די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?
די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס אזאן איינער זאל געווינען, איז געווען אין 2016. ביז דעמאלטס זענען אזעלכע ניטאמאל געקומען נאנט אמת'דיג צו געווינען.
דערפאר האט ער שונאים אין די רעגירונגס קארידארן און אין די געווענטליכע מידיע מער ווי א צווייטער רעפאבליקאנער. מ'האט אים פיינט אויף פיל א גרעסערן וועג. און די עסטאבלישמענט ווייסט אז זיי מוזןאים צוגרונד לייגן. ס'איז אפילו נישט פאראן קיין 2 צדדים.
ער האט סוקסעספול מצליח געווען צו טוישן די רעפאבליקאנער פארטיי אלס אזאנס ווי ער -בנוגע די שנאה צו די גרויסע אינסטיטוציעס וועלכע פארפיגן אויף די פאראייניגטע שטאטן פאר די לעצטע ווייסעך וויפיל יאר, אפגעזען וועלכער פאליטישער צד ס'האט פאקטיש באזיצט דעם פרעזידענט בענקל- און האט אפילו מיטגעשלעפט פילע רעכטע געוועזענע קאנסערוואטיוון, טייל אינגאנצן ווי טאקער, און טייל למחצה לשליש ולרביע. אפילו פון די עמאקראטישע זייט האט ער אראפגעביסן אביסל ווי ראבערט קענעדי און אלען דערשאוויץ.
דערפאר ווייסט די עסטאבלישמענט אז מ'קען בשום אין אופן דאס נישט צולאזן.
אין 16' איז עס פשוט געווען א טעות פון די עסטאבלישמענט, וועלכער האט אין ווילדסטן חלום זיך נישט געקענט פארשטעלן אז אזא קאנדידאט זאל בכלל האבן א שאנס. און האבן דארפאר פארזען א מעגליכער געווינס פאר אים, און זיך דערפאר נישט געלייגט אין די לענג-און-ברייט בעוד מועד עס צו פארמיידן.
אבער אין 20', וויסנדיג אז ער האט א שאנס, האב איך געוויסט אז זיי גייען עס בשום אופן ערלויבן.
כ'האב בשעתו זיך געווינדערט וואס זייער פלאן איז,
נאכמער איז מיין תמיהה געוואקסן זעענדיג ווי ביידן זיצט איינגעמאכט און טוט ניטאמאל דאס נארמאלע לעוועל פון קאמפיינען וואס אנדערע קאנדידאטן טוען,
און בו בזמן ווען פילע טראמפ שטיצער האבן נישט געקענט איינהאלטן זייערע פרייד-געפילן זעענדיג ביידנ'ס בעיסמענט סטראטעגיע, האב איך פארשטאנען אז דאס איז ענדערש א סיבה פאר טראמפ צו זיין באזארגט, ווייל בלינד און טויב זענען זיי נישט, און ס'מוז זיין אז זיי האבן עפעס אן אנדערע סטראטעגיע.
עס האט זיך טאקע אזוי ארויסגעשטעלט, דער פלאן איז געווען מעיל-אין בעלאטס בצירוף מיט טוישן געזעצן אין פארשידענע סווינג שטאטן [צומאל לעגאל און צומאל נישט], רוב דערפון אונטער די קאאוויד שלייער, און... בום. ביידען געווינט. טראמפ האט טאקע געשאפן מער שטימען ווי סיי ווער אין די פארגאנגענהייט, אבער ס'איז נישט געווען גענוג שטארק איבערצוקומען די צוגעלייגטע שטימען וואס די אלע אויבן-דערמאנטע פראצעדורן האבן געשאפן [ביידן האט געהאט א רעקארד שטימען אדאנק דעם].
וואס איז געווען דער פלאן אויף ווייטער?
מ'וועט טוישן די געזעצן פון וואלן אין גאנצן לאנד באקאנט אלס hr1 אויב וואלט דאס דורכגעגאנגען, וואלט געווען פיל גרינגער פאר די עסטאבלישמענט צו געווינען וואלן לאורך ימים ושנים טובות,
האט אבער דער בוכ"ע אנדערש געפירט, און ס'איז דורכגעפאלן.
דארף מען דאך א פלאן אויף ווייטער.
-די קלאגעס האבן דערווייל נישט געהאלפן
-אים אראפנעמען פון בעלאט האט דערווייל אויך נישט עושה פירות געווען
-אויפבויען העילי זעט דערווייל אויך נישט אויס צו זיין די געווינטשענע סטראטעגיע,
-א פרישער פאנדעמיק האט זיך דערווייל אויך נישט איינגעגעבן
נו אויב אזוי, וואס איז דער פלאן?
גייען זיי קאפיטולירן? כ'גלייב שווער.
כ'טראכט, אז אפשר גייען זיי ארויסרוקן די לעצטע מינוט דעם זיידן [באיזה תירוץ שיהי'], און אריינרוקן אזא מישעל אבאמא, וועלכע איז גאנץ באליבט ביי די אמעריקאנער, ס'וועט זיין צו שפעט פאר טראמפ וכת דילי' איר צו פעינטן שווארץ [פיגוראטיוו], און מ'וועט זאגן אז די אלע פראבלעמען אין לאנד זענען פון ביידן, אבער אבאמא, איז פיל בעסער, א גוטע רעדנערן איז זי אויך, ס'וועט ברענגען נאסטאלגיע ביי געוויסע דעמאקראטן און אינדעפענדענטס, און מ'איז גוד טו גא.
וואס זאגט איר?
וואס נאך קען זיין זייער פלאן?