א סוכאלע א קליינע מיט א פידל אין די קרצ'מע
https://drive.google.com/file/d/1CyVIvD ... p=drivesdk
אַ סוכּה, אַ קלײנע
פֿון ברעטלעך געמײנע
האָב איך קױם מיט צרות געמאַכט.
געדעקט דעם דאַך מיט אַ ביסעלע סכך
און כ'זיץ אין איר סוכּות בײנאַכט.
מיט פֿאַרזאָרגטן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
עס טראָגט מיר מײן װײב באַלד אַרײן.
זי שטעלט זיך אװעק און זאָגט מיט שרעק
דער װינט װאַרפֿט די סוכּה באַלד אײן.
פֿון װינט דעם קאַלטן
װאָס בלאָזט דורך די שפאַלטן
מײן ליכטעלע לעשן זיך װיל.
דאָך מאַך איך מיר קידוש און זעט נאָר דעם חידוש
מײן ליכטל ברענט רואיק און שטיל.
עט, זײ ניט קײן נאַר
און האָב ניט קײן צער
עס זאָל דיר דער װינט ניט טאָן באַנג.
ניט זעלטן זײ קומען די װינטן און ברומען
דאָך שטײט אונדזער סוכּה שױן לאַנג.
אַ סוכּה, אַ קלײנע
פֿון ברעטלעך געמײנע
האָב איך קױם מיט צרות געמאַכט.
געדעקט דעם דאַך מיט אַ ביסעלע סכך
און כ'זיץ אין איר סוכּות בײנאַכט.
מיט פֿאַרזאָרגטן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
עס טראָגט מיר מײן װײב באַלד אַרײן.
זי שטעלט זיך אװעק און זאָגט מיט שרעק
דער װינט װאַרפֿט די סוכּה באַלד אײן.
פֿון װינט דעם קאַלטן
װאָס בלאָזט דורך די שפאַלטן
מײן ליכטעלע לעשן זיך װיל.
דאָך מאַך איך מיר קידוש און זעט נאָר דעם חידוש
מײן ליכטל ברענט רואיק און שטיל.
עט, זײ ניט קײן נאַר
און האָב ניט קײן צער
עס זאָל דיר דער װינט ניט טאָן באַנג.
ניט זעלטן זײ קומען די װינטן און ברומען
דאָך שטײט אונדזער סוכּה שױן לאַנג.
- אטעטשמענטס
-
- ערב סוכות תשפ"ה מיט די קלעזמער, א סוכאלע א קליינע
- photo_2024-10-16_00-44-04.jpg (28.85 KiB) געזען 1231 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.