"פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

"פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

קוקענדיג פון דרויסענדע פערספעקטיוו וואלט "פיעט בוטודזשעש" (יניק נאמען) געווען די בעסטע טשענס פאר דעמאקראטן צו געווינען די געוועזענע פרעזידענט טראמפ, ער דינט אין ביידען'ס קאבינעט אלס א נישט פאפולערער אמט. טראנספארטאציע סעקרעטאר. ווי אויך איז ער געווען מעיאר ערגעץ ווי,

די מעלה פון אים: ער איז יונג סך הכל 41 און זייער א אינטערעסאנטע כאריזמאטישע חברה'מאן, ער האט א גוטן פיסק קען גוט פאדרייען א קאפ א זאך וואס דעמאקראטן ברויכן נייטיג האבן קעגן טראמפ, אונטערשטע שורה: ער וועט קענען גוט אוועקדרייען די פארטיי פון פרעזידענט ביידן וואס האט נעבעך אנגעזעצט די פארטיי, ער איז קלין דאכצעך פון סקאנדאלן, נישט צופיל אנגעמעסט.. און די 2020 דעמאקראטישע פריימערי איז ער אריין געקומען אין געוויסע סטעיטס די דריטע, דאס טייטשט נאך בערני סאנדארס. ער איז נישט ארכי לינק, גאנץ מעסיג ווי מ'זאגט, ער האט די מעלות פון פרעזידענט ביידען אבער נישט די חסרונות (ס'קלינגט היימיש - דיסענטיס)
אטעטשמענטס
Pete_Buttigieg,_Secretary_of_Transportation_(cropped).jpg
Pete_Buttigieg,_Secretary_of_Transportation_(cropped).jpg (131.27 KiB) געזען 1751 מאל
48012595347_02829f36c7_k-e1566576200795-768x462.jpg
48012595347_02829f36c7_k-e1566576200795-768x462.jpg (29.38 KiB) געזען 1751 מאל
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

די נישט פאפולער דשאב, האט ער שוין אויך באוויזען אנצוזעצן כדבעי,
ער האט נישט קיין שום קוואליפיקאציעס, אחוץ ודי
לעצט פארראכטן דורך צינגעלע אום מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

האט א שטוינענדע רעקארד פון נישטטון זיין דזשאב אלץ טראנספארטאציע סעקרעטאר, גענומען אסאך גאר לאנגע וואקאציעס פאר גארנישט און נישט געווארן פארהאלטן , אפגעהיטן זאלן מיר ווערן פון אזאנער פאר פרעזידענט
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

אמעריקע איז גרייט פאר א קאנדידאט פון גיהנום? נישט זיכער אז די דעמאקראטישע פארטיי איז גרייט צו ריסקען אויף איהם.
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

רבותי ווי שלעכט ער זאל נאר נישט זיין, ערגער פון ביידן קען ער שוין סייווי נישט גיין, סאו יא
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5263
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

סארי אבער מיט דיין נעכטיגע חלומות פון טראמפ’ס ווי פי אויסוואל אין יעצט מיט פיט בוטודושטעט קוקט ערנסט אויס ווי די האלסט נישט מיט פאליטיק
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

איך גלייב שווער אז די דעמאקראטן וועלן אים נעמען אלץ קאנדידאט, נישט אז עס באדערט מיר , עס וועט פשוט פארזיכערן א געווינס פאר טראמפ.
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

יוסי בן-ציון האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:34 pm
איך גלייב שווער אז די דעמאקראטן וועלן אים נעמען אלץ קאנדידאט, נישט אז עס באדערט מיר , עס וועט פשוט פארזיכערן א געווינס פאר טראמפ.
ביידען האט זיכער נישט קיין טשענס. אויב עפעס ער

צו זיי גייען אים קלייבן, לכאורה נישט. כ'מיין פאר א סיבה זענען זיי דעמאקראטן
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צ"ק
ער דערמאנט אביסל מיסטער בונדל
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29705
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אריינגעקומען אין געוויסע סטעיטס די דריטע?

מיי פרענד, דער בחור האט געווינען אייאווע און געטייד ניו העמשיר. אין א ברייטע פעלד אריינגערעכנט ביידן בערני וכו'.

אינטרעסאנט ווי שנעל נישט פאוקעסד זכרונות ווערן פארנעפלד.

עניוועי, דערווייל איז ער פארקערט ווי א סוקסעס סטארי אין דעם טראנספארטאציע דעפארטמענט, על כל פנים נאך די געלונגענע רעכטע פראפאגאנדע קעגן אים.

אבער גראדע אין די פריימערי אנקעטעס איז ער געווענליך די שטערקסטע נאך די וויצע פרעזידענט העריס און מישעל אבאמע בערני מיט הילערי וועלכע לויפן נישט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@צל עובר כ'זעה דו שמועסט ארום אין די אשכולות.
האלסט באמת אז ביידן איז א פראבלעם פאר דעמעקראטן און מ'גייט אים פראבירן טוישן מיט א צווייטן?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29705
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איז זיין עלטער א פראבלעם? יא.

לוינט אים צו טוישן? ניין.

וועט מען אים טוישן? איי ריעלי דאונט טינק סאו.

אבער יענע אשכול איז געקומען מיט די הנחה אז דא דעבאטירט מען נישט דעם עצם זאך כאילו מען דארף און מען גייט אים זיכער טוישן.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7400
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דער עולם אויף אייוועלט גייט באמת אויס פאר רחמנות אויף די דעמאקראטישע שישקעס אין וואנשינגטאן און מען זוכט זיי פשוט צו העלפן.

ממש א שאד אז זיי קומען נישט דא אריין ליינען.

בעצם איז שוין א פארטיגע דעמאקראטישע טיקעט, פראדוצירט דורך אייוועלט.

פיט בוטידזשעדזש אלס הויפט קאנדידאט און מישעל אבאמא אלס וויצע, ווי @קו ירוק ווייסט אנצוגעבן.

זיי קענען שוין אפרופן דעם גאנצן פריימערי פראצעדור...
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5263
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

האלצשטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:25 pm
דער עולם אויף אייוועלט גייט באמת אויס פאר רחמנות אויף די דעמאקראטישע שישקעס אין וואנשינגטאן און מען זוכט זיי פשוט צו העלפן.

ממש א שאד אז זיי קומען נישט דא אריין ליינען.

בעצם איז שוין א פארטיגע דעמאקראטישע טיקעט, פראדוצירט דורך אייוועלט.

פיט בוטידזשעדזש אלס הויפט קאנדידאט און מישעל אבאמא אלס וויצע, ווי @קו ירוק ווייסט אנצוגעבן.

זיי קענען שוין אפרופן דעם גאנצן פריימערי פראצעדור...
אביסל ענדליך ווי אפאר לינקע פירן די רעפאבליקאנער פריימערי אשכול וואס איז עכט קיין פריימערי קיינמאל געווען
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

American Dream האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:33 pm
סארי אבער מיט דיין נעכטיגע חלומות פון טראמפ’ס ווי פי אויסוואל אין יעצט מיט פיט בוטודושטעט קוקט ערנסט אויס ווי די האלסט נישט מיט פאליטיק
פארוואס עפעס ווייל קיין איינע פון די געדאנקען ווערן נישט דערמאנט אויף סאציאלע מידיא

יעצט איז עס שוין דערמאנט אויף א אידישע פלאטפארמע

בסדר ?
כל טוב !
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

American Dream האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:13 pm
האלצשטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:25 pm
דער עולם אויף אייוועלט גייט באמת אויס פאר רחמנות אויף די דעמאקראטישע שישקעס אין וואנשינגטאן און מען זוכט זיי פשוט צו העלפן.

ממש א שאד אז זיי קומען נישט דא אריין ליינען.

בעצם איז שוין א פארטיגע דעמאקראטישע טיקעט, פראדוצירט דורך אייוועלט.

פיט בוטידזשעדזש אלס הויפט קאנדידאט און מישעל אבאמא אלס וויצע, ווי @קו ירוק ווייסט אנצוגעבן.

זיי קענען שוין אפרופן דעם גאנצן פריימערי פראצעדור...
אביסל ענדליך ווי אפאר לינקע פירן די רעפאבליקאנער פריימערי אשכול וואס איז עכט קיין פריימערי קיינמאל געווען
כ'ווייס נישט, ס'דא צופיל כאאס מיט פרעזידענט ביידן

1 די אקענאמיע טויג נישט
2 אפגאניסטאן דורכפאל
3 מלחמה אין אייראפע
4 מלחמה אין מיטל מזרח
5 האנטער ביידן סקאנדאלן
6 די גרעניץ איז א הפקר וועלט
7 ביידן קאלאכט אוועק

צופיל כאאס און סקאנדאלן מ'ברויך גיין מיט א נייע פרישע פנים
לעצט פארראכטן דורך יענץ פויגל אום מיטוואך יאנואר 17, 2024 6:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

אזוי ווי דו זאגסט ער קען דרייען א קאפ, בעסער געזאגט פארדרייען א שמועס. דאס איז אבער די איינציגסטע קוואליפיקאציע זיינער. ער איז א געזונטע שוטה ווי ס'ברויך צו זיין

דערמאנט אביל פון קאמאלע העריס
קוה אל השם רבותי
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

יענץ פויגל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:00 pm
American Dream האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:13 pm
האלצשטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:25 pm
דער עולם אויף אייוועלט גייט באמת אויס פאר רחמנות אויף די דעמאקראטישע שישקעס אין וואנשינגטאן און מען זוכט זיי פשוט צו העלפן.

ממש א שאד אז זיי קומען נישט דא אריין ליינען.

בעצם איז שוין א פארטיגע דעמאקראטישע טיקעט, פראדוצירט דורך אייוועלט.

פיט בוטידזשעדזש אלס הויפט קאנדידאט און מישעל אבאמא אלס וויצע, ווי @קו ירוק ווייסט אנצוגעבן.

זיי קענען שוין אפרופן דעם גאנצן פריימערי פראצעדור...
אביסל ענדליך ווי אפאר לינקע פירן די רעפאבליקאנער פריימערי אשכול וואס איז עכט קיין פריימערי קיינמאל געווען
כ'ווייס נישט ס'דא צופיל כאאס מיט פרעזידענט ביידן

1 די אקענאמיע טויג נישט
2 אפגאניסטאן דורכפאל
3 מלחמה אין אייראפע
4 מלחמה אין מיטל מזרח
5 האנטער ביידן סקאנדאלן
6 די גרעניץ איז א הפקר וועלט
7 ביידן קאלאכט אוועק

צופיל כאאס און סקאנדאלן מ'ברויך גיין מיט א נייע פרישע פנים
עגרידט, איך קען אבער נישט כאפן פארוואס די האלטסט אז פיט בוט.... איז אזוי סאך בעסער אז ס"זאל זיך לוינען פאר די דעמאקראטן אים צו נעמען אלץ זייער קאנדידאט.
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:12 pm
אריינגעקומען אין געוויסע סטעיטס די דריטע?

מיי פרענד, דער בחור האט געווינען אייאווע און געטייד ניו העמשיר. אין א ברייטע פעלד אריינגערעכנט ביידן בערני וכו'.

אינטרעסאנט ווי שנעל נישט פאוקעסד זכרונות ווערן פארנעפלד.

עניוועי, דערווייל איז ער פארקערט ווי א סוקסעס סטארי אין דעם טראנספארטאציע דעפארטמענט, על כל פנים נאך די געלונגענע רעכטע פראפאגאנדע קעגן אים.

אבער גראדע אין די פריימערי אנקעטעס איז ער געווענליך די שטערקסטע נאך די וויצע פרעזידענט העריס און מישעל אבאמע בערני מיט הילערי וועלכע לויפן נישט.
זעסטו כ'האב אפילו נישט געדענקט זיין ניצחון פון אייאווע און ניו העמפשיר וויבאלד די מידיע האט אים אראפגעווארפן ביזן אפגרונט מורא האבנדיג אז קעגן טראמפ וועט ער אנזעצן

משא"כ מיט ביידן האבן זיי געפילט מער קאנפידענטס וויבאלד ער טראגט די געוואלדיגע טיטול פארמער ווייס פרעזידענט אדי"ס, נאכדערצו אונטער אבאמא א נאמען וואס האט געבענקט די דעמאקראטן זייער שטארק. מילא וועט ער עס קענען מאכן, עטליס טייען

די שאלה איז יעצט וואס די מידיע האלט אויף פרעזידענט ביידן, האלטען זיי טאקע אז ער האט א גוטע טשענס, דאס הייסט זיי האלטען טאקע אז דאס לאנד איז אויפן ריכטיגען טרעק, כ'גלייב זייער שווער. כ'מיין זיי זענען נישט קיין גולמים (אפשר יא)

אבער ווילאנג מ'האט נישט קיין בעסערע קאנדידאט בלייבט מען מיט פרעזידענט ביידן ביז די באבל וועט פולקאם פלאצן און דאן וועט זיין פארקערט די מעשה, ביידען וועט ווערן אראפגעריסן ביזן תהום
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

יענץ פויגל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 7:28 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:12 pm
אריינגעקומען אין געוויסע סטעיטס די דריטע?

מיי פרענד, דער בחור האט געווינען אייאווע און געטייד ניו העמשיר. אין א ברייטע פעלד אריינגערעכנט ביידן בערני וכו'.

אינטרעסאנט ווי שנעל נישט פאוקעסד זכרונות ווערן פארנעפלד.

עניוועי, דערווייל איז ער פארקערט ווי א סוקסעס סטארי אין דעם טראנספארטאציע דעפארטמענט, על כל פנים נאך די געלונגענע רעכטע פראפאגאנדע קעגן אים.

אבער גראדע אין די פריימערי אנקעטעס איז ער געווענליך די שטערקסטע נאך די וויצע פרעזידענט העריס און מישעל אבאמע בערני מיט הילערי וועלכע לויפן נישט.
זעסטו כ'האב אפילו נישט געדענקט זיין ניצחון פון אייאווע און ניו העמפשיר וויבאלד די מידיע האט אים אראפגעווארפן ביזן אפגרונט מורא האבנדיג אז קעגן טראמפ וועט ער אנזעצן

משא"כ מיט ביידן האבן זיי געפילט מער קאנפידענטס וויבאלד ער טראגט די געוואלדיגע טיטול פארמער ווייס פרעזידענט אדי"ס, נאכדערצו אונטער אבאמא א נאמען וואס האט געבענקט די דעמאקראטן זייער שטארק. מילא וועט ער עס קענען מאכן, עטליס טייען

די שאלה איז יעצט וואס די מידיע האלט אויף פרעזידענט ביידן, האלטען זיי טאקע אז ער האט א גוטע טשענס, דאס הייסט זיי האלטען טאקע אז דאס לאנד איז אויפן ריכטיגען טרעק, כ'גלייב זייער שווער. כ'מיין זיי זענען נישט קיין גולמים (אפשר יא)

אבער ווילאנג מ'האט נישט קיין בעסערע קאנדידאט בלייבט מען מיט פרעזידענט ביידן ביז די באבל וועט פולקאם פלאצןאון דאן וועט זיין פארקערט די מעשה, ביידען וועט ווערן אראפגעריסן ביזן תהום
בכלל נישט דא וואס צו זיין באזארגט, די דיעפ סטעיט וועט הייסן ביל געיטס ספאנסארן פאר פפייזער א דראג וואס מאכט דעם מענטש פיינט האבן טראמפ, און מעו וועט דאס אריינלייגן אין די וואסער רעזערווארן אין אמעריקע, און פארשטייט זיך אז CNN וועט דאס פארשווייגן, און היינט קען מען שוין נישט וויסן מיט פאקס ניוז אויך נישט

קענסט לאכן פון מיר יעצט און מיר רופן א קאנספיראטאר, אבער יעדער ווייסט אז די חילוק פון קאנספיראציע און פאקט איז א האלב יאר

געדענק איך האב ענק געווארענט
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

א מין אומבאחנטער פארשוין! פעך.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ווילאנג דער באטשוטשער נעמט נישט קעיר פון די ב''פ וויליאמסבורג באס - וועט ער קיין פרעזידענט ניט זיין.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

וואלט גוט געווען אפשר, ווען נישט זיין גאר שלעכטע רעקארד אינעם טראספארטאציע אפיס.

אזא נארישע דשאב אנצומעסן דארף מען זיין א גע'הרג'טע שלימזל, אדער פוילער שטריק.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

בוט-עדזש-עדזש!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: "פיעט בוטודזשעש" די בעסטע אפציע פאר דעמאקראטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

אויסער ווארענען עירליינס מיט שטראפן פאר זייערע דילעיס, וואס נאך האט ער אויפגעטון אין די טראנספארטאציע סעקטאר?

ריכטיג אז ער איז א 'נייס גיי'. איך זע אים אבער נישט עפעס ארויסגיין אין א מלחמה קעגן טראמפ. אבער אפשר טאקע דארפן דעמאקראטן האבן אזא איינעם וואס שטעלט אהער פריינטליך פנים, צו שטעלן אין קאנטראסט צו טראמפ'ס צעקנייטשטן געזיכט און זיינע שרעקעדיגע ווארנונגען פאר'ן לאנד, ווער ווייסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”