ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10218
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

א גוטן מיינע טייערע פריינט..

איך וויל ענק פארציילן א מעשה וואס האט פאסירט מיט מיר אייערנעכטן…

איך שטיי אויף צופרי, און איך קוק איבער די נייעס צו זען וואס מען קען מיטטיילן עפעס אינטעראסאנט פאר די אייוועלט ליינער. און איך זע איינע פון די אקאונטס שרייבן א אינטערסאנטע שטיקל נייעס…
איך האב גלייך געטראכט, אה! דאס קען זיין גוט פאר אייוועלט!, אבער די נייעס איז נאך געווען היבש רוי, איך האב זיך אריינגעלייגט אביסל, און אנגעהויבן נאכדיין די אקוראטע פאקטן און די היסטאריע פון די גאנצע נושא, איך האב אנגעהויבען שרייבען א לענגערע באריכט מיט אלע דעטאלן, און איך האב געשפענט א שיינע פאר שעה צו זוכן ריכטיגע און פאסיגע בילדער. ווען איך האב גענדיגט אפשרייבען די גאנצע זאך ,און עס איבערגיין אפאר מאל מאכען זיכער אז אלעס שטימט, האב איך עס ענדליך ארויפגעלייגט אויף אייוועלט. און איך טראכט צו מיר, ווען דער עולם זאל ווען וויסן וויפיל ארבעט גייט אריין…

עס איז נישט געווען דארט קיין פינף סעקונדעס, ווען איך באקום איך א פריוואטע מעסעדזש, אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, איינער האט סתם גע'חלומ'ט א דמיון, און איך האב נאך יענעם געגלייבט… ס'איז ממש בושות געווען צו לאזן, בלית ברירה האט איך געדרוקט "פארריכט תגובה" און גענומען די גאנצע שעות ארבעט, און איבערגעלאזט א בלויזער פינטל.

צו ווייסט איר וויאזוי איך האב געפילט?
אזוי ווי איך וואלט באקומען א פלעט טייער אויף אלע 4 רעדער בשעת'ן פארן אויף די הייוועי... עס האט געשפירט ווי א לויזע איי האט יעצט געקראכט אויף מיין פנים…
יא, איך בין א מענטש, א בשר ודם, און איך דארף רעקעגנישען פאר מיין ארבעט.

איך האב ארויסגעקוקט פאר די שמייכל פון די ליינער. און די זאפטיגע קאמענטארן. און דא, נאך פאר די קאמפלימענטן, און פאר די קאמענטארן… און אאופס… קראך… איך קען עס אפי' נישט ארויפלייגען…

****

די מעשה וואלט טאקע אפשר געקענט געשען, אבער איך וויל צוקומען צו מיין פוינט…

איך ווייס אז דו גייסט טראכטן איז איך מיין מיך, אבער ניין! איך זאג עס קלאר און אפן פאר איך הייב אן, איך מיין באמת נישט מיך!! איך בין גאנץ פרישע פלייש דא אויף אייוועלט, איך האב סך הכל אנגעהויבען שרייבען די נייעס פאר ווייניגער ווי א יאר צוריק… און ב״ה דער עולם האט הנאה, איך האב הנאה אין מען פארברענגט צוזאמען אזש עס גייט א רויך!

אבער… איך טראכט צו מיר, ווילאנג טו איך עס שוין? עס זענען דא שרייבערס דא אויפן וועלטל וואס שרייבען שוין פאר יארן!! זיי האבן שוין געשריבן צענדליגע טויזענטער תגובות!!

אבער סאם האו ווען זיי באריכטען די נייעס, נעמט מען עס אן ווי עס וואלט געשען פון זיך אליינס… זיי זענען שוין געווארן א חלק פון די אייוועלט פערניטשער! מען קען מיינען זיי ווערען באצאלט פארן שרייבען דא… מען נעמט זיי פאר גרענטעד! וואס דו כאפסט נישט איז אז דא איז דא א מענטש וואס געבט אוועק צייט און כוח, פאר דיר! דיר צו האלטן אינפארמירט מיט יעדער דעטאל פון די נייעס מיט א קלארקייט!

אבער מיינע טייערע פריינט, א מענטש איז נאר א מענטש! צו מיינט איר אז עס גייט קענען אזוי ווייטער אנהאלטן? ווען איינער פילט ווי מען appreciate נישט זיין שווערע ארבעט ווייזט די מציאות אז ער ווערט ער אויסגעברענט!

איך קען עס זאגען ווייל איך ווייס די בעקענד פון שרייבען נייעס! עס איז בכלל נישט גרינג! עס איז קאמפלעצירט, קיינער וויל נישט שרייבען פעיק ניוז.. יעדער וויל לייגען אקוראטע אינפארמאציע אויף א שיינע שפראך..

און אויב די מיינסט אז מען מען נעמט עפעס א העדליין, און מען נוצט גוגל טרענסלעיט און פארטיג, כאפ א בליק ווי אזוי א גוגל טרענסלעיט נייעס זעהט אויס:
DOOCY: "Why do you think it is that more and more people polled feel like overtime, Pres. Biden's getting less and less mentally sharp?"

KJP: "You know, I have to say, that's a little confusing for me..."
DOOCY: "פארוואס מיינט איר אז עס איז אז מער און מער מענטשן וואָס זענען געפֿרעגט פילן ווי יבערצייגונג, פּרעז. בידען ווערט ווייניקער און ווייניקער מענטאַלי שאַרף?"

KJP: "איר וויסן, איך האָבן צו זאָגן, דאָס איז אַ ביסל קאַנפיוזינג פֿאַר מיר ..."
רוב מאל איז גוגל טרענסלעיט בכלל נישט געמאכט צו ליינען… מען דארף עס אליין שרייבען! אין יעדע באריכט גייט אריין אסאך כוח אין צייט! אסאך מער ווי מען מיינט!

יא, ווען א ניק ארבעט ער פאר דיר שווער, וויל ער הערן פון דיר פידבעק, ער ווארט דו זאלסט זיך באדאנקען דורך א לייק, און ווען ער דערגרייכט א גרויסע צאל פון תגובות וויל ער הערען א מזל טוב, א שכח, א קאמענט! ער איז נישט נאר דא צו הערען דיין קריטיק! און ווען א ניק זעהט ווי מען לייקט זיינע באריכטען געבט עס כוח ווייטער צו שרייבען!

מיינע טייערע פריינט, דאס דארף זיך טוישן!!

יא, איך ווייס אז מען האט שוין אסאך געשריבען דערוועגן! אבער עס איז נישט א דזשאוק!

קיינער דא וויל נישט א אייוועלט אן א @הכל הבל @נארמאליזעם @נקדימון @ישראל_הלוי @אלעקסיי דער דריטער @צל עובר @אבזערווירער @ניקאווא @את פתח לו @עלינו וכו' וכו'...

דער ליסטע איז לאנג, איך האף אז איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט, אבער יעדער דארף פאר זיך וויסען פון וועלכע ניק ער האט הנאה, און יעדער זאל טון צו די זאך, געב א קאמפלימענט! זאג אים ווי די האסט הנאה! עס קאסט דיך גארנישט! און דו טיסט דיך אליין א טובה!
עס איז "די ביליגסטע ברענשטאף"
לעצט פארראכטן דורך אבימלך אום מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שטארק און הייליג!

גיימיר זיך מחזק זיין דערין.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

דאכצעך אז אין די נייעס אשכולות האט א עווריטש תגובה ארום 20\25 לייקס
לעצט פארראכטן דורך מילדי העברים אום מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
אדרת שער
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:38 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרת שער »

און רבותי:

אויך פאר נישט וועטעראן שרייבער לוינט זיך צו לייקן, אזוי וועלן זיי צוביסלעך שרייבן מער און מער

אן אויסנאם איז @את פתח לו וועלכער האט -ווי איך געדענק פון מיין פריערדיגער ניק, קלאר געבעטן מ'זאל נישט לייקן נאר ווען ס'איז עפעס "ספעציעל"
אוועטאר
אדרת שער
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:38 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרת שער »

מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:00 pm
אכצעך אז אין די נייעס אשכולות האט א עווריטש תגובה ארום 20\25 לייקס
יעפ אשאנדע
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אדרת שער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:06 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:00 pm
אכצעך אז אין די נייעס אשכולות האט א עווריטש תגובה ארום 20\25 לייקס
יעפ אשאנדע
בעסער ווי אין אנדערע פלעצער ווי מען האט א קארגע לייק נאכן אפשרייבן א לאנגע ארטיקל
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

יוש! האסט מיר אויסגעלאזט!

חוצפה ועזות!

----

אבער אוי ביסטו הייליג גערעכט!

פונקט נעכטן האבעך דאס פערצופאל געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:38 pm
צ''ק.

א שורה נאך א שורה. א נייעסל נאך א נייעסל. א תגובה נאך תגובה.

איידעלערהייט ער קלאפט די קנעפלעך אנפילענדיג בלעטער מיט תוכן.

ער טייטשט אזוי איבער גאנצעטע באריכטן און אנאליזן פון אלגעמיינע נייעס קוועלער אז אינז הייליגע אידישע קינדערלעך זאלן עס באקומען אויף א גאלדענעם טאץ אנע דארפן גיין פאשענען און פרעמדע ערטער.

כמעט וואס ער באקומט נישט קיין יישר כח'ס ווייל ער איז כמעט ווי די פורניטשור אין אינזער וועלטעל דא.


אבער פלוצלנג האט זיך עס אפגעשטעלט... און די חלל שפירט זיך און דערקענט זיך...

ווי זענען די קריספי אנאליזען געגאנגען? ווי זענען די רייכע רעפארטאזשען אנטרינען? ווי זענען די לענגערע ארטיקלען און פארש ווערק געשריבן אויף א געשמאקע לייכטע אידיש אנטלאפן?

עס איז מער נישט דא.

----


@ישראל_הלוי ווי ביסטו?
איך האב עס געשריבן אויף הלוי, אבער על הכלל כולו יצא! אויף אינזערע אלע הייליגע שרייבער'ס און נייעס ברענגערס!
אוועטאר
אדרת שער
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:38 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרת שער »

מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:07 pm
אדרת שער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:06 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:00 pm
אכצעך אז אין די נייעס אשכולות האט א עווריטש תגובה ארום 20\25 לייקס
יעפ אשאנדע
בעסער ווי אין אנדערע פלעצער ווי מען האט א קארגע לייק נאכן אפשרייבן א לאנגע ארטיקל
יעפ, מיין ערשטער ארטיקל אויף אייוועלט [מיט דעם ניק] איז אזוי געווען,

אקעי, כ'פארשטיי אז ס'איז פשוט קעגן וואס רוב ליינער דא האלטן
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אדרת שער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:09 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:07 pm
אדרת שער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:06 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:00 pm
אכצעך אז אין די נייעס אשכולות האט א עווריטש תגובה ארום 20\25 לייקס
יעפ אשאנדע
בעסער ווי אין אנדערע פלעצער ווי מען האט א קארגע לייק נאכן אפשרייבן א לאנגע ארטיקל
יעפ, מיין ערשטער ארטיקל אויף אייוועלט [מיט דעם ניק] איז אזוי געווען,

אקעי, כ'פארשטיי אז ס'איז פשוט קעגן וואס רוב ליינער דא האלטן
יא די האלטסט דארט ביי א נישטיגע צעהן לייקס
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19339
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאמ
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

יישר כח פארן מאכן אויפמערקזאם!!
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:08 pm
יוש! האסט מיר אויסגעלאזט!

חוצפה ועזות!

----

אבער אוי ביסטו הייליג גערעכט!

פונקט נעכטן האבעך דאס פערצופאל געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:38 pm
צ''ק.

א שורה נאך א שורה. א נייעסל נאך א נייעסל. א תגובה נאך תגובה.

איידעלערהייט ער קלאפט די קנעפלעך אנפילענדיג בלעטער מיט תוכן.

ער טייטשט אזוי איבער גאנצעטע באריכטן און אנאליזן פון אלגעמיינע נייעס קוועלער אז אינז הייליגע אידישע קינדערלעך זאלן עס באקומען אויף א גאלדענעם טאץ אנע דארפן גיין פאשענען און פרעמדע ערטער.

כמעט וואס ער באקומט נישט קיין יישר כח'ס ווייל ער איז כמעט ווי די פורניטשור אין אינזער וועלטעל דא.


אבער פלוצלנג האט זיך עס אפגעשטעלט... און די חלל שפירט זיך און דערקענט זיך...

ווי זענען די קריספי אנאליזען געגאנגען? ווי זענען די רייכע רעפארטאזשען אנטרינען? ווי זענען די לענגערע ארטיקלען און פארש ווערק געשריבן אויף א געשמאקע לייכטע אידיש אנטלאפן?

עס איז מער נישט דא.

----


@ישראל_הלוי ווי ביסטו?
איך האב עס געשריבן אויף הלוי, אבער על הכלל כולו יצא! אויף אינזערע אלע הייליגע שרייבער'ס און נייעס ברענגערס!
עס איז דא עטליכע אשכולות ואוו מען האט באדאנק @ישראל_הלוי . וואס איז די מעשה מיט אים? ער איז פארשוואונדן?
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

האלצשטיין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:19 pm
תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:08 pm
יוש! האסט מיר אויסגעלאזט!

חוצפה ועזות!

----

אבער אוי ביסטו הייליג גערעכט!

פונקט נעכטן האבעך דאס פערצופאל געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:38 pm
צ''ק.

א שורה נאך א שורה. א נייעסל נאך א נייעסל. א תגובה נאך תגובה.

איידעלערהייט ער קלאפט די קנעפלעך אנפילענדיג בלעטער מיט תוכן.

ער טייטשט אזוי איבער גאנצעטע באריכטן און אנאליזן פון אלגעמיינע נייעס קוועלער אז אינז הייליגע אידישע קינדערלעך זאלן עס באקומען אויף א גאלדענעם טאץ אנע דארפן גיין פאשענען און פרעמדע ערטער.

כמעט וואס ער באקומט נישט קיין יישר כח'ס ווייל ער איז כמעט ווי די פורניטשור אין אינזער וועלטעל דא.


אבער פלוצלנג האט זיך עס אפגעשטעלט... און די חלל שפירט זיך און דערקענט זיך...

ווי זענען די קריספי אנאליזען געגאנגען? ווי זענען די רייכע רעפארטאזשען אנטרינען? ווי זענען די לענגערע ארטיקלען און פארש ווערק געשריבן אויף א געשמאקע לייכטע אידיש אנטלאפן?

עס איז מער נישט דא.

----


@ישראל_הלוי ווי ביסטו?
איך האב עס געשריבן אויף הלוי, אבער על הכלל כולו יצא! אויף אינזערע אלע הייליגע שרייבער'ס און נייעס ברענגערס!
עס איז דא עטליכע אשכולות ואוו מען האט באדאנק @ישראל_הלוי. וואס איז די מעשה מיט אים? ער איז פארשוואונדן?
viewtopic.php?p=3317039#p3317039

viewtopic.php?p=3658511#p3658511
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

אפגעגאלט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:20 pm
טאקע פון די צוויי אשכולות איז די ראי'...

קוק ביטע ווען ס'איז די לעצטע תגובה דארט.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4390
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

הייליג גערעכט @אבימלך !
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אמת ויציב! שכח @אבימלך פארן אויפמערקזאם מאכן!
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

פרישע פלייש זאפטיג געשריבן
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15776
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואו איז דער קלאטשן עמאדשי?

אנריעל אמת, שכוח פארן אפקלאפן די טייערע ציילן!
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2348
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ש'כח @אבימלך ש'כח @הכל הבל ש'כח @נארמאליזעם ש'כח @נקדימון ש'כח @ישראל_הלוי ש'כח @אלעקסיי דער דריטער ש'כח @צל עובר ש'כח @ניקאווא ש'כח @את פתח לו ש'כח @עלינו ש'כח @אבזערווירער ש'כח @שדכן גדול און ש'כח פאר אלע נייעס ברענגענ'ס איי רילי עפרישיעיט עיט!!!!
לעצט פארראכטן דורך אלטערנעסייד פארקינג אום דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שכח פארן ארויפברענגען אזא וויכטיגע נקודה, די לייק קנעפל איז יעצט ביי מיר אויף שטרויכלונג מאוד סאו דא האסטו אן אלטמאדישע


--
איך פרוביר שטענדיג צו לייקן ווען כ'ליין א נייעס באריכט אדער סתם א גוטע תגובה'לע, אבער לעצטנס קומט מיר גאנץ אפט ארויף די שטרויכלונג, אפשר קען מען עפעס טון דערוועגן @טעקניקל טיעם @ממה נפשך @אשר ברא
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

איך פרוביר צו לייקן ווען מ'קען נאר, און מ'דארף זיך טאקע כסדר מחזק זיין דערין, אבער כ'פרוביר צו פארשטיין מה רצה אבימלך לומר

ואס איז די מעשה ? אביסל הסברה


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

פון היינט אין ווייטער....
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
ניקאווא
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 12:37 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקאווא »

יישר כוח @אבימלך פאר די הערצליכע קלאפ אין פלייצע!

איך פרוביר ס"ה צוריק צוגעבען וויפיל ס'שייך פאר די אייוועלט קהלה קדושה, א שטייגער ווי אייך :)
מאי דהוה הוה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

קודם א לייק פאר דיין געשמאקע פעדער

וועלן מיר פון היינט און ווייטער מער לייקן די תגובת וואס איך האב הנאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”