די עירוב אין מאנסי

אחראי: יאנאש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29827
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך שטעל דא ארויף דעם גליון וואס ווערט יעצט פארשפרייט אין שטאט
אטעטשמענטס
עירוב קריזיס גליון.pdf
(135.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 277 מאל
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

לאמיר מאכן ... האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:27 pm
לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:18 pm
מאנסי יוד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:15 pm
בעיני זעהט עס ווי א שטארקע געלט קאמפיין וזהו
גם בעיני, אבער דאך שרייבן זיי די ווערטער אז זיי פארלאזן זיך אויף קולות, און דאס באדערט
און וואס איז מיט יעדע (כמעט יעדע) מאכל פון פעקטערי וואס אונז נעמען אריין אין אונזער מויל איז אויך פיל מיט קילות, און אפשר נאך מער קיתות ווי ביי די עירוב, ווייל הפסד מרובה, ועוד,
נאר די בעל מכשיר און די קאמפעני שרייבט נישט ארויף אויף יעדע מאכל מיט וועליכע הלכה זיי האבן זיך פארלאזאט, און אויך זיי דאפן נישט צוקומען צו מאכן אן אפיל דאס צו קויפן,
משא''כ ביי די עירוב.
אבער לאמיר טראכטן א מינוט, אויב וואלט געווען א מציאות אז מען קען נישט ניצן די עירוב נאר ווער עס באצאלט, וואלטן זיי בכלל נישט געדארפט מאכן אן אפיל, ודל''ב
נישט פונקט ווי די זאגסט

ס'דא א חילוק פון מאכלים אין א עירוב
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

פון די מאנסי אשכול
בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:45 pm
מיר קוקט אויס אז די עירוב איז מער ווי א געלט קאמפיין, אוודאי גייט די ענד ריזאלט זיין א פעסטע געלט קאמפיין (פארוואס נישט? אונז האמיר הנאה, זאלן אונז באצאלן) אבער עס קוקט אויס ווי עס איז געווארן א ריזיגע אונטערנעמונג וואס איז געפאלן אויף א יחיד (אדער יחידים) און זיי ווילן אז עס זאל געשטעלט ווערן א וועד בעלי בתים פון אלע קהלות אין מאנסי און צוזאמען נושא בעול זיין סיי אויף די חלק הגשמי (=געלט) און סיי אויף די חלק הרוחני (=כשרות)

זיי האבן שוין אמאל פרובירט מיטן צוטיילן אין סעקשאנס, דאכציך אס עס האט געדארפט צו ארבייטן אז יעדע סעקשאן איז אינגאנצן זעלבסשטענדיג אונטער אייגענע כשרות און פינאנציעל און צוזאמען קאנעקט זיך עס צו איין גרויסע עירוב, נישט זיכער וואס האט מיט יענס פאסירט.

למעשה זענען זיי נישט מער ווי גערעכט, פאר ווער עס ווייסט די היסטאריע האט זיך עס אנגעהויבן מיט א קליין עירוב'ל ארום די אלטע וויזשניצע געגנד און צוביסעלעך איז צוגעקומען נאך א גאס מיט נאך א גאס ביז עס האט זיך צו-וואקסן קע"ה (איך געדענק נאך ווען מען האט געמאכט די עירוב ביז די שפיטאל, קודם איז נאר געווען אויף איין זייט און ס'געווען א wow!)

זאל דער אייבערשטער העלפן און זיי זאלן אוודאי מצליח זיין! הלוואי ווען איך זאל קענען עפעס העלפן!
מיינע צוויי צענט...
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

פון די מאנסי אשכול
פון אמעריקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:29 pm
לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:11 pm
(אלע שמועסן איבער ARRIVE, באלאנגען אין די ספעציעלע אשכול דערפאר)

דער עולם האט שוין געליינט די "עירוב" בראשורן?

זיי מאכן מיר טראכטן אז איך בין נישט אזוי משוגע פאר'ן זיך אפהאלטן פון נוצן דעם עירוב (צווישן אנדערע, שרייבן זיי דארט אז זיי פארלאזן זיך אויף געוויסע קולות, צוליב מאנגעל אין געלט, און אויך אז קענען שוין נישט טראגן די אחריות און זוכן עס אויפצוגעבן)
סאיז מיר באמת א חידוש, איך קען דער עירוב פון די נאנט, כ'האב אפי' וואלונטירט פאר'ן עירוב א לאנגע צייט, כ'קען הרב שטיינמעץ פערזענליך, עפעס מאכט נישט קיין סענס.

קען זיין אז די וואס האבן זיך יעצט אריינגעלייגט צו דעקן דעם בודזשעט האבן מחליט געווען אז דאס וועט זיין גוטע מארקעטינג, אבער קוקט נישט אויס צו זיין א קלוגע שריט.
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4682
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

די קונטרס איז א פירוש חי אויף שיטת רבינו הקדוש בעניני עירובין
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

כפרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:56 pm
די קונטרס איז א פירוש חי אויף שיטת רבינו הקדוש בעניני עירובין
אין מאנסי איז געווען אן אנדערע רבינו הקדוש און ער איז אויך בארעכטיגט געווען צו האבן שיטות...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

כפרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:56 pm
די קונטרס איז א פירוש חי אויף שיטת רבינו הקדוש בעניני עירובין
וועלכע משנה ?
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

אפשר באלאנגט דעס אין אקטועלע ?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
Hershy21
שר ששת אלפים
תגובות: 6297
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:37 pm
איך שטעל דא ארויף דעם גליון וואס ווערט יעצט פארשפרייט אין שטאט
Like
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:02 pm
כפרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:56 pm
די קונטרס איז א פירוש חי אויף שיטת רבינו הקדוש בעניני עירובין
אין מאנסי איז געווען אן אנדערע רבינו הקדוש און ער איז אויך בארעכטיגט געווען צו האבן שיטות...
זאגט אבער כפרה אז דאס איז מברר עפעס.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איז די הכשר אייביג געווען אונטער ר׳ יחיאל שטיינמעץ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29827
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט איז פארגעקומען אן אסיפה פון אלע רבנים אין שטאט (לויט מיין מקור, ארום 150 אין צאל) בנוגע דעם עירוב
היה אומר
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:39 pm
היינט איז פארגעקומען אן אסיפה פון אלע רבנים אין שטאט (לויט מיין מקור, ארום 150 אין צאל) בנוגע דעם עירוב
קומט עפעס חידושים?
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6751
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:26 pm
איז די הכשר אייביג געווען אונטער ר׳ יחיאל שטיינמעץ?
ניין עס איז געווען צוויי עירובין איינס די וויזשניצע איך ווייס נישט אונטער וועם, און נאכדעם איז געווען פארק לעין געגענט קודם אונטער האדמו"ר משינאווע זצ"ל און נאכדעם אונטער יבלחט"א אב"ד נייטרא מאנסי שליט"א, שפעטער איז עס געווארן איינס.
אזוי!
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:49 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי! »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:26 pm
איז די הכשר אייביג געווען אונטער ר׳ יחיאל שטיינמעץ?
יא!
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע:ספרינג וואלי יצ"ו

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:26 pm
איז די הכשר אייביג געווען אונטער ר׳ יחיאל שטיינמעץ?
ווי ווייט איך ווייס...
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם !!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן !!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:26 pm
איז די הכשר אייביג געווען אונטער ר׳ יחיאל שטיינמעץ?
ווי ווייט איך ווייס : יא
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 1:02 pm
כפרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:56 pm
די קונטרס איז א פירוש חי אויף שיטת רבינו הקדוש בעניני עירובין
אין מאנסי איז געווען אן אנדערע רבינו הקדוש און ער איז אויך בארעכטיגט געווען צו האבן שיטות...
ריכטיג
ווען עס מאכן זיך אזעלכע שוועריקייטען איז בולט די צד השלילי פון זיך אריינלאזן אהן א שטאטישע אוטאריטעטיט אין דעם.
אוועטאר
עשתונותיו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2022 8:54 am

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עשתונותיו »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:39 pm
היינט איז פארגעקומען אן אסיפה פון אלע רבנים אין שטאט (לויט מיין מקור, ארום 150 אין צאל) בנוגע דעם עירוב
אין די טעלעפאון בוק איז נישט דא קיין 150 רבנים ליסטעט אין מאנסי, לכאורה רעדט מען אויך פון דיינים מורי הוראה אין כולל אינגעלייט, [די נודע ביהודה שרייבט שוין אז היתר מאה רבנים דארף נישט זיין רבנים דוקא, ס'קען זיין מאה לומדים, אנדערע זאגן ס'איז א חומרא ... ].
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אפיציעל איז די רמב''ם עירוב אין די סענטער מאנסי און ס''וו יא אויך אונטער אנדערע רבנים, און מער מהודר'דיג.

אגב די מאנסי עירוב האט אלץ געהאט מער קולות אין די מחיצות (נישט ספק רה''ר) ווס. אנדערע שטעט, עס איז במציאות זייער שווער זייענדיג אזוי אויסגעשפרייט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29827
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היה אומר האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:42 pm
לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:39 pm
היינט איז פארגעקומען אן אסיפה פון אלע רבנים אין שטאט (לויט מיין מקור, ארום 150 אין צאל) בנוגע דעם עירוב
קומט עפעס חידושים?
נישט געהערט מער ווי וואס איך האב געשריבן

אם פרטים יבואו, וועט מען אי"ה ברענגען
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

עשתונותיו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 5:10 pm
לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:39 pm
היינט איז פארגעקומען אן אסיפה פון אלע רבנים אין שטאט (לויט מיין מקור, ארום 150 אין צאל) בנוגע דעם עירוב
אין די טעלעפאון בוק איז נישט דא קיין 150 רבנים ליסטעט אין מאנסי, לכאורה רעדט מען אויך פון דיינים מורי הוראה אין כולל אינגעלייט, [די נודע ביהודה שרייבט שוין אז היתר מאה רבנים דארף נישט זיין רבנים דוקא, ס'קען זיין מאה לומדים, אנדערע זאגן ס'איז א חומרא ... ].
ווען מען רעכנט אריין רבנים פון בתי מדרשים און דיינים פון קהילות קומט מען נישט אן צו 150?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
בוק קיפפער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

די קונטרס ווי געברענגט אויבן שטייט זייער קלאר וואס זיי ווילן

עס איז לעת עתה א יחיד׳ס אחריות און קען עס מער נישט דערהייבן און ער וויל אז די רבנים זאלן איבערנעמען די אחריות און שטעלן א וועד בעלי בתים און וואס זאל זיין אחריות דערויף אויף אלעס ארום אויך פינאנציעל און מעגליך אויך אפטיילן די חלקים אינטער עקסטערע אחריות אזוי ווי מ׳האט שוין געוואלט טוהן און די פארגאנגענהייט

דאס נעם איך ארויס פון די גליון און אודאי וועט דאס אויך זיין א סיבה צו שאפן נאך געלט ווייל זיי האבן נישט און סתם מאכן נאך א קאמפעין וועט נישט ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן ווייל ער שטייט נאך און זעלבע פראבלעמען ווי דערמאנט משא״כ אויב ברעכט מען דורך א וועד וועט דאס האפענטליך העלפן פאר אלעס.

ימים ידברו
לעצט פארראכטן דורך בוק קיפפער אום זונטאג יאנואר 14, 2024 9:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

דרייטצעך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 8:45 pm
עשתונותיו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 5:10 pm
לכאורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 3:39 pm
היינט איז פארגעקומען אן אסיפה פון אלע רבנים אין שטאט (לויט מיין מקור, ארום 150 אין צאל) בנוגע דעם עירוב
אין די טעלעפאון בוק איז נישט דא קיין 150 רבנים ליסטעט אין מאנסי, לכאורה רעדט מען אויך פון דיינים מורי הוראה אין כולל אינגעלייט, [די נודע ביהודה שרייבט שוין אז היתר מאה רבנים דארף נישט זיין רבנים דוקא, ס'קען זיין מאה לומדים, אנדערע זאגן ס'איז א חומרא ... ].
ווען מען רעכנט אריין רבנים פון בתי מדרשים און דיינים פון קהילות קומט מען נישט אן צו 150?
זיכער אז יא, נאך אסאך מער אויך
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
יודעי דבר
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 10, 2016 5:01 pm

Re: די עירוב אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודעי דבר »

מען רעדט נישטא פון קיין קולות פון פארצווייפלטע מקורות. די אלע קולות פון וואס מען רעדט, האט גאר שטארקע פוסקים על מי לסמוך, ווי צב"ש בעל שבט הלוי, וכדומה. אבער דאך וואלט ווען געווען אסאך מער מהודר, ווען מען קען ווען גיין מיט מער חומרות, און מער הידורים.

אבער דער עיקר וואס דריקט פארן וועד העירוב, איז דער אחריות צו טראגן אזא גיגאנטישער עירוב אליין.

און ס'איז וויכטיג צו וויסן, אז דער זעלבער מענטש וואס איז געווען ממונה אויף אלע 80 בודקים צו פארזיכערן אז זיי גייען ארויס בודק זיין, איז אויך געווען דער ממונה צו פארזיכערן אז אלע פסולים ווערן פארראכטן, און ער איז אויך געווען דער ממונה צו פארגרעסערן דעם עירוב, און איז אויך געווען די ממונה זיכער צו מאכן אז דער טראק באקומט די אויל טשעינדזש, און איז אויך געווען דער ממונה צו שאפן די געלט צו דעקן די עירוב, אלעס איין מענטש.

און דאס איז די סיבה פארוואס ער שפירט אז ער ברעכט אונטער. ס'איז פשוט נישט מעגליך איינער אליין זאל קענען אזויפיל טראגן אויף זיין קאפ.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”