ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א
ער איז געבוירען געווארען אין יאר תרכ"ג, צי זיין פארטער ר' צבי הירש זצ"ל, וואס איז געווען א זוהן פון ר' יהודה ליביש עהרליך פון ראזלא זצ"ל, אן איידעם ביים עטרת צבי פון זידיטשוב זצ"ל,
זיין ברית איז פארגעקומען אין זידיטשוב ביים פעטער ר' אייזיקל זצ"ל, ווי הרה"ק ר' אייזיק איז געווען סנדק און געגעבען דעם נאמען, זיין פאטער האט געזאגט פאר ר' אייזיקל אז ער וויל אים א נאמען געבען נאכען הייליגען ראפשיצער רב זצ"ל, ויקרא שמו בישראל 'נפתלי צבי', למעשה האט מען אים באלד אויפמערקזאם געמאכט אז די טאטע הייסט דאך 'צבי', איז דא צוויי גירסאות: איינס אז ער האט גלייך איבער געזאגט, אלוקינו ואלוקי אבותינו קיים וכו' און געטוישט נאר אויף נפתלי, און די צווייטע גירסא איז אז קודם האט ער נישט צירוק געטוישט, נאר שפעטער ביים סעודת ברית האט ער געזאגט א מי שברך, און אראפגענומען דעם צבי.
ער איז געווען א איידעם בייט הרה"ק ר' מנחם ישראל אבד"ק' וואנילוב זצ"ל
די שטאט דעלאטין איז געווען א עיר ואם בישראל, די עיקר האבען דארט געשטראמט יודען אין זומער, וויבאלד דעלאטין איז אויף א בארג, און עס מער קילער דארט, ווי די שטעטלעך ארום, פלעגט מען דארט קומען זומער פאר עטליכע וואכען אויף אפרי, א בחינה ווי די קאנטרי, און עס האבען דארט געוואוינט זייער אסאך זידיטשובע חסידים, און ווען זייער רב איז נפטר געווארען און יאר תרנ"ה, האט די יודען פון שטאט אויפגענומען דעם יונגען ר' נפתלי, אן אייניקעל פונעם עטרת צבי, אלט זייענדיג 32 יאר
ער האט דארט משמש געוועהן ברבנות כמעט א יובל יארן, געווען דער מוהל, און אנגעפפירט מיט אלע רבנישע פאנקציעס פונעם שטאט, ער איז געווען זייער א שארפע מענטש פון איין זייט, און פון די צווייטע זיין זייער א ציעגעלאזענע, א בחינה פון שמאל דוחקת, און ימין מקרבת,
מ'פארציילט אז איינמאל האט זיך דער ראש הקהל דארט אנגעשטויסען און א שטיקעל חילול שבת, און די רב האט זיך דערוויסט דערפון, האט אים געגעבען א פראסק ברבים, אזוי אז די וואנט האט אים געגעבען די צווייטע, (פרובירן זאל א רבי געבען היינט א פראסק פארען ראש הקהל.....)
ער איז געווען א זעלטענער שיינע מענטש, ווי מענטשען אפילו להבדיל גוים פלעגען זיך אפשטעלן און אום אנקוקען גיייענדיג אויפן גאס, ווי אויך איז ער געווען באקאנט מיט א מורא'דיגער שטימע, וואס פארשידענס ווערט דערציילט דערוועגען.
מיר האבען אמאל געהערט פון הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל, אז ער פלעגט מיט פארען מיט זיין פאטער זומער אויף דעלאטין, און זיין פאטער פלעגט דאווענען אין די נאדווערנע קלויז, אבער ער פלעגט אלץ לעכצען צי דאווענען ביים דעלאטינער רב, נהנה זיין פון זיין דאווענען, אבער עס האט נישט געפאסט נישט מיט גיין דאווענען מיט זיין פאטער, איינמאל איז זיין טאטע נישט געווען אויף שבת, האט ער אריינגעכאפט די געלענגענהייט, אין געגאנגען דאווענען אין די שטאטישע שוהל ביים רב, פארציילט ער אז אויף גאסען אוועק, האט מען שוין געהערט קולות פון זיין שיינע הויכע שטימע, מיטן זידיטשובער נוסח, ווי די קרעטשניפע רבי פלעגט אלץ נאכמאכען דעם 'מקולות מים רבים' וואס די דעלאטיער רב האט געזאגט דעמאלטץ, ער פלעגט צילייגען 'דאס איז געווען אבער קולות'
עז איז דא א איד ר' מרדכי ברעסלער ני"ו אין טאראנטא קאנאדע, א איד קע"ה היבש איבער די תשעים, וואס גייט נאר צי דריי שיעורים יעדען טאג, וואס איז געווען די הויז בחור ביים דעלאטינער רב, מיר האבען זיך אמאל געטראפען מיט אים, און ער פארציילט פארשידענע מורא'דיגע זאכען פון זיין רבי'ן,
ער האט צווישען אנדערע זאכען פארציילט, אז ער פלעגט יעדען טאג גיין מיט די רב אין מקוה, און אין דעלאטין איז געווען צוויי מקוה'ס איינס א ווארעמע ציקעשטעלטע שטאטישע מקוה, און די צווייטע א אומגעהייצטע טיפע פארשטיפטע מקוה, און די רב פלעגט גיין יעדן טאג דוקא אין די קאלטע, (דארט אין די ווייטע אוקריינע ווינטער אין א קאלטע מקוה, איז געווען, ווי מיר שטעלן זיך פאר, "קיין פיקניק")
ער איז נסתלק געווארען ה' שבט תש"א, ביים סאמע אנפאנג פון די קריג, און וויבאלד די סכנה אין שטאט, איז שוין געווען פאר יעדען איד, אויף די העכסטע שטאפלען, האבען די חברה קדישא אום באהאלטען, אינמיטען די נאכט, מיט א מוראדיגער שטילקייט דארט אין בית החיים,
למעשה אינמיטען די שבעה זענען שוין די נאציס ימ"ש געווען אין שטאט ממילא האט מען נישט געקענט לייגען קיין מצבה,
נאכען קריג איז זיין זוהן ר' שלמה יעקב ז"ל גלייך צירוקגעפארען קין דעלאטין, קענען זיך אויסוויינען ביים טאטענס מקום מנוחה, ווי אויך שטעלן א מציבה כראוי, אבער למעשה אפילו ער איז אויך געווען ביי די קבורה, האט ער בשום אופן נישט דערקענט דעם פלאץ ווי אין בית החיים מ'האט אים געלייגט, ציליב די שרעק וואס האטט דעמאלץ געהערשט, ווי אויך נאך די ביטערע קאשמארען וואס ער האט מיטגעמאכט תיקף.
ער האט געהאט א זוהן ר' יהודה לייביש זצ"ל הי"ד וואס האט געוואינט אין בערעגסאז אין געהאט א אייגענעם קלויז (לעצטענס געזעהן אין א באשרייבונג, אז מ'האט דעם ר' לייביש גערופען 'די בערעגסאזע רבי') און געוועהן א איידעם ביים בני שלישים פון קאסאן זצ"ל
ווי אויך א טאכוטער שרה חנה ע"ה די רביצין פון ר' פנחס שלום פון קאסאן - בראנקס,
(עס איז פארהאן א אינטערעסאנטע בריוו, וואס די דעלאטינער רב זצ"ל האט געשריבען פאר זיין טאכטער פארן פארען קיין לאס אנדזשעלעס מיט איהר שווער ר' משה שמואל פון קאסאן- קליינווארדאן, אסאך חיזוק איידער מפארט צי די גרויסע טריפה'נע אמעריקא)
ווי אויך א זוהן פון זווג שני ר' שמואל יעקב ז"ל ווי אווען דערמאנט
ת.נ.צ.ב.ה.
נ.ב. מיין טעלעפאטיע - תפיסת המחשבה ארבעט שוין ביזן ווייטען פענסעלוועניע, ווי אונזער גיטער פריינט ר' יעקב בער וויל א בילד פון אום, און די מצבה, אבער פון די מצבה איז נישט דא, פון אום האב איך יא געזעהן איך וועל עס פרובירן שאפען בל"נ