איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן
פארשטייט זיך אז דאס איז זייער ווייטאגליך פאר די באטרעפנדע, און אסאך מאל ווייסן שוין מענטשן דערפון און ס'קומט מיט א שפאר ביסל בזיונות דערמיט, ווער רעדט נאך אויב א בחור איז אהיימגעקומען פון ארץ ישראל און ער גייט צוריק אן גארנישט.
למעשה איז עס אבער א זאך וואס געשעהט און מ'קען גארנישט טוהן דערצו.
די שאלה איז, צו איינער ווייסט פון עקספיריענס, אדער געהערט פון א געדאנק וויאזוי מ'קען איבערבעטן די אנדערע צד נאך אזא אומאנגענעמע סיטואציע, זיי מאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב, און ס'איז בעצם גארנישט ראנג מיט זיי, די שידוך האט פשוט נישט געקלאפט.
אדער א מהלך וויאזוי מ'קען פארגיטיגן פאר די בחור אדער די מיידל פאר די צער און עגמ''נ וואס מ'האט זיי אנגעווערטשאפט, זיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.
עני העלפ וויל בי גרעיטלי עפרישיעיטעד