אין סיי וועם און אין סיי וועם.

פאוטשי וכת דיליה האבן אומגעברענגט די טראסט אין זיי מיט זייער אייגענע הענט.

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:48 am
עס קוקט אויס אז פאוטשי איז שוין מיד פון די גאנצע זאך, און רעזיגנירט צו זאגן וואס די פרעגער ווילן ער זאל זיי ענטפערן.

אפילו איך האלט אז ס'יא געקומען, אויב האלט ער אז ס'נישט געקומען איז ער נאכנישט א שגץ דערפאר און ער פארלירט נאכנישט זיין קרעדיביליטי. זיין פראבלעם איז איין זאך: די אומרעספעקטפולע פאליטישע ענווייראמענט אין וועלכע ער איז געפאלן צו זיין א קרבן.
ער איז געפאלן א קרבן צו זיינע אייגענע ליגנט'ס און צו זיינע סייענטיפישע דיקטאקטורישע אינסטינקטן.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 3:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:48 am
וואוהאן איז ווייט נישט קיין קאנספיראציע, עס קען שטארק מעגליך זיין.
אבער די גאנצע סומאטוכע ווערט געטריבן פון פאליטישע אנטשויאונגען צו פיטערן מאסן קאנספיראטארן. עס קוקט אויס אז פאוטשי איז שוין מיד פון די גאנצע זאך, און רעזיגנירט צו זאגן וואס די פרעגער ווילן ער זאל זיי ענטפערן.
אפילו איך האלט אז ס'יא געקומען, אויב האלט ער אז ס'נישט געקומען איז ער נאכנישט א שגץ דערפאר און ער פארלירט נאכנישט זיין קרעדיביליטי. זיין פראבלעם איז איין זאך: די אומרעספעקטפולע פאליטישע ענווייראמענט אין וועלכע ער איז געפאלן צו זיין א קרבן.
עס זענען געווען אנדערע אגענטורן וועלכע האבן שוין פריער געזאגט אז עס איז ווארשיינליך געקומען פון דארט, עס איז נישט בלויז פאוטשי. די קרעדיביליטי איז נארמאל אז ער זאל פארלירן, זינט אויב איז עס טאקע געקומען פון דארט, האט ער ווארשיינליך געוואוסט דערפון, אומווייניגסטנס געהאט עפעס א השגה אין וואס עס טוט זיך. זיין שארפע אפלייקענונג, ווערסוס די פארשידענע אנדייטונגען איבער וואס מען האט געטון אין יענעם לאבארטאריע, ובנונסף אז די ווירוס האט זיך אנגעהויבן אויף יענעם פלאץ, און שפעטער די מערערע קלארע אנדייטונגען צו דער טעאריע, איז וואס האט אים געמאכט פארלירן די קרעדיביליטי. עס איז נישט מער פון נארמאל.

פארשטייט זיך אז זיין שטופן ווירוס פאליסיס, ווי אויך זיין פליפ פלאפן דערויף אזוי ווי א פאליטישאן, האט אויך שטארק צוגעגעבן צום אימעדזש וואס מענטשן האבן באקומען אויף אים.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:46 am
פאלשע קעפל.
דער קעפל איז טאקע אביסל מיסליעדינג, ווייל פאוטשי האט נישט ממש געזאגט אז עס איז זיכער געקומען פון דארט, ער האט אבער יא געזאגט אז דער געדאנק אז עס איז געקומען פון דארט "איז נישט קיין קאנספיראציע טעאריע".

https://thehill.com/video/fauci-is-gasl ... e/9321506/
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4708
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איינער כאפט ווי היסטאריש די טאג איז היינט, פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון אווהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:25 pm
וואס איז אזוי אינטרעסאנט?

מיט די צייט האט ער געטראפן באווייז.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:48 am
וואוהאן איז ווייט נישט קיין קאנספיראציע, עס קען שטארק מעגליך זיין.
אבער די גאנצע סומאטוכע ווערט געטריבן פון פאליטישע אנטשויאונגען צו פיטערן מאסן קאנספיראטארן. עס קוקט אויס אז פאוטשי איז שוין מיד פון די גאנצע זאך, און רעזיגנירט צו זאגן וואס די פרעגער ווילן ער זאל זיי ענטפערן.
אפילו איך האלט אז ס'יא געקומען, אויב האלט ער אז ס'נישט געקומען איז ער נאכנישט א שגץ דערפאר און ער פארלירט נאכנישט זיין קרעדיביליטי. זיין פראבלעם איז איין זאך: די אומרעספעקטפולע פאליטישע ענווייראמענט אין וועלכע ער איז געפאלן צו זיין א קרבן.
פארוואס איז ער נישט מיד געווארן דערפון ווען ער האט געהאלטן גאנץ אמעריקא ביים קארג און גערודפט די מענטשהייט?

יעצט אז ער איז אפר ואפר און אפגעפרעגט ביי רוב פאלק קען ער שוין זאגן דעם אמת.

ער איז נישט געפאלן קיין קרבן צו קיינעם, ער האט פאר זיינע אייגענע דיקטאטורישע אינסטינקטן געפייניגט דאס מענטשהייט, געפליפ'פלאפט איבער וואס ס'באשיצט יא אדער נישט פון א וויירוס, און אלעס נאך באדעקט מיט א לופטיגע 'טראסט די סייענס' דאכענע.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

b474610a-a626-4d7c-ac7d-9720b66afb49.JPG
b474610a-a626-4d7c-ac7d-9720b66afb49.JPG (211.09 KiB) געזען 1133 מאל
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

יאפּ...

טוב שברופאים...
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: פאוטשי איז מודה אז קאראנא איז געקומען פון וואוהאן לאבערטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:12 pm
יאפּ...

טוב שברופאים...
וכל שכן רע שברופאים....
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”