ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך
איך וויל ענק פארציילן א מעשה וואס האט פאסירט מיט מיר אייערנעכטן…
איך שטיי אויף צופרי, און איך קוק איבער די נייעס צו זען וואס מען קען מיטטיילן עפעס אינטעראסאנט פאר די אייוועלט ליינער. און איך זע איינע פון די אקאונטס שרייבן א אינטערסאנטע שטיקל נייעס…
איך האב גלייך געטראכט, אה! דאס קען זיין גוט פאר אייוועלט!, אבער די נייעס איז נאך געווען היבש רוי, איך האב זיך אריינגעלייגט אביסל, און אנגעהויבן נאכדיין די אקוראטע פאקטן און די היסטאריע פון די גאנצע נושא, איך האב אנגעהויבען שרייבען א לענגערע באריכט מיט אלע דעטאלן, און איך האב געשפענט א שיינע פאר שעה צו זוכן ריכטיגע און פאסיגע בילדער. ווען איך האב גענדיגט אפשרייבען די גאנצע זאך ,און עס איבערגיין אפאר מאל מאכען זיכער אז אלעס שטימט, האב איך עס ענדליך ארויפגעלייגט אויף אייוועלט. און איך טראכט צו מיר, ווען דער עולם זאל ווען וויסן וויפיל ארבעט גייט אריין…
עס איז נישט געווען דארט קיין פינף סעקונדעס, ווען איך באקום איך א פריוואטע מעסעדזש, אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, איינער האט סתם גע'חלומ'ט א דמיון, און איך האב נאך יענעם געגלייבט… ס'איז ממש בושות געווען צו לאזן, בלית ברירה האט איך געדרוקט "פארריכט תגובה" און גענומען די גאנצע שעות ארבעט, און איבערגעלאזט א בלויזער פינטל.
צו ווייסט איר וויאזוי איך האב געפילט?
אזוי ווי איך וואלט באקומען א פלעט טייער אויף אלע 4 רעדער בשעת'ן פארן אויף די הייוועי... עס האט געשפירט ווי א לויזע איי האט יעצט געקראכט אויף מיין פנים…
יא, איך בין א מענטש, א בשר ודם, און איך דארף רעקעגנישען פאר מיין ארבעט.
איך האב ארויסגעקוקט פאר די שמייכל פון די ליינער. און די זאפטיגע קאמענטארן. און דא, נאך פאר די קאמפלימענטן, און פאר די קאמענטארן… און אאופס… קראך… איך קען עס אפי' נישט ארויפלייגען…
****
די מעשה וואלט טאקע אפשר געקענט געשען, אבער איך וויל צוקומען צו מיין פוינט…
איך ווייס אז דו גייסט טראכטן איז איך מיין מיך, אבער ניין! איך זאג עס קלאר און אפן פאר איך הייב אן, איך מיין באמת נישט מיך!! איך בין גאנץ פרישע פלייש דא אויף אייוועלט, איך האב סך הכל אנגעהויבען שרייבען די נייעס פאר ווייניגער ווי א יאר צוריק… און ב״ה דער עולם האט הנאה, איך האב הנאה אין מען פארברענגט צוזאמען אזש עס גייט א רויך!
אבער… איך טראכט צו מיר, ווילאנג טו איך עס שוין? עס זענען דא שרייבערס דא אויפן וועלטל וואס שרייבען שוין פאר יארן!! זיי האבן שוין געשריבן צענדליגע טויזענטער תגובות!!
אבער סאם האו ווען זיי באריכטען די נייעס, נעמט מען עס אן ווי עס וואלט געשען פון זיך אליינס… זיי זענען שוין געווארן א חלק פון די אייוועלט פערניטשער! מען קען מיינען זיי ווערען באצאלט פארן שרייבען דא… מען נעמט זיי פאר גרענטעד! וואס דו כאפסט נישט איז אז דא איז דא א מענטש וואס געבט אוועק צייט און כוח, פאר דיר! דיר צו האלטן אינפארמירט מיט יעדער דעטאל פון די נייעס מיט א קלארקייט!
אבער מיינע טייערע פריינט, א מענטש איז נאר א מענטש! צו מיינט איר אז עס גייט קענען אזוי ווייטער אנהאלטן? ווען איינער פילט ווי מען appreciate נישט זיין שווערע ארבעט ווייזט די מציאות אז ער ווערט ער אויסגעברענט!
איך קען עס זאגען ווייל איך ווייס די בעקענד פון שרייבען נייעס! עס איז בכלל נישט גרינג! עס איז קאמפלעצירט, קיינער וויל נישט שרייבען פעיק ניוז.. יעדער וויל לייגען אקוראטע אינפארמאציע אויף א שיינע שפראך..
און אויב די מיינסט אז מען מען נעמט עפעס א העדליין, און מען נוצט גוגל טרענסלעיט און פארטיג, כאפ א בליק ווי אזוי א גוגל טרענסלעיט נייעס זעהט אויס:
רוב מאל איז גוגל טרענסלעיט בכלל נישט געמאכט צו ליינען… מען דארף עס אליין שרייבען! אין יעדע באריכט גייט אריין אסאך כוח אין צייט! אסאך מער ווי מען מיינט!DOOCY: "Why do you think it is that more and more people polled feel like overtime, Pres. Biden's getting less and less mentally sharp?"DOOCY: "פארוואס מיינט איר אז עס איז אז מער און מער מענטשן וואָס זענען געפֿרעגט פילן ווי יבערצייגונג, פּרעז. בידען ווערט ווייניקער און ווייניקער מענטאַלי שאַרף?"
KJP: "You know, I have to say, that's a little confusing for me..."
KJP: "איר וויסן, איך האָבן צו זאָגן, דאָס איז אַ ביסל קאַנפיוזינג פֿאַר מיר ..."
יא, ווען א ניק ארבעט ער פאר דיר שווער, וויל ער הערן פון דיר פידבעק, ער ווארט דו זאלסט זיך באדאנקען דורך א לייק, און ווען ער דערגרייכט א גרויסע צאל פון תגובות וויל ער הערען א מזל טוב, א שכח, א קאמענט! ער איז נישט נאר דא צו הערען דיין קריטיק! און ווען א ניק זעהט ווי מען לייקט זיינע באריכטען געבט עס כוח ווייטער צו שרייבען!
מיינע טייערע פריינט, דאס דארף זיך טוישן!!
יא, איך ווייס אז מען האט שוין אסאך געשריבען דערוועגן! אבער עס איז נישט א דזשאוק!
קיינער דא וויל נישט א אייוועלט אן א @הכל הבל @נארמאליזעם @נקדימון @ישראל_הלוי @אלעקסיי דער דריטער @צל עובר @אבזערווירער @ניקאווא @את פתח לו @עלינו וכו' וכו'...
דער ליסטע איז לאנג, איך האף אז איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט, אבער יעדער דארף פאר זיך וויסען פון וועלכע ניק ער האט הנאה, און יעדער זאל טון צו די זאך, געב א קאמפלימענט! זאג אים ווי די האסט הנאה! עס קאסט דיך גארנישט! און דו טיסט דיך אליין א טובה!
עס איז "די ביליגסטע ברענשטאף"