ריכטיג, איך בין געווען 3 מאל קורץ אין בארא פארק, ליידער נישט עפעס עקסטער ערפאלגליך,. סזעהט מיר אויס אז מווינט דארט אידן מיט גויים צוזאמען ממש, נישט וי אין ווילימסבורג, אבער נשיטא קיין ספק אז סאיז א יידישע היימישע שטאט איז דאס ממילא דער פארגלייך מיט בני ברק וואס פאר א סאך איז דאס א קאמפלאמענט
איהר האט געשריבן אז די איינציגע גוטע זאך אין בארא פארק איז די באס צו וויליאמסבורג ועל זה יצא הקצף (גראדע מחוסר מקום ומחוסר..... האב איך לעצטנס ארויס געמופט פון בארא צו איינע פון די נייע ישובים און איך האב זייער הנאה אין די נייע פלאץ) עכ"פ איך האב זייער הנאה געהאט אין בארא פארק, די 7 יאר וואס איך האב געוואוינט אין איהר אין עס בענקט זיך אסאך מאל צוריק מיין חברותא מיין שול מיין גאס מיינע שכנים סיי די וואס איך האב נאר געקענט אויפן פנים און סיי די וועלכע איך האב געקענט מער.......
זייער שיין געשריבן וואס איז נישט גיט אין בארא פארק? נישט מסכים! בארא פארק איז נישט בני ברק....... שכח פאר אלע אייערע ארטיקלען
מען הערט פון אסאך ארץ ישראלדיגע וואס האבן באזוכט אין בארא פארק, ווי זיי זאגן אז עס דערמאנט אביסל בני ברק, עס קומט צוליב וואס אין די ביידע שטעט זענען רוב הייזער נישט קיין הויכע בנינים.
שער הפתחהאט געשריבן:↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:32 am
יישר כח ! פין דאס האב איך גערעט ווער איז די חזן וואס מען הערט?
רבי שרגא לוי געבארן אין ויזניץ, א איידעם אין בעלז און 50 יאר חזן אין ברסלב איך האב מיט איהם געמאכט מיט 30 יאר צוריק א טייפ פון דעם נוסח וואלין ברסלב 90 מינוט
אין הביישן למד! פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 + לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב: viewtopic.php?p=5012519#p5012519מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אלגעמיינע אינטערוויו: הרב אברהם לייב בורשטיין - זכרונות פון אומאן אונטערן קאמוניסטישן רעזשום ה' כי תבא פ״ד ווען די קאמאניסטן האבן קאנטארלירט אוקריינא / זכרונות פון אומאן 40 יאר צוריק באגלייט מיט אוטענטישע ניגונים / געוואשן טעפ צו פארדינען א גראשן / די שרעקליכע ארעמקייט / די ערשטע קיבוץ נעמען מיט אלע האב און גוטס / די אמאליגע עירפארטס / דאס אויפזוכן די ציון
בס"ד דער עלנדער ייד וואס האט געראטוועט דעם ציון הקדוש א יובל יארן. היינט ווייס די גאנצע וועלט, אלע יידן, רעליגיעזע און אויך די וואס ליידער נישט, חסידים, מתנגדים, ספרדים, אז סאיז דא א ציון רבינו נחמן מברסלב אין אומאן. אבער קיינער ווייסט נישט! ווער איז דער וואס אין די שווערע צענדליגער יארן געווען אויפן וואך אכטונג געבן מזאל חלילה נישט טצ'עפען דעם ציון, אין די קאמאניסטישע רעזש'ים און אפילו בי די נאצישע הערשאפט די 2 יאר אין רוסלאנד אוקראינע. איין ייד! אחד היה אברהם! א איינציגער צווישן א גאנצע אימפעריע פון סאווייעטן, פון פחד און שרעק. זיין פאטער איז געווען א שוסטער, נחום שוסטער שטראקס, נאך פאר די קאמאניזם האט זיך צעשפרייט, ווען אין אומאן איז געווען א צענטער פון ברעלסעווער חסידים, פארצייטישע, געדינט דעם בורא מיט די לעצטע כוחות, כאטש דעם פארפלאגעניש און רדיפות מצד גויים און מערער מצד חסידים וואס האבן געהאט התנגדות עד כדי התרת דמם להריגה כידוע. דער קלויז איז נאך דעמאלט געווען א פייער פאבריק פון עבודת השם, פון חצות לילה ביז נאך מעריב אויף מארגן, דעמאלט זענען אלע געגאנגען שלאפן כדי אויפצושטיין חצות, און גיין אין פלעדער צו התבודדות, און צום ציון הקדוש אויפן בארג אקעגן ביים אלטן בית החיים וואס איז נאך געווען אלט בי דעם בעש"ט צייטן. נחום שוסטער א פשוטער ייד, אבער מיט א הויכע נשמה און שטארקע געוויסן, פלעגט אויפשטיין חצות לילה און קלאגן שרעקלאך אויפן חורבן, כאטש ביים ליינען דעם תיקון חצות האט ער נעבאך קיין איין ווארט נישט ארויסגעזאגט ריכטיג אין לשון קודש, אבער די טרערן זיינע האבן פארווישט דעם פעלער. איינמאל האבן איהם געזהן לומדים אין א שטאט וו ער איז געפארן איינהאנדלען סחורה, לעדער וכיוצא, און ער איז אויפגעשטאנען חצות, און געפראוועט אין ארטיגן בית מדרש, די לומדים וואס זענען דארט געווען האבן זיך געוונדערט? א ייד וואס קען נישט קיין עברי ליינען ריכטיג זאל זיך אזוי לאזן פראווען חצות? זענען זיי געקומען און אפגעלאכט א ביסל פון איהם אין פנים: רבי ייד! אפשר גייסטו לערנען עברי פאר די מאכט קבלה שטיק מיטן אפריכטן חצות?.... ער האט זיי גע'ענפערט פראסט און פשוט און נישט מיט קיין פאדרוס: איך זענט גערעכט, איר זענט לומדים, איידימעס בי חשובים, קענען לערנען, סאיז אייך גוט! איר דארפט טאקע נישט קיין בית המקדש, קיין גאולה קיין משיח. איך בין א פשוטער ייד, ספעלט מיר שטארק אויס א אינהאלט וואס משיח וועט בריינגען מיט די גאולה. די לומדים זענען געבליבן אפגעפרעגט און קיין איין גאון דארט האט נישט געווסט וי מענטפערט אויף אזא מין פירכא... נישט מיט קיין קצות החושן, ר' חיים, און שאגת אריה... געווען דארט רבי מרדכי סאקאלאבער, איז אזו אנציקט געוארן און געזעהן אז דער שוסטער איז גערעכט, אופן פלאץ איז ער געווארן א ברסלעווער חסיד, און אלץ סאקאלווער רב פלעגט ער קומען צו אומאן ראש השנה און ... איבערלזאן זיין רבנישע בעקיצ'ע און געקומען וי א פשוטער ייד וי נחום שוסטער צו דעם קיבוץ. זיין זוהן איז געווען יואל שטראקס. יואל געדעקנט נאך גוט די פייערדיגע קבלת שבת, די הייליגע זמירות וואס האט געשפאלטן פון אלע פענסטער, און דער עיקר, דעם קיבוץ ראש השנה און אומאן, אין יענע יארן וואס די גאנצע חסידות איז בעשטאנען פון עטליכע צענדליג משפחות אין שטעט און דערפער אין אוקראינע, ברדיטשוב, טולצין, טעפליק און אומן און ברסלב. אוי איז דאס געווען א צוזאמענקומעניש פון ליבע ברידער גערודעפטע אבער פרייליאכע, ארעמע אבער גליקליכע, מהאט זיך ארום גענומען און ג'מאכט שהחיינו בשם ומלכות איינער אויף דעם צווייטן, ארויס א טאנץ פון אשר בחר בנו, און בי ליל זכור ברית, וי דער חזן האט אנגעהובין די סליחות, האבן הימלען זיך געשפאלטן, חאטש אויך די גלעזער פון די פענסטער זענען געשפאלטן געווארן פון די שטיינער וואס די מתנגדישע קינדער און טאטעס האבן געוואפן. ויהיה בימים ההם, דער קאמאניסטישער רעזשים איז ארויפגעגאנגען מיטן גאנצן קראפט און האס צו יעדער רעליגיעזע באוועגונג, קינדער פון חסידים זענען געווארן קאמאניסטן, און רח"ל אנגעפירט קעגן זייערע קהילות און אפילו עלטערן שרעקלאכע פראצעסן און אפילו ביז חיי נפש און מסירות למלכות. שוהלן און בתי מדרש האבן זיך פערמאכט, תלמוד תורות זענען געוואר פאשלאסן דורך די יעוועצסקיעס, דהיינו די יידישע גרופעס וואס זענען איבערגעגעבן דעם קאמאניזעם כדי צו בוייען א וועלט פון גלייכגערעכטיקייט צווישן אלע מענשטן און פעלקער און ראסעס, א חלום וואס איז קיינמעאל נישט פארווירקליכט געווארן כידוע. סטאלין איז ארויף אויפן טראן, געקומען פון גרוזייע און אנגעהויבן געוועלטיקן מיט טעראר, און שרעקליכע מערדעריי. מיליאנען יידן און גויים האט ער פאשיקט אין סיביר, און אן א צאהל ארגניזירונגען פון גזירות מוות אן קיין משפט אדער מיט פאלשע געריכטן, אפילו דעם מייסד פון די קאמאניזם פארטיי לייבל בורשטיין וואס מרופט ליאון טרוצקי, האט ער געשיקט שיסן אין זיין ווינונג אין ענגלאנד, און דעם אלטן לענין דער פירער פון די קאמאניסטישע פארטיי און באוועגונג האט סטאלין פארצוימט אין א שלאס א גרויסן, א פאלאץ, און אנגעזאגט: נישט איהם שטערן חלילה דעם אלטן, וואס איז "קראנק נעבאך" ביז ער איז געשטארבן עלנד אליין. סגייט אריבער ביטערע שווערע טעג, יואל שטראקס זעהט וי מען נעמט ידען מאנטיג און דאנערשטיג א חבר, און נאך א חסיד, נאך א ייד נאך א בעל הבית, וואס קומען נישט צוריק, הייזער ווערן ליידיג, גויים קומען ווינען דארט, גאנצע הויפן ווערן אריבער געפירט צו פרעמדע אוקראינישע פראסטאקעס און רוצחים, און יואל פאלאזט אומאן און פארט ווייט 600 קילו מעטער 400 מייל ווייט. געווינט דארט שטיל מיט זיין רעבעצין, געהיט יידישקייט אין געהיים, וי די אנוסים פון ספיין, אבער קיינמאל נישט פארגעסן פון די הייליגע חסידות, פון הייליגן רעבן, פון די אלע חסידים און משפחות, און דער עיקר: פון אסור להתייאש! מטאר נישט ווען פאצוויפלט און הויבן די הענט מיט ייאוש! גאט איז שטענדיג דא! און? און יעדעס יאר ערב ראש השנה! געקומען 400 מייל מיט באנען רוב יארן אליין און א טייל יארן מיט גאלאנט משפחה, און רבי מעכל דארפמאן וואס איז ארויס פון סיביר, און דער ציין דאקטער זוטולובסקי. געפארן מין א באן כדי נישט צו מאכן אויפקזאם די ג'היימע באמטע און שפיאנען פון די קאמאניסטישע רעגירונג, פון וואקזאל זיך געשלפעט מיט זעק צו א קליין הויז אין ווינקל אומאן, און געקומען צו דעם ציון. ציון? ניין סאיז שוין נישט געווען קיין "אוהל", נישט קיין מציבה, קיין ספרים אדער נר תמיד אפגערעדט, א הויף פון א הויז וואס אין ווינקל איז געווען צעמענט אויפן באדן און דאס איז געווען דער ציון. וי אזוי האט ער געווסט אז דאס איז דער ציון? אה, גלייך נאך וי די נאצים האבן געכאפט א מפלה און די רוסן זענען אריין צוריק אין אומאן, איז זיין פעטער ר' נחמן שטראקס, באווסט פון די מעשה מיט זיין אייניקל יאסעלע שוכמאכער, וואס איז געווען אין ארץ ישראל, און די עלטערן זיינע האבן באשלאסן צוריק פארן קיין רוסלאנד אלץ פרייע יידן קאמאניסטן רח"ל, און נטורי קרתא האבן איהם אויסבעהאלטן א גרויסע תקופה וכו'. דער נחמן שטראקס האט מיט זיין חבר זאנוויל גלייך אפגעקויפט דעם שטח פון ציון און אוהל, און איינגעשריבן אויפן נאמען פון דניאל א גר צדק, אז מזאל נישט חושד זיין אז דאס זענען יידן וואס ווילן ראטעווען דעם ציון, און האבן געבוייעט א הויז וואס דער וואנט און פענסטער איז פונקט ביים גרעניץ פון הייליגן ציון, אזוי ארום וועט מען נישט בוייען דארט און חלילה נישט אויסגראבן, וכך הווה. דער יואל איז געקומען אלע יאר!!!! אין די צייטן וואס פאר א גארנישט האט מען פארשיקט קיין סיביר ללא אומר ודברים, אין יארן וואס סטאלין האט געשיקט מליאנען צו זייער טויט אדער צוואנג ארבעט אין די גולאגן און מיין עלטער זיידע ר' מתתיהו דוד בורשטין הי"ד דער טאטע פון מיין זיידע רבי משה בורשטיין ז"ל איז ליידער דארט נפטר געווארן אבער געהאט א זכיה צו קומען כאטש צו קבר ישראל. יענע צייטן פלעגן שטיין א גרויסע ריי, פון הונדערטער לייט פון אשמורת הבוקר, כדי אניאגן קויפן אין די גראסערי א שטיק ברויט מיט א עק פון הערינג פיש, א הונגער האט געהערש און דער עיקר איז געווען א פחד! יעדער האט מורא געהאט מזאל איהם נישט פאדעכטיגן מיט אנטי קאמניזעם, אין די ריי האבן שכנים מורא געהאט זאגן א גוט מארגן איינער דעם צוויטן, אפשר איז ער שוין אויך אין די שווארצע רשימה? עלטרן האבן מורא געהאט פון אייגענע קינדער, מאן פון זיין פרוי, און זיידעס פון אייגענע אייניקלאך, דער צייטונג דער פראוודא (אמת) פלעגט יעדן טאג ארויס גיין מיט נייע נעמען פון בוגדים פון אנטי פארטיי, און דער עולם האט זיי מנדה געווען מרצון אדער מאונס. גאנצע חסידותן זענען פארמעקט געווארן, גאנצע קהילת אפגעווישט, און קיין שום רייד וועגן א צדיק א דבר תורה א האפענוג האט נישט געקענט זיין, און סעהאט געדראהט מיט שווערע שטראף. יואל פארט אבער אין אומאן אלע יארן, וי נישט איהם מיינט דאס, ער איז וי נוח נאכן מבול, איינער אליין, אחד היה אברהם, זעהט נישט אויס אז סאיז דא חסידים אויף דער וועלט, פרומע יידן, און סזעט אויס אז אזוי וועט זיין לעולם וועד, אבער ער איז זיך נישט מייאש, ער דערמאנט זיך פון די ערב ראש השנה'ס פאר די קריג, ווען די חסידים פון גאנץ רוסלאנד זענען צוזאמען געקומען און זך געגעבן ווילדע סומעס פון געלט אויף צדקה איינער דעם צוויטן, און ביים געזעגענען זיך געזונגען" טייערע ברידער הארציגע ברידער ווען וועלן מי רזיך וויטער זעהן? ווען וועלן מי רזיך ווידער זעהן? אז גאט וועט געבן געזונט און לעבן וועלן מי רזיך וויטער זעהן! און אזוי איז יואל געקומען צו די הויז פון די גויים וואס זיין טאטע און פעטער האבן געבויעט, אריין אין הויף געהאלטן שטייף דעם פנים, פאסאן אן קיין ווייזן איבעראשונג, אנגעוונשטן די גויים און מיט א שווערע שטיינערנע הארץ געגאנען צו דעם זייטיקן הויז וואס ער איז דארט געווען ראש השנה. געזעסן איינער אליין, מיט א מחזור און געוויינט, געדאוונט און געוויינט, ג'בלאזן שופר און געוויינט, געגעסן סימנא טבא און געויוינט, אבער זיך מחזק געווען און געבענטש ברכת המזון און זיך געשטארקט אז גאט איז גרויס און דער זכות פון רעבן וועט זיכער ביישטיין און צוריק אויפגעראכטן ווערן. אזוי זענען אריבער א יובל יארן!!! איין מאל א וואך פאר ראש השנה תשמ"ז 1987 למניינם, קומט יואל אין חצר פון די גויים און....... ער דערלעבט תחיית המתים מן התורה!!!! ער האט אלעמאל געווסט אז ס'וועט זיין א טויטן וידער אויפשטאנד, וי די נביאים האבן צוגעזאגט. אבער יעצט זעהן ער בעיני בשר! 2 יידן מיט בארד און פיאות, א יארמולקע און א קאפילוטש מיט א רעקל, און יידישע ספרים, שטייען לעבן ציון הקדוש! א שטיקל פחד! אפשר איז דאס א טריק פון די סאווייעטן כדי זעהן צו ער איז נישט קיין בוגד אין די הייליגע מאמע רוסלאנד? אבער ער האט זיך געשטארקט און צוגעקומען צוזיי: שלום עליכם! עליכם שלום! איין ייד איז זיין נאמען לייבל ברגער ז"ל דער אנדערער א איידים זיינער אהרן לעבל יבל"א פון ניו יורק! זיי דערציילן איהם וועגן די ועלט, די יידישע רייכע וועלט און די אנטוויקלונג פון ברעסלעווער חסידות! ער שטוינט און דערציילט זיי אויס אלע יארן וואס ער קומט צום ציון ערב ראש השנה.
אין א פאר יאר ארום איך בין אויך דארט ביים ציון און אין דעם קעמפ וואס צענדליגער יארן צוריק האבן די נאצים ימ"ש קאנצעטרירט אלע יידין פון אומאן און פון דארט גענומען צום טויט הי"ד. איך בין א בחור פון 18 יאר, איך האב עקסטער באשריבן יענע נסיעה יענע תקופה אין א אנדער פלאץ. אינמיטן דאווענען, זאגט מיר איינער: אברהם לייב, מזוכט יידן וואס האבן דא זיידעס און משפחה פאר די קריג.
חיים געלבאך דעמאלט א 30 יעריגער יונגערמאן גייט ארויס. אין דרויסן פון דעם מחנה, דעם קעמפ, ווארטן א פאר רוסן. ניין. סאיז נישט רוסן, זיי זענען נאר אנגעטאן אזוי און דרויסנדיג זע'ען אויס רוסן, דאס זענען יידן, איינער פון זיי יואל שטראקס, און נאך א פרוי און נאך א עלטערע באבע. די באבע פרעגט חיימען וויסטו אפשר ווער איז געווען אברום דער בעקער? חיים לאכט.... אברום דער בעקער איז מיין זיידע עליו השלום, דער טאטע פון מיין מאמע שרה! אוייייי!!!!!!! דו?.........דעם בעקערס? שארקעס?.???.?? און געפלאצט אין שרעקליכן יאמער און געוויין אז סהאט געדונערט דער מחנה! געפאלן אופן באדן אין גאס, מעהאט איר קוים בארוהיגט און געבריינגט א שטוהל, זי האט נישט אופגעהערט זיפצן און וויינען, און דערציילט, אין אנהויב האלבע ווערטער: שרקע? איך האב געמיינט אין יענע נאכט אז זי איז אויך דארט.... שארקע לעבט? מעהאט נישט געשאסן? וי ? וואס?< און דערציילט: איך בין געווען א יונגע פרוי א מיידל, מעהאט אלע יידן פון אומען ארויס גענומען לעבן א גרויסן גרוב, און דערשאסן, איך בין געפאלן אבער נישט פון א שאס, געווען גאנץ, אויף מיר זענען געפאלן קערפער פון קדושים פון צדקניות, פון קינדער, און איך בין געווארן אנגעפילט מיט בלוט אבער נישט מיינע, נאר פון די יידן, די זוהן איז אונטערגעגאנגען, איך בין געווען זיכער אז דאס איז די לעצטע שקיעה אין מיין יונגן לעבן. איך האב זיך געמאכט טויט אפגעווארט ביז די נאצים מיט די געטרייע אוקראינער ואס האבן זיי געהאלפן מיט פרייד זענען זיך צעגאנגען, און איך בין ארויס פון גרוב צובלוטיקט פון קאפ ביז פיס, און געלאפן... און שטארק געלאפן... און ווייטער געלאפן ביז א גוי האט מיר ג'נומען און געראטעוועט. איך בין געוון זיכער אז שארקע איז אויך דארט צווישן די קדושים, און אלע יארן באוויינט והנה הראה לי אלוקים גם את זרעה, הודו לשם! חיים האט איר דערציילט אז די מאמע איז אין ירושלים און האט א משפחה קינדער איניקלאך און אויך דור רביעי ישוב הנה! נאך ראש השנה האט מען גענומען זייערע נעמען און פרטים און אנגעגעבן בקשות צו די רעגירונג פון רוסלאנד און יואל מיט די משפחות זענען געקומען אין ארץ ישראל אין שטאט רחובות,דארט איז ער נפטר געווארן אין טיפן 90 יעריגע עלטער מיט קינדער און נחת.
נעקסטע וואך אי"ה ברענגען א וידאו פון דעם מיט א לינק
בס"ד אומאן ראש השנה תש"ן 1989 פרק ז בין איך דא אין דעם קעמפ, דער שקעלאכער פלאץ, מיט צוימען פון אייזערנע דראט, און רוסישע זעלנער וואס באוואכן ארום. די גאנצע זאך בריינגט מיר אין א מין דע ז'א וו, כאילו איך בין דא געווען בי די מלחמה, אין דעם ווינקל בעהאלטן ברויט, און דארט זיך געלייגט שלאפן, וכו' די אלע אייזערנע בעטן האבן צוגעגעבן דעם אטמאספער, אבער? דאס מאל בשמחה רבה! ווייל איך בין זוכה די ערשטע מאל אין לעבן מי טנאך הונדערטער יידן קומען אויף ראש השנה צום רעבן. איך לויף טאקע און זוך א בהעלטעניש צו בעהאלטן מיין מתנה פון מיין טאטן, דעם וואקמאן פון אמעריקע, געגראבן א גרוב, בעהאטן אונטער 3 טפחים, זיך געקוקט גוט אופין פלאץ נישט פארגעסן נאך יום טוב ארויס נעמען. הויבט זיך א א שאלה, זייער א באווסטע און איבערגעפרעגטע שאלה אין ירושלים: ווען איז דא די שקיעה? בכלל זמנים, ווען איז עלות השחר? סליחות זכור ברית? זמן חצות היום, צו אויפערן דעם תענית שעות פון ערב ראש השנה וכיוצא. איך בין זיך מודה, אז ביז א פאר יאר צוריק, ווען איך האב באזוכט מיינע אייניקלעך אין לאנדאן, האב איך נישט געווסט פון דעם סוד, אז יידן קענען אפהאלטן די זוהן פון אונטערגאנג, אויך היינטיגע דורות. איך קום אין סאטמער 26, נאך א לאנגע באזוך בי הרב באב"ד ז"ל, און א אינטרוויו וועגן זיין לעבן און וי ער איז געראטעווועט געווארן פון די נאציס מיטן סאטמארער רב, און וי ער האט איהם נאכאמאל געראטועוועט פון א קלויסטער אין פאריז, ערב פסח תש"ז, און אים קום אין גרויסן בית מדרש סאטמר, סאיז שוין לויט מיין ירושליימער זייגער צאת הכוכבים, און גרייט זיך דאווענען מעריב. דער עולם איז אויך גרייט, סידורים אפן, און דער חזן וווארט? וואס איז? אפשר ווילן זיי זאל זיין צאת הכוכבים לויט אלע דעות? נו נו זאל זיין. נאך א 8 מינוט ווארטן, הויבט אן דער חזן קדיש. האלא? והוא רחום פריער? ברכו? דער חזן זאגט חצי קדיש און.... דער עולם שטעלט זיך שמונה עשרה! איך האב א סאך געהערט אויף די סטמערער אבער נישט געגלויבט אז זיי זאלן אריבער היפערן גאנצע שטיקער דאוווענן בפרהסיה? שוין. איך גיב א קוק מיט פארזיכטיקייט צו די מתפללים, און זעה..... דאס איז גאר מנחה!!! איך קוק ס'שוין דא נישט נאר 3 שטערן אין הימל נאר א סאך, ככוכבי השמים... און דא שטייט מען מנחה מיט א רואיקייט... הנח להם לחוץ לארץ' דיגע. אים אינם נביאים וואס האבן אפגעהאלטן די זוהן הם בני נביאים...
דער עיקר, איך שטיי צווישן די ביידע זאלן, פון עסן און בית מדרש וואס מעהאט אנגעגרייט פארן עולם, און אינמיטן זעה איך דעם גאון דער באווסטער נישט פארמאלער מירער ראש ישיבה, א ירושליימער ברעסלעווער, אן קיינע פראק מיט צילינדער קאפילוטש, א פשוטע ירושליימער כאלאט, און איינפאך מיט 9 קבין ענווה וואס ירושלים איז געבענטש. איידי דאיירי בהו, וועל איך א ביסל דערציילן וי ער איז אנגעקומען אין מירערע ישיבה אין בית ישראל ירושלים. מיין שווער ר' יהשוע בער רובינשטיין, דערציילט: איך האב געלערנט אין ברסלב ישיבה בני ברק, ר' צבי אויך, אן אריינקוקן האט ער אלעמאל געקענט און אריבער 100 פראצענט אלע פארהערן. מעהאט געזאגט אז א שאד אויף אזא גאונישע קאפ, און ער מוז אריינגיין אין מירער ישיבה. איז אבער ר' נחום פארצ'אוויץ געווען דערגעגן, וואס פעהלט איהם אויס א ברעסלעווער בחור וואס וועט איהם אנטלויפן צו מירון ל"ג בעומר, וי זיין ברודער אברהם חשין און מיין טאטע ר' חיים בורשטיין און אברהם עקשטיין האבן רח"ל גטאהן? מדארף געדענקען אז אין יענע יארן מיט 60 יאר צוריק איז מיר ישיבה נאך נישט געווען דער גרעסטער בייבי סיטער אנשטאלט אויף אמעריקאנער בחורים וי היינט, ווער סעהאט געלערנט דארט איז געווען איינער אויסגעקליבן פון א סאך לערנער און מעמיקים. געקומען איינער א ירושליימער ליטפיק, האט געווסט וי צו בעאיינפלוסן א ליטווישער ארגינאלער משגיח אדער ראש ישיבה, די קאלטע שכלדיגע יידן, וואס א חוץ א טיפן אויפטו אין גמרא אינטרעסירט זיי גארנישט, סיידן א גוטן הספד, וי מזאגט: גיב זיי נאר א נפטר וועלן זיי שוין ויסן וי דאס צו נוצן.. ער איז געקומען צו ר' נחום: איהר האקט אפ פון עם ישראל א גדול בישראל!!! אזא אחריות האט ר' נחום נישט געוואלט נעמען אויף זיך. דער בחור צבי חשין קומט, ר' נחום פרעגט איהם עפעס א שווערע קשיא, אין נדרים, גיט איהם צייט גיין אין א בית מדרש און בריינגען א תשובה. וויניגער וי א שעה קומט צבי צוריק, גיט איהם א באמבאסטישן ענטפער אז 'ר' נחום האט מודה געווען אז איהם איז דאס נישט איינגעפאלן, און גיט איהם זיין אייגענע תשובה דערויף, דוכט זיך מיר אז צבי האט איהם דאס אפגעפרעגט און ביז היינט און 120 גוטע יארן איז ר' צבי פון די טיפסטע נושאים ונותנים מיט די ישיבה לייט אין מיר. לאמיר זיך אומקערן צו דעם קעמפ אין אומאן תש"ן, איך א בחור פון 17 יאר טרעפט ר' צבי'ן בי די טרעפ, און ער ערקלערט מיר דעם ענין פון די שקיעה, דער הבדל צווישן אזיע און איראפע, אבער פרעגט אפ וואס מזאגט אז רבינו תם האט געהאלטן אזוי, ווייל ער איז פון פראנקרייך דייטשלאנד, שהרי, ער איז מפרש די גמרא וואס איז אין ארץ ישראל און בבל, בקיצור מ'זוכט די שקיעה. לאזער אנשין, א צעהיצטער טעמפעראמענט, א וו א הפגנה א וו א סקאנדאל איז ער דארט... נאר אין תפיסה קיינמאל נישט געכאפט... האט שטארקע אינטואיצייעס ווען נעלם ווערן, נאך ווען אלעס ברענט... א קונצלער אין קאליגראפיה וי א סאך פון אנשין משפחה, א גרינדער פון אומאן הכנסת אורחים אין די קומענדיגע יארן, מיט נאך א פאר אנשינ'ס, מחיה געווען יידן אין די שווערע נסיעות, מיט קאווע און ביסקוויט, ביז ס'עגעקומען דער אמעריקאנער לואי שיינער, א האלבער משוגענער אויף הכנסת אורחים, און געמאכט איבערקערניש, און פאפלייצט אומאן מיט עסן טרינעקן און ארגאניזירונג אויפ א ברייטן ריזיגן אמעריקאנער אופן. לאזער האט גנומען א בוגין פאפיר און מיט די מיטגעבראכטע פעדערס, און נאך, האט ער אויפגעשריבן די זמנים שיין און דייטליך. שמוליק עטינגער אייניקל פון אברהם אנשין, מיין חבר אלע יארן אין חיידר, האט מיר אויך אויסגעלענט בי 10 יאר אלט וי צו מאלעווען שילדן, און איך האב געמאכט מיט האנט ארבעט א בריסטאל שילד, וואס מ'האט געהאנגען אופן באס צו די נסיעה פון חול המועד, פון פארנט : "נסיעה ישיבת המתמידים תורה תמימה ירושלים", פפן די גאנצע נסיעה האב איך דער עיקר געהאט הנאה פון מיין מעשי ידי להתפאר, ביז די ווינט האט צוריסן דעם שילד שטיקער פון דעם באס צו די וועלדער ארום,, היינט איז אלעס קאמפיוטער פלאסטיק קונץ, נישטא קיין האנט ארבעט מיט געפיהל ליידער. איך הויב אן ארום גיין אין דעם מחנה, דאס איז געווען אלע יארן א רוסישע מיליטערישע מחנה. עסן, א קיך, טעפ, ווייסן אייך שוין אז סאיז נישט פרעמד פאר מיר.... איך גיי אריין און זעה א "קיך" אח און ווי... אבער דאס איז וואס מעהאט. א פאר באלאנען געז, גרויסע טעפ, קליינע פריז'ידערס וואס די גויים האבן צוגעשלטעט, מזעהט אז בי זיי קאכט מען נישט פון היינט און 2 טעג שבת אדער יום טוב, וי דאס איז גיט מען זיך אבער א עצה, מקאכט כיפין על גבי כיפין, מיט האנטוכער, איך זעה מיין קאזן טוביע נברוצקי, א ירושליימער ייד, פון ליטווישע משפחה, גוט מיט אלעמען, און... מלך הקוגלים! אין ארץ ישראל, איר זעהט ט.נ.? אויף גרויסע טעפ וואס ליגט אין די זייטן פון בתי מדרשים בי א קידוש אדער שמחות זאלן? יא דאס איז ער. נאך איינער זעה איך דארט און סאיז נאטירלאך דארט זיין פלאץ פון ששת ימי בראשית, א טיפ וואס איך וועל נאך אמאל גוט באשרייבן אי"ה, מאיר הערשקאביץ. געווען א קעכער און כל בוניק אין אונזער חיידר תורה תמימה, און יעדן שבת מברכים אין מיראן בי רשב"י נאך פאר סאיז געווארן א אינפלאציע פון הכנסות אורחים דארט, ווען מיין זיידע ע"ה פלעגט אויך פארן משך 70 יאר יעדן שבת מברכים, פלעגט מאיר איהם זארגן א טעלער הייסע זופ צו די סעודה אין זיין צימער נומער 3 איבער דעם ציון. א וו א פאר יידן אין וואסערע פלאץ איז מאיר דארט! צו קאכן אדער מאכן א מנין סליחות צו מנחה מעריב, אדער זארגן דעם עלטערן ייד אין זייט וואס מקוקט נישט אויף איהם, אדער מאכן א ווערטל מיט א מעשגיענעם נעבאך, איינטינקען מייז רשעים פון חיידר אין עמער וואסער און זאגן כן יאבדו כל אוייבך, געהאלטן א אלטע קאר תמיד געווען בי איהם אויפגעהויבן דעם מאטאר דעק, צו פאריכטן, ביז סאיז איהם נמאס געווארן און געקויפט א אנדער אלטן קאר פון מיין שווער וואס האט דאס געקויפט בי קנעפלמאעכער וואס האט זיך געקויפט א אנדערע טראנטע, אזוי אז 5 טרנטע מאשינען האבן זיך געדרייט צווישן 7 דרייווערס אין יענע יארן אין ברסלב, דער נעכטיגער סוסיתא איז אריבער פון מאיר צו בנימין רוזנבלט, און נאך דעם וואס זיינע קינדער האבן צעריסן און צעביסן די זיץ פלעצער, דאס פארקויפט מיין שווער וואס האט אריינגלייגט נייע ווייכע זיץ פלעצער כדי ר' שמואל שפירא און רבי לוי יצחק זאל זיין באקוועם ווען ער נעמט זיי צו די מקווה, כותל, קבר רחל און אפילו רשב"י, דער אנדער קאר איז געווען, היינט זעהט מען שוין נישט נאר אין אינדיע, א 3 רעדערדיגע קאר, מיט א גרויסע פושקע אונטן וואס איז געווען א מועט א מחזיק את המרובה, 2 לאנגע בענק און די גאנצע קלאס מיינע האבן געזעצן דארט: "מאכן א סיבוב"... נאך א אלטע סיטראען גרויי, מיט קולות פון דערווייטנס וואס ווינטער נעמט צייט איהם אויפצווועקן, און אזוי וי שלאגן א פערד דארף מען קנאקן מיטן "צ'אק" אנצינדן דעם מאטאר מיט א ריח פון פיח הכבשן ביזן הימל. מאיר איז אין קיך, א וו א קיך איז מאיר דארט, קאכט פאר אומזיסט, אדער מבאצאהלט איהם וואסער אויף קאווע אדער מבאצאהלט איהם מיט גוטע בזיונות, אז ער קען נישט מאכן א קוגל זאל זיך האלטן אין נישט זיין רינענדיג וי קאמפאט, א אינטעסאנטע זאך איז געווען, וואס דער מלמד רבי יהודה פישער, א שטרענגער מלמד, אבער גוט מחנך געווען אזוי וי די צארישע מיליטער, משמעת, דרך ארץ, און סתם אזוי מורא האבן, און גוט לערנען א בלאט גמרא, זיך געלערנט חאפן מכות וי סשטייט ר' יהודה היה נותן בהם סימנים... נישט איינמאל בין איך אהיים מיט "סימנים" אדער ארויס לחופשי בראשי איברים ושן ועין פון איהם, איז אים האט מען גערופן "יודא פישער" אן קיין "רבי" אוןדעם קעכער מאיר פון קיך האט מען גערופן "רבי מאיר"!... איך פלעג העלפן מאירן צו רייניקן די קיך פון חיידער מיטן עס זאל, יעדער דאנערשטיג, מיט אקאנאמיקע שארפן זייף, אז דער ריח איז ארויף מיט מיר ביז די קלאס אין חיידר נאכמיטאג, געווישט די "סאראטעס" די טישדעקונג די פלאסטיגע מיט א האנטוך געווייקט אין אקאנאמיקע, געוונדערט וי קינדער זענען עובר אויף דעם לאו פון לא ישרטו שרטת! נישט שפאלטן און צערייסן די סאראטעס, אלא מאי "כתובת קעקע לא תתנו לכם" האבן זיי אויך עובר געווען און אין רעסט שטיבל געווען פלעקן שריפטן קעגן די מנהלים און משגיחים און מלמדים... אמאליגע חצופים ירושליימער קינדער...
א סאך האבן דארט געמישט טעפ, מאשינען אפשיילן קארטאפל איז נישט געווען, א מיקסער? מוועט לאכן פון דיר, אלעס מיט די הענט מיט מעסערס און גאפל און נאך באוואפנטע אינסטרומענטן, א פאר גויים האבן געשיילט פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים, אלעס, מערן, קארטאפל, ציבל, קנאבל, וכיוצא. דער דיין ר' לייזער קעניג ראש כול להוראה היינט, א זוהן פון דעם אויבערדעמאנטן ר' נתן צבי פון בני ברק, איז א יודע נגן אויף אויף קאכן קישקע מיט לאקשן, ס'קומט נאך מעריב, נאך עסין ברויט פון 3 טעג צוריק מיט טאמאטע'ס דיפ און מאיאנעז. בין איך טויט פערמאטערט, אויך די טעג אן שלאפן בי די נסיעות, און די נערווייזע מינוטן מיט הארץ קלאפערייען, די שמחות די ערווארטענישט די שפאנונג, און גיי גלייך זיך לייגן שלאפן. די לעצטע נאכט פון יאר!!! א באגריף אין די גאנצע יידישע וועלט אבער אין ברסלב האט דאס א מורעדיגע באדייטונג, אין סיפורי מעשיות, וי דער משנה למלך האט אנגעווארן דעם צ'אנס ראטעווען די בת מלך וועגן די לעצטע נאכט וואס ער האט געגעסן אדער פארשלאפן, און נאכדעם געדארפט ווארטן נאך א גאנץ יאר און ווידער דוגכגעפאלן און דאמאלט געווארט, און געדארפט הארווען צענדליער יארן ביז ער האט מצליח געווען. ליל זכור ברית!!! 3.30 וועט מען זיך צוזאמען קומען אין דעם זאל וואס מעהאט ארגאניזירט פאר שוהל פאר דעם קיבוץ. מתוקה שנת העובד, זיס און געשמאק איז געווען דער שלאף. איך וועק זיך אויף! כאפ א פחד! א וו בין איך? אין א באראק פון א געטא קעמפ? ליידיג! קיינער נישטא! ליכטיג פון די זוהן שטראלן אויף אלע ליידיגע בעטן, די פעק, די דעקעס. אבער גליייך קומט אריין מיין שכן ר' משה בינענשטאק, זעהט מיר קוקן אויף די ווענט פון מיין בעט: אברהם לייב, גיוואלד! פארשלאפן די לעצטע נאכט פון יאר! זכור ברית! ביים רעבין! דער אמת איז אז סאיז געווען איבעריג זיינע ידיעות וואס האט מיר באשאטן, איך האב גוט געווסט איז איך האב שלומזלדיג אנגעווארן אלעס, צום טייווול אריין די גאנצע הארוואניע, ערווארטעניש, געלט, זיך געפילט גוט אין דערערד. איי אברהם לייב שלוימזל! איי פעפער! איי כשרע בהמה.. איי טעמבעל.. איי.... איך וואלט אזוי זיך אנגערופן מיט נעמען מי יודע ביז ווען, אויב סוואלט נישט אריין דער אנדער שכן דוד דבש דער זינגער אומעטום, און קוקט צ מיר מיט שמייכל: היה הכי טוב עכשיו הכי טוב יהיה רק הכי טוב.... די ערשטע רגע האב איהם געוואלט ווארפן א פלאש אין קאפ און א גוטן זעץ צוברעכן די נארישע גיטארע, איך קוק מיט א פולישע פאביטערניש אויף דעם פרענק וואס איז איהם גוט צו זינגען און זאג איהם: הכי טוב? הלך עלי כל הראש השנה, אין לי חלק בשום תיקונים, ישנתי הלילה האחרון וחלאס! אך האב אלעס אנגעווארן, נישט קיין ראש השנה נישט קיין ערב ראש השנה. ער שמייכלט... וואס איז געווען איז געווען, דער רבי איז דא, און איך ווער מיטגעשלפעט מיטן אטמאספער, שמיץ אוועק מיין דעקע, און טאנץ אראפ פון בעט, שחרית בהתלהבות ביחידות, וי די ליד פון מיין זיידן אין דעם טייפ: וואס טוט א ייד אין גלות? ער לויפט אין מקווה ער לויפט אין שוהל דאווענען... דער עולם איז אויפגעראמט, אלע זענען מתיר אלעמנס נדרים חרמים, שבועות, קללות מיט אלעס בייז, דער עולם איז זיך מוחל אויף אלעס און אלעמען מעולם ועד עולם, יצעט דארף מען גיין אין מקווה און ביים ציון הקדוש. מקווה? אז וואסער איז דא נאר א שעה אינדערפרי און א שעה ביינאכט, אפילו די טואלעטן זענען געווען אין א האלצערנעם געבוי, 50 פעסער וואס מעהאט וי דאס איז ארגאניזירט אלץ טואלעט, און מחיצות זענען געווען דארט נאר פארהאנגען, איז א מקווה? וואס נאך א לוקסוס פאשמעקט זיך דיר? עולם הזהניק! אבער א מקווה איז נישט נאר עולם הזה, האט מען געגראבן א טיפן גרוב און מקשר געווען מיטן טייך וואס פליסט דארט, געמאכט מחיצות וי דאס איז, און באשטעלט א טראק וואס קומט פון חמי טבריה... מיט קאכעדיגע וואסער, אריינגעשאטן נאך דעם וואס איז שוין געווען 40 סאה כשרע וואסרער אינעוויניג, אבער מער פון א שעה האט מען נישט געקענן אריין גיין דארט, סאיז געווען הייסער וי סקווערער מקוה! (סקווער דארט בין איך אינמיטן וואך א מתפלל לעבן די קרעצ'מע מיינע, און גיי אין זייער מקווה אין ירושלים, סקווערער זענען ווארעמע יידן, און די מקווה גוט הייס אויך און אז איינער פאלגט נישט די תקנות מאכט מען איהם אזוי ווארים אז אין א פאר חדשים ארום ווען ער גייט ארויס פון שפיטאל וועט ער שוין אנזאגן א צענטן מקיים זיין די תקנות) דער דיין לייזער קעניג נאך א יונגערמאן, זעהט אז די געשיר און טעפ זענען נישט געטובלט! גייט אריין אין די הייסע מקווה כמעט מיט סכנת נפשות אין טובל כשר אלע געפעס, טעפ, מעסרס וכיוצא, ארויס פון דארט אוועק געזעצט כמעט אן א נשמה, יידן קומען און קוקן אויף איהם וי אויף א גס רוח.... שוין געטראפן ווען און וי צי זיצן אין א מקווה באנק וי ביים טאטן אין ווינגארטן... ביז יודא קיפניס א קלוגער ייד קומט אוןן זעהט איהם, גליך פרעגט איהם וואס דארפטו? וואסער! כחץ מקשת געלאפן געבריינט און איהם דעאמינטערט. קרוב צו טויזנט יידן אין אין איין מקווה פול!!!! אן קיין שאוער.... נאך א וואך וואנדערן.... עד היום לויפט מיר נאך דער ריח, איסטניס אני. אבער דער עולם איז פריילאך, ברעכט דעם תענית שעות פון ערב ראש השנה מיט הייסן זופ וואס אייניגע האבן עובר געווען אויף צידה און גאעכאפט א האלבע קניידל דארט אדער א פיסל פון א האן, געמאכט א ברכה אחרונה און מגייט שוין זיך גרייטן צום ראש השנה! ערשטע מאל ראש השנה ביים קיבוץ לעבן רעבן אין אומאן! וועט מען טאקע זוכה זיין? וועלן מיר ווייסן אין א פאר שעה ארום אי"ה.
הסבא רבי משה בורשטין פעם ראשונה בציון הקדוש תשמח.jpg (38.84 KiB) געזען 841 מאל
[/color][/b]
אין הביישן למד! פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 + לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב: viewtopic.php?p=5012519#p5012519מסודר לויט טעמעס, נושאים.
שוין צוריק פון אומאן אין ירושלים. א סאך גריסן באקומען פון אייוועלט דארט, בפרט אויף די פרקים וועגן אומאן אין די קאמוניסטישע צייט תש"ן.
וויזט זיך אויס אז סאיז דא א סאך שטילע אנאנימישע דערשאקענע ליינער, מיט מורא זיך ארויסווייזן חלילה. אל תראו ואל תערצו אז איר זענט דא אין אייוועלט, כבר קדמוך רבנן..
אונזער מנהג איז שפילן פאר קהילות אויפן וועג צו אומאן, און אויף צוריק, און זיך מתעורר זיין צוזאמען מיט ערב ימים נוראים. נחמן צוקער מיט טראמפייט, חיליק פראנק מיין שוואגער איז אויך שכן מיינער אין אומאן, צווישן דעם באלגאן פון זיך גרייטן צום יום טוב כאפט מען א קלארינעט מיט נאך און מזינגט, בשעת פון פענסטער זעהט מען דעם ציון מיט דעם עולם.
אין א הויז אין ווארשע, א ביסל נוסח פון ימים נוראים. הלל חאריר, דער קלאריניסט, חתונה געהאט מיט א שידוך אין די קרעצ'מע אונזערע. א יונגערמאן, וואס האט די יאר געהאט א פאר מאל נסים ונפלאות, שמחת תורה איז די הויז וו ער איז איינגעשטאנען מין זיין פרוי, פארבערנט געווארן מיטן קאר בי די אטאק פון כאמאס, א חודש ארום ווען ער איז געפארן מיט זיין פרוי און פיצל קינד געווארן דערשאסן מיט איר, פון א אראבער און אליין געדרייווט שווער פארוונדעט ביז לעבן שפיטאל און ב"ה ארויס געזונט, און יעצט אין זיין געבורטס טאג געונגען מיט שירות ותשבחות. אפשר שפעטער וועל איך ארויף לעגן נאך שטיקלאך פון די רייזע: קראקע, ויניצא, אומאן, קייעוו ווארשע, ירושלים. https://drive.google.com/file/d/1CZoVw2 ... p=drivesdk