קאלירטע אותיות-synesthesia

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

קאלירטע אותיות-synesthesia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

synesthesia איז גאנץ א פאפולערע ערשיינונג בערך איינס אין פינף און צוואנציג מענטשן האבן עס, אבער די פראבלעם איז אז רוב פון די מענטשן וואס האבן עס, ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן עפעס וואס א געווענליכע מענטש האט נישט.
דעריבער האב איך באשלאסן צו עפענען אן אשכול איבער די נושא סיי צו צווויסן טוהן פאר מענטשן וואספארא אייגענשאפטן זיי פארמאגן, אין סיי ס'זאל זיין א היימישע ווינקל פאר דער נושא.
יעצט אין קורצן וואס איז synesthesia?
synesthesia איז ווען אינעם מענטשליכען מח מישן זיך אויף פארשידענע חושים, די מערסט גאנגבארע ווערסיע איז מענטשן וואס זעהן קאלירן אין אותיות, דאס מיינט יעדע מאל ער זעהט אן אות וועט ער אין זיין קאפ זעהן מיט דעם א קאליר.
מיר האפן מיט די צייט צו געבן מער א לענגערע דיסקריפציע, און אזוי אויך אריינגיין אין פארשידענע סארטן synesthesia, און מיר בעטן אז סיי ווער ס'האט עפעס אינפארמאציע איבער די נושא, זאל מיטטיילן דא אין דעם אשכול
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: קאלירטע אותיות-synesthesia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

גוטע וואך, און שלום עליכם!
קוקט אויס אינטערעסאנט, סובסקרייבט.
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: קאלירטע אותיות-synesthesia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

עס זענען דא נאך פארשיסענע סארטן synesthesia, מענטשן וואס קולות קומען באגלייט מיט קאלירן, וואס די סארט synesthesia דארף אויך צו זיין גאנץ פאפולער, אבער דערווייל קען איך נישט קיינעם מיט די סארט synesthesia. ווען צו די זעלבע צייט קען איך עטליכע מענטשן מיט grapheme-color synesthesia וואס מיר האבן שוין דערמאנט אז מענטשן מיט די סארט synesthesia זעען אותיות אין באגלייטונג פון קאלירן.
אזוי אויך איז דא מענטשן וואס ביי זיי ווערן טעג פון די וואך אדער חדשים באצייכנט מיט א קאליר, וואס די סארט איז אויך מער פון די פאפולערע.
עס איז דא נאך צענדליגע סארטן, עס איז נישטא קיין קלארע ציפער וויפיל סארטן עס זענען דא, געוויסע זאגן אז די נומער איז 80 עס זענען דא וואס טענה'ן אז ס'גייט ביז 150 אדעז אפילו נאכמער.
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: קאלירטע אותיות-synesthesia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »

דאכציך (נישט זיכער) אז פנחס גלויבער האט אמאל געגעבן אן אפהאנדלונג וועגן דעם
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מייןמיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: קאלירטע אותיות-synesthesia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

איז דא נאך מענטשן דא אויפן וועלטל וואס האבן די סארט, אדער ענליכע עקספיריענס?

אותיות אדער נאמבערס באצייכען (דערמאנען, אדער סיי וויאזוי די ווילסט עס רופן) א קאליר.

די טעג פון די וואך אדער חדשים האבן א קאליר.

גערודער זענען באגלייט מיט קאליר.

ווערטער האבן א טעם.

א געוויסע גרופע מענטשן, אדער משפחה, האבן א קאליר אדער א געוויסע סארט שאטן.

ועוד ועוד.

עס איז דא גאר אסאך פארמען וויאזוי די זאך קען זיין, אריינגערעכנט גאר זעלטענע, ווי למשל עס איז דא א מענטש אויף דער וועלט, וואס יעדע ווארט קומט אין באגלייטונג פון א שמעק, א קאליר, א טעם, און א פיזישע געפיל. דער מענטש האט לכבוד דעם א צודרייטע זכרון.


עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן די עקספיריענס פון אנדערע תושבים דא אויפן וועלטל, וואס האבן די אינטערעסאנטע ..... (חוש?)

ביטע זיך לאזן הערן..........
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: קאלירטע אותיות-synesthesia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

עלטעפעטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 5:34 pm
דאכציך (נישט זיכער) אז פנחס גלויבער האט אמאל געגעבן אן אפהאנדלונג וועגן דעם
ווי קען איך עס הערן קול מבשר? וועלכע נומבער?
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”