Re: איבערבעטן פאר'ן אפלאזן א שידוך גלייך פאר'ן שליסן
100% יעדער גייט אדורך עגמת נפש און ווייטאג ביי שידוכים יעדער איינער באקומט א סילוק רעכטס און לינקס אפילו אן זיך טרעפען טוט עס זייער וויי אז יענער וויל מיר נישט... בפרט אויב דו האלסט זיך עפעס בעסער פון יענעם...קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:13 pmאיך כאפ נישט דיין צוגאנג דערצו.מנחם נחום האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:55 pmא וודאי אויב האט מען געמיינט אז מען גייט שוין טון די שידוך ווייס איך נישט ווי אזוי מען קען צוריקדרייען יעצט.יוד אלף האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:50 pm@מנחם נחום
מיר קוקט אויס ווי די הויפט קשיא דא איז נישט "וויאזוי צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס"
נארדאס איז אזא מין אידישע איידעלקייט וואס מענטשן האבןמאכן פילן אז אפילו מ'האט זיי אפגעזאגט און זייער שטארק וויי געטוהן נאכאלץ איז מען זיי מחשיב,
אדער א מהלך פאר די בחור אדער די מיידל פזיי זאלן פילן גוט און נישט אז יענער האלט אז איך בין ווערטלאז.
איר האט אנדער פארשטאנען?
די עצה איז צו זאגן פאר די בחור/מיידל פארדעם אז א באשוי מיינט נישט עס גייט ווערן עס איז א חלק פון די פראצעדור און פונקט ווי דו ווילסט זעהן יענעם וויל יענער דיר אויך זעהן און עס איז א מעטער אויף טעיסט און אז דו געפעלסט נישט פאר יענעם מיינט בכלל נישט אז עפעס איז ראנג מיט דיר.
קענסט נישט פארשטיין אז איינער זאל ווערן וויי געטוהן אז ער געפעלט נישט פאר א צווייטן (און נאך אין א סענסיטיווע זמן פון שידוכים, וואס ווער ווייסט וואס יענעם האט נישט געפאלן פון אים און דאס גייט געשען ביי יעדן...)? האט נישט קיין שייכות דאס אז מ'ווייסט אז מ'מוז נישט ענדיגן דער שידוך וועגן מ'האט זיך געטראפן אדער וועגן די גאס ווייסט.
מיינט נישט אז מ'האט געטון עפעס שלעכט. מיינט נישט אז מ'האט בא'עוולה'ט איינעם. מיינט נישט אז מ'גייט נענש ווערן. סימפעלי מיטגעפיל פון א איד אויף א אידישער ברידער אז ער האט יענעם - אומדירעקט און אן קיין שלעכטע כוונה/מעשה - גורם געווען עגמת נפש.
און דאס בעצם א גאנץ לעבן יעדער וויל עפעס לערנען מיט יעדעם חברותא? גיין בשותפות? צו סתם זיין חברים? מענטשען ווערן וויי געטון טאג טעגליך אבער דעטס לייוו.