קרייסלערהאט געשריבן:↑זונטאג יאנואר 21, 2024 10:32 am
די ווידאו איז אפגעכאפט געווארן דורך די אחים מאנדל ר' גרשון און ר' אברבמ'טשע, זיי זענען געווען לעקטערישאנס און זיי האבן א גוי וואס האט געארבעט פאר זיי, זייענדיג זונטאג צופרי און ס'ערשטע מאל אזא ציבור אידן האט מען פארבעטן דעם גוי צו זיי דארטן זונטאג אויב עס וועט זיך אויספעלן עפעס צו מסדר זיין אדער פארעכטן, נו אז ער איז שוין דא האט מען אים באויפטראגט מיטן אפכאפן א פילם פונעם היסטארישן מאמענט
מערקט ווי אלע אידן ווי ר'משה פר"מ, ר' חיים הערש ליימזידער און יבלחט"א ר' שלמה יענקל שמייכלן צום קאמערע ווען זיי באמערקן ווער דער קעמרא מאן איז קעננענדיג אים פון די בוי ארבייט אינעם שטעטל און די ביהמ"ד הגדול