Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום
וועלן מיר פרובירן אביסל צו פארשטיין געבן וואס דא קומט פאר, לויט די סכום פון לייקס וועלן מיר בעזהשי"ת פרובירן ווייטער צו שרייבן.המכיר את מקומו האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:12 pmא גוטען
אזוי ווי עס איז איינגעפיהרט צו מאכן #RESPאוועקצולייגן געלט אז בבוא הזמן זאל מען האבן א חתיכה הראויה להתכבד.
די עולם פלעגט מאכן (אין מאכט נאך אלס) ביי C.S.T אין ביי HERITAGE
לעצטעהס איז דא א מאמוומענט צו אינוועסטן אין די סטאק מארקעטמדי חודש בחודשו (פונקט ווי ביי ס.ס.ט / העריטעדש ) אין זיי זאגן אז די רווח איז אסאך מערבבוא העת.
רוב עולם וואס רעדן לטוב ולמוטב האבן נישט קיין בלאסן אנהונג וואס זיי רעדן.
קען איינער אויסקלארן די נושא אביסל אין מזכה זיין נאך היימישע יונגערלייט צו וויסן וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון.
אדער עכ"פ אראפלייגען ביידע צדדים (די מעלות אין חסרונות פין ביידע) אז מען זאל כאטש וויסען וואס מ'טוהט אין נישט סתם גיין כצאן לטבח פאר אלע מינע עידשענט'ס למיניהם.
צום אלעם ערשטן א דיסקלעימער, איך פארקויף נישט קיין אינוועסטמענטס אדער פלענער און איך פלאן נישט צו. וואס איך זאג איז מיין פריוואטער מיינונג לויט מיין אייגענע רעסורסן.
RESP באשטייט פון די ווערטער "Registered Education Savings Plan" וואס דאס מיינט א רעגיסטרירטע אקאונט ביי די רעגירונג וואס איז מיועד צו אוועקלייגן געלט פאר א קינד/קינדער צו קענען באצאלן די הוצאות וואס קומט מיט העכערע עדיוקעישן.
די אקאונט קען מען עפענען אין יעדע באנק, ס'איז דא צוויי סארטן אקאונטס, אן אינדיווידואל אקאונט פאר איין קינד אדער א פעמילי אקאונט פאר עטליכע קינדער.
נאר פאר'ן עפענען די אקאונט באקומט מען א גרענט פון $500 פער קינד אפי' מ'לייגט נישט אריין קיין געלט.
המשך יבוא
~ מעלות
we protest!