איך האב געהערט פון צוויי נירעדהאז'ער אידן איינער פון זיי וואס איז נאך אתנו בחיים און דער צווייטער וואס איז שוין ליידער נישט מיט אונז, האב איך פון זיי געהערט אז אין נירעדהאז איז געוועהן א זידיטשוב'ער רבי ר' יודל'ע עהרליך זצ"ל. אויך האב איך געזעהן אין ספר "זכרנו לחיים" (חיברו הרה"ח ר' בערל עהרמאן ז"ל פון קליינווארדיין) סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע שטייט אזוי בזה"ל: הה״צ ר׳ יודא עהרליך שליט"א נכד הה"ק מזדטשאיב ומקום דירתו בעיר נירעדהאזא סיפר לי [וכו'] ע"כ עס שטייט טאקע נישט אז מ'האט איהם גערופן זידיטשוב'ע רבי אבער איך זעה אז ער אידענטיפיצירט איהם מיט זידיטשוב. שפעטער בין איך הערשט געוואויר געווארן אז עס איז דא דער מקום מנוחתו און באקומען די נוסח המציבה וואס פון דעם נוסח איז משמע אז ער איז געוועהן א רבי.
איי וועלט איי וועלט ווי גרויס ביסטו, אז מ'זיכט טרעפט מען און טאקע דא אויף איי וועלט טרעפט מען וואס מ'זיכט.
ענדליך געטראפן אן ערנסטער שטיק אינפארמאציע איבער די משפחה פון ר' יודא לייביש עהרליך זצ"ל פון נירעדהאז וואס איך פרעג מיך שוין נאך דא א שטיק צייט. יעצט האב איך געטראפן אינעם אשכול וואס רופט זיך שושלת זאבנא ברענגט דארט הרב רבי יעקב דוב מיללער [על ישראל הדרתו בעיר סקרענטאן ומצודתו פרוסה על איי וועלט והגלילות] א שמועס צווישן צוויי שרייבערס ר' יוסלמאן און בן הרחמן אינעם אשכול בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט, מיט אביסעל הילף פון הסרפד. וזה תוכן שיחתם בסייתא דמשיא:
רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל אדמו"ר בנירעדהאז משושלת זידיטשוב בן ר' חיים זצלה"ה מברעזנא ודעבערצין ומנו"כ בסוואליאווע וחתן ר' יוסף כ"ץ האלענדער מאמסאנא. אשת ר' חיים איז געוועהן הרבנית טויבא ע"ה בת בנו פון הצדיק ר' מנחם מענדיל הויזער
ער האט געהאט א זוהן רבי יוסף שמואל שמעלקא עהרליך זצ"ל הי"ד אב"ד ריגליץ וואס ער איז געוועהן אן איידעם ביי רבי נפתלי צבי אונגער מבארדיוב ב"ר משה אליקים בריעה אונגער מדאמבראווא ב"ר ישראל אלימלך מזאבנא ב"ר יוסף מדאמבראווא ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווא. זיין שווער רבי נפתלי צבי אונגער איז געוועהן אן איידעם ביי ר' משה'לע בארדיוב'ער ב"ר ברוך'ל גארליצער זי"ע
רבי יוסף שמואל שמעלקא האט געהאט צען קינדער פארן קריג ואלה שמותם (לויט יד ושם): פייגא, טויבא, חנה, משה, מנחם, גיטא [מרים גיטל הי"ד], שרה, יוטא, יהודה [לייבוש], פעסיא. בלויז צוויי האבן איבער געלעבט די קריג און זיך באזעצט אין מושב יסודות בארה"ק, דאס זענען צווילינג שוועסטער מרת טויבא באש אשת ר' דוד באש און אשת ר' מענדל בריקמאן.
ר' חיים ברעזנא'ער האט געהאט אן איידעם הגאון רבי נפתלי הירץ באמבאך ראבדק"ק סאמבור בעל מחבר ספר גבעת הלבונה
דא האט איהר א לינק צו די מקור אויפן זאבנא'ער אשכול עס איז דא דארט א בילד פון רבי יוסף שמואל שמעלקא עהרלעך אב"ד ריגליץ זצ"ל הי"ד און אויך א בילד פון א בריוו וואס זיין טאכטער מרים גיטל הי"ד 9 יאר אלט האט געשריבן גייענדיג צו די שחיטה ווי זי שרייבט דארט "חטאנו צורנו סלח לנו יוצרינו, שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, ד' הוא האלקים, ד' מלך ד' מלך ד' ימלוך לעולם ועד" viewtopic.php?f=31&t=24688&p=954757&hilit=%D7%96%D7%90%D7%91%D7%A0%D7%90#p954757
זייער אינטערעסאנט! אבער נישט פארמישען: עס איז געוועהן א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'בערעגסאז און אויך א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'נירעדהאז דער בערעגסאזער איז געוועהן א זוהן פן דעלאטינער רב זצ"ל און דער נירעדהאזער א זוהן פונעם ברודער ברעזנא רב זצ"ל דער נירעדהאזער איז נסתלק געווארען ערב יו"כ און ליגט ושם מנו"כ דער בערעגסאזער איז אומגעקומען דורך די חיות טורפות בצורת אדם יום ב' סוכות תש"ד אין אוישוויץ הי"ד
יודל קליין האט געשריבן:
רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל אדמו"ר בנירעדהאז משושלת זידיטשוב בן ר' חיים זצלה"ה מברעזנא ודעבערצין ומנו"כ בסוואליאוועוחתן ר' יוסף כ"ץ האלענדער מאמסאנא.
דער רבי יוסף הכהן האלענדער מאמסאנא זצ"ל דער שווער פון רבי יודא'לע פון נירעדהאז איז געוועהן דער פאטער פון הרה"צ ר' נתן דוד הכהן האלענדער זצ"ל מאמסאנא שווער פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל און הגה"צ רבי אברהם ברוך ראזענבערגער אב"ד גמזו זצ"ל
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
ער האט געהאט א זוהן ר' יהודה לייביש זצ"ל הי"ד וואס האט געוואינט אין בערעגסאז אין געהאט א אייגענעם קלויז (לעצטענס געזעהן אין א באשרייבונג, אז מ'האט דעם ר' לייביש גערופען 'די בערעגסאזע רבי') און געוועהן א איידעם ביים בני שלישים פון קאסאן זצ"ל
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
כתב נכדו הרה"ק רבי נפתלי עהרליך אב"ד דילעטין זי"ע בהקדמתו לספה"ק שו"ת מגדל השן וז"ל מעשי תקפו וגבורתו של כבוד חותני זקיני הגאון המובהק קדוש יאמר לו מ' שמואל נחום הלוי זללה"ה האבד"ק וואהנילאוו לוביטשוב וליזענסק ושם מנוחתו כבוד לנשמתו צרורה בצרור החיים שהי' מתגבר כארי אף שהי' תמיד גבר חלש כי הוה ממית עצמו ממש על התורה ובכל פעם בא לו מיחש אחר מיחש מרוב עמלו בתורה ולא השגיח על שום דבר רק שעסק בתורה יומם ולילה, והוא הי המוצאן לאחרים והממציא אותן ועשה לו רב ה"ה הרב האי גאון רשכב"ה נר ישראל מרן בעל הישועות יעקב זי"ע שהי' תלמודו המובהק וקנה לו חברים ה"ה בנו של הרב הנ"לוהיה דולה מרבו ומשקה לכל צמא מים מי התורה, והעמיד תלמידים הרבה והרביץ תורה ברבים ושלח מעיינותיו על פני תבל לכל מגמת לבבו וחפץ רצונו היה רק שישתרש התורה בלב התלמידים ויעשו שורש למעלה ופרי למטה ותמיד היתה מחשבתו היאך לנהג התלמידים לרגל התורה ואהבת האמת ויראת ה'. ע"כ.
פאריגע וואך ביי די יארצייט סעודה פון דעלאטינער רב זצ"ל האט פארציילט דער בערטשע רב שליט"א אז זיין טאטע להבחל"ח דער קיוויאשע רב זצ"ל איז געוועהן צוויי מאל ביים דעלאטינע רב זצ"ל פאר אפשניט פון 6 חדשים, איינמאל אין תרצ"א און איין מאל אין תרצ"ה
פארציילט ער אז זיין טאטע האט אים פארציילט אז י"א תמוז תרצ"א איז ער מיטגעפארען מיט'ן דעלאטינער רב קיין זידיטשוב אויף די 100'סטע יערצייט פונעם עטרת צבי זי"ע, בערך 12 נאכמיטאג זענען זיי געוועהן ביים באן שטאנציאן ווי מ'קימט אן צי גיין קיין זידישוב, עס איז געוועהן אזא ריבוי עם און די דעלאטינער רב האט געפרעגט דעם אויפזעהר צו ער האט א חשבון וויפיל יודען זענען שוין דא געוועהן היינט, האט ער גע'ענפערט אז ער אליין האט שוין געסטעמפלט איבער צען טויזענט סטעמפעלס א מאושר אז מ'האט באצאלט פארען בילעט! זיי האבען געמיזט האלטן חשבון....
זוכענדיג אויפן קהלה-לינקס זייטל פון סוואליווע ביה"ח: http://kehilalinks.jewishgen.org/Svalya ... igious.htm זענען מיינע אויגן געפאלן אויף א בילד פון מצבת הרה"צ רבי חיים עהרליך ב"ר צבי הירש מראזלא זצ"ל (אחיו של נושא האשכול), מ'קען צוריקגיין אין דעם אשכול וואו מ'האט עטוואס דערמאנט פון אים, און אויך אינעם זשאבנער אשכול האט מען געשמועסט איבער זיין זון ר' יוסף שמואל. viewtopic.php?p=960846#p960846
מ'האט דא אויבן גערופען דעם רבי חיים "ברעזנא רב" ד.ה. אז ער האט משמש געווען ברבנות העיר ברעזנא? אינטערעסאנט אז עס ווערט נישט דערמאנט אויף זיין מצבה פארוואס ליגט ער אין סוואליווא?
נעבן רבי חיים ליגט אויך זיין רביצין הרבנית טויבא בת רבי זאב, זי איז נפטר געווארן בחיי בעלה, עס זעהט אויס אז איר מצבה האט מען לעצטענס איבערגעמאכט
קיינמאל נישט געזעהן דעם מציבה פון ר' חיים'ן זצ"ל! אינטערעסאנט ווי מ'שרייבט אויף'ן טאטע'ן ר' צבי מ'ראזלי
ווי דערמאנט אויבען איז דער ר' צבי געוועהן א רעכטער אייניקל פונעם עטרת צבי און אויף אים האט דער עטרת צבי געזאגט פאר די מוטער הרבנית רבקה'לי בשעת עיבורה וועסט האבען א בן זכר און זאלסט אים אנאמען געבען צבי נאך מיר!
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
לא נס ליחו פון דעם סקרענטענער רב... כה לחי
קיינמאל נישט געזעהן דעם מציבה פון ר' חיים'ן זצ"ל! אינטערעסאנט ווי מ'שרייבט אויף'ן טאטע'ן ר' צבי מ'ראזלי
ווי דערמאנט אויבען איז דער ר' צבי געוועהן א רעכטער אייניקל פונעם עטרת צבי און אויף אים האט דער עטרת צבי געזאגט פאר די מוטער הרבנית רבקה'לי בשעת עיבורה וועסט האבען א בן זכר און זאלסט אים אנאמען געבען צבי נאך מיר!
גיט גיט...
א גוטן ר' יעקל, שלום עיליכם וברוך שובך לטובה! מ'זעמיר צוריק אין דעלאטין פאר א וויילע, חבי כמעט רגע
וואס קענט איר דערציילן איבער דעם רבי חיים עהרליך זצ"ל?
א שיינע שטר מיט א חתימה פון ר' צבי הירש עהרליך -די טאטע פון ר' נפתלי דעלאטינער און ר' חיים פון ברעזנא - (בנוגע אן אייניקל זיינער א יתום לייבוש קאלעך) איז געדרוקט און דעם ספר גנזי יהודה חלק ב' (י"ל תחילת שנה זו תשע"ו לרגל שמחה בבית ר' יודל מאנדל) מדור זידיטשוב.
דארט ווערט אויך אביסעל באשריבן משפחת עהרליך נכדי זידיטשוב.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!! נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
פארצייטנס האט געשריבן:
א שיינע שטר מיט א חתימה פון ר' צבי הירש עהרליך -די טאטע פון ר' נפתלי דעלאטינער און ר' חיים פון ברעזנא - (בנוגע אן אייניקל זיינער א יתום לייבוש קאלעך) איז געדרוקט און דעם ספר גנזי יהודה חלק ב' (י"ל תחילת שנה זו תשע"ו לרגל שמחה בבית ר' יודל מאנדל) מדור זידיטשוב.
דארט ווערט אויך אביסעל באשריבן משפחת עהרליך נכדי זידיטשוב.
ווי קען מען קריגן די אינפערמעישן? (בספר, או בפי די עף)
להנציח זכרונם של צדיקים פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דאhttp://www.yuhrzeit.com
מיללער האט געשריבן:
נעבן רבי חיים ליגט אויך זיין רביצין הרבנית טויבא בת רבי זאב, זי איז נפטר געווארן בחיי בעלה, עס זעהט אויס אז איר מצבה האט מען לעצטענס איבערגעמאכט
ווער איז געווען איר פאטער?
איך האב ביי מיר און באזיץ א משפחה בילד פון א רעביצין און אויף די אנדערע זייט איז אנגעצייכנט אויף פויליש (?) אפאר ווערטער און גע'חתמ'ט:
רבינערען רייזיל עהרליך פון סוואליעווא 1927
די בילד דארף צו זיין פון א רעבעצין רייזל בת ר' יוסף יעקב [לייכטאג] ואמה למשפחת הורוויץ. און די מסורה גייט אז הה"ק משינאווא זי"ע האט זיך פאר איר אויפגעשטעלט.
נאך אסאך זוכען, און טאקע נאכן געפונען די מצבה פון רבי חיים און סוואליאווא [ע"י ידידנו חוקר היוחסין הרב דובעריש וובר שי'], קומט אויס אז עס איזיתכןאז די הרבנית רייזל האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט הה"צ רבי חיים עהרליך מברעזנא - סוואליאווא זצ"ל.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!! נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
מיללער ידידי - חבי כמעט רגע חאחא... גיט גיט און (ליידער ריכטיג) ב"ה פארדעם! בנוגע ר' חיים'ן איז נישטא קיין סך וואס מ'ווייסט, די משפחה פון ר' חיים'ן זצ"ל פרעגען אסאך אן און ווילן טאקע וויסען פון ווער וואס ווייסט עכ"פ פון וויפיל מיר ווייסען איז שוין געשריבען געווארען דא אין דיזען געהענגל פריער
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ווי קען מען קריגן די אינפערמעישן? (בספר, או בפי די עף)
איך וועל עס פריבירען צו פארשאפען, כמדומה אז עס איז נישט געווען צו באקומען און די געשעפטען, נאר די חובבי עתיקות האבן אויסגעווארט ביי די שבע ברכות פון בן ר' יודל מאנדל ווי ער האט עס דארט געטיילט.
אגב איך מיין אז אויב מען קלינגט דעם מו"ל - בעל העתיקות- פארן ספר גיבט ער עס בתשועות חן.
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!! נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!