שוואכע אידן פלעגן דארט שפילן קארטן אין צובייסן מאמאליגע יותר מכזית נאכער פלעגן זיי טרינקן 'יענעם טראפ' אין אויספאטשקען זייער געלט אין אהיימקומען טויט שפעט צו די קולות פון ס'רעבצין (ווער ס'האט געהאט)
פשוטע פאכלייט פלעגן אלע טאג אריינגיין כאפן א טרינק זעקסע ניינציגער צו האבן כח צו גיין ארבעטן
די דריטע מאל וואס איך האב 'איר' געטראפן איז געווען אין יחוד שטיבל מיט פארוויינטע אויגן העלא מאמי האב איך איר געזאגט זי האט מיר געענפערט מיט געפיל העלא טאטי
זי קוקט מיט ערשיטערונג אויפון טאפ אין געט א פרעג וואס איז דאס געטראכט האבעך צו בארואיגן די געמיטער מיט א ווערטל זאגעך איר ס'הייסט פאטעטא קוגל...... זי קוקט מיר אן מיט פארשנדע אויגן ווואס זוכט דא לאקשן? אה... א ווערטל וואס מ'דארף מסביר'ן איז ניש אינטערעסאנט דריי איך צוריק צו ערנסט..... ס'הייסט דיין פאטעטא קוגל האט אויך גאנצע לאקשן אינסייד..... וואאאאאאא זי האצעך באליידיגט אין ווארפט צוריק ווייל די גיבסט נישט קיין געלט פאר קיין נייע מיקסער.... בקיצור ס'געווארן פרייליך.....
פון צווי שטילע טויבן אויף רואיגע וואסערן איז אונזער הויז טראנספארמירט געווארן צו צוויי קעצלעך וואס רייסן זיך טאג אין נאכט......
זי האט אנגעהויבן צו האלטן איר כתובה אין די טורבאן לעדל פאר דשאסט אין קעיס.....
יעדן טאג איז געווען חאגע ביינונז אידערהיים מיר האבן מחליט געווען אז מ'דאף גיין צו טעראפי... מ'איז געגאנגען צו עפעס א חשובע יוד ער האט גערעדט צו ביידן אבער ער האט גארנישט געטוהן למעשה סא איז ווייטער געווען פרייליך
ביזזזזזזזזזז ר' יואל איז געוואויר געווארן ער'ט זיך אריינגעלייגט אין אונזער קעיס ער האט מיר געשיקט צו איין מומחה איר האט ער געשיקט צו א צווייטן דא איז געקומען די ריכטיגע שפע.... איך האב געקריגן רויטע פילן זי האט באקומען גרינע ס'געווען ממש א שמחה.... מיר האבו זיך צוזאמען ארומגעדרייט פארגלייזטערהייט כ'האב באקומען צודרייטע קאנפידעץ זי נאכמער... כ'הא געהערט איין טאג ווי זי בארימט זיך ביי די באס סטאפ אז זי האט שוין פארלוירן פופציג פונט ביי עפעס א דייעט... די גאנצע וואס מ'זעהט דא איז נאר פון די פילן......
איין שווערע אינצידענט האט זיך געמאכט איין טאג האב איך פאר אמיסטעיק גענומען אירע סחורה אין זי האט גענומען מיינע אוי איז דאס געווען א פארטי....... איך בין געזיצן אויפן קאוטש אין געוויינט...... זי האט געווילדעוועט..... זייט דעמאלטס האלט איך עס אין מיין תפילין בייטל....
אונזער יונגעלע איז געווארן עלטער אין דער קלוגער ר' יואל האט גלייך אנגעזעהן איןאים סימנים פון ADHD נאך מזל מ'האט עס שוין באמערקט ביי די פריסטע יוגנט פון דריי חדשים אזוי האט מען עס געקענט באצייטנס ראטעווען אונזער שלוימי האט גלייך אנגעפאנגען צו גיין אין א חדר פון ספעציעלע קינדער אין איז שוין תיכף געגאנגען מיט די דיקע בלויע גלעזער וואס אלע קינדער זיין גאטונג גייען נאך א קורצע צייט איז שוין שלוימי ארויף אויף פילן..... ב'ה ער פארשעמט נישט די משפחה
דאס איז די גליקליכע ענדע מיר נעמען אלע פילן ב'ה אין מיר זענען נארמאלער פון נארמאל איי פארוואס כ'פירמעך אויף פאני?..... ר' יואל האלט אז ס'איז נארמאל....
פארוואס דערצייל איך עס אייך פשוט אז אויב איר גייט דורך אזא איבערגאנג זאלט איר וויסן וואס ר' יואל האט מיר אמאל געזאגט 5 פיי'ס זענען די יסוד פאר אגליקליך לעבן
פ'ארדרייט
פ'רייליך
פ'לינק
פ'ארגעסן
פ'ארגיין
פ'ארקויף
פ'ליה
איינמאל איר האט די דאזיגע אינסטרוקציעס זענט איר פארזיכערט צו א גליקליך לעבן
בריוו צו די רעדאקציע:
לכבוד די חשובע אויסגאבע חזק הנגזל
קודם כל שכח פאר אייער הייליגע ארבעט אבער עס וואנדערט מיר ווי קען זיין אז אזא אויסגאבע ווי הנגזל וואס איז בארימט מיט איר אידישע שפראך אויף א הויכע ניווא האט פארזעהן אזא פשוטע זאך ווי דאס אז האסטע איז א לשון זכר אין האסטו א לשון נקיבה אין האסט איז פארווע
ענטפער פון רעדאקציע:
יישר כח פאר אייער הערה אין מ'זעהט אויף אייך אייער אינטליגענציע אינעם אידישן שפראך אבער איר האט פארזעהן אז ווען לשון פועל פאלט אויף לשון נפעל אדער אויף לשון נסתר ווערט זכר נקיבה ווייל דער לשון נוכח בלא בלא בלא........
וויאזוי גלייכט איר צו נערוון קראנקע צו קענסער ליידנדע קענסער ציפט טאקע אביסל אבער ס'קומט בכלל נישט צו צו BPD ליידנדע וואס ליידן א גאנצן טאג אויך וויאזוי איר גלייכט עס צו צו די מלחמה געליטענע ווייזט איר א גרינגשעצונג פאר די חשובע נערוון קראנקע צווישן זיי גאר חשובע ראשי ישיבות אין געלונגענע מחנכות
ענטפער פון די רעדאקציע:
איז זענט גערעכט אבער איר דארפט פארשטיין בלא בלא בלא
דער מארגעדש בראוקער נעמט ארויס א באטל שארדאנעי בלא בלא בלא
די טראגישע חלוקת הזיצן ווען דער כולל יונגערמאן האט זיך צוגעריקט צום עמעזאנער כדי צו נאשן פון אים אינפארמאציע בעפארן דראסטישן שפרונג אריין אין ביזנעס בקרוב הימים. בעת דער צווייטער האט זיך צוגעריקט צום מארגעדש בראקער כדי צו זיצן אינעם ביזנעס טיעם.... דער מלמד האט זיך נאטירליך צוגעזעצט צו מיין עלטסטע שוואגער דאס זעלביגע דער גרוש צום אגעפארענער ווי ס'האט זיך געפונען גאר שארפע באאנדאקס (די טייערסטע....) אין א באגאדש
ס'רוילעם גייצעך וואשן. אין די פראנט ליגט חריף מיט חריין. ביים חסיד'ס פלאץ ליגט פיש זאפט ווייל ער עסט נאר מאכלי שבת. אין די בעק ביי די שוואכע יודן נעבעך ליגט כל מיני דיפס. עפעס א בחור שטייט פאררויטלטערהייט אין פרעגט צו ער קען האבן... דער פיקח שרייט הויעך וועכע דאסטע?! דער עולם דרייט זיך אויס דער בחור זאגט אויף אזא שטיל הויעכן טאן א נעפקין.....
דער שווער זיצט מיט איין הענט אויפן שטערן מיט די אנדערע הענט נאגט ער ביינער בשעתן פירן א געמיטליכן שמועס מיטן עלטסטן איידעם. ער ענדיגט ווען דער עולם האלט נאך אינמיטן. אין זינגט א וויזשניצע תנועה לאנגווייליגערהייט אין ווארט אז דער פראגראם זאל זיך אנהייבן ווען דער עלטסטער שוואגער גייט אויפטרעטן מיט דברי פתיחה
דער שוואגער שטעלט זיך אויף מיט קאנפידענץ אין שפרייט אויס זיינע קלאמזי הענט מיט א כ'א כסליו'דיגע מינע אין שאלט אויס מיר זענעדן זיך צוזאמגעקומען בלא בלא בלא במהרה בימינו אמן יום השישי פונעם חרדי וואס איז אקארשט ארויסגעקומען פון די הייליגע הכנות
דער עולם ענדיגט צו די פיש דער שווער טרינקט אתרוג ליקער. מעינסטריעם עולם וואדקע. די קילערע באאנדאקס. דער חסיד טרינקט זעקסע ניינציגער פון די ביכער.... דער שווער פרעגט צו ער קען פרובירן אין פאלגט נאך מיט שטורעמישע הוסטן
מיין עלטסטער שוואגער האט באמערקט די לעצטע מינוט וויזוי זיין בחור האט זיך אנגעגאסן א היפשער רביעית משקה אין רופט אים צו אין זאגט אויף א מיטלגארטיגע טאן 'מעט כמלח!' אין נעמט צו דאס גלעזל אים איברגיסנדיג א פיצקי אין א אנדערע קאפ אין גיסט אריין אין זיך די איבריגע וואס טאטע'ס מעגן שוין טרינקען. אבער נישט געזארג דער באשעפער באזארגט די בחורים אויך...... קען זיין אז נישט אבער שיכור איז ער זיכער געווארן.....
דער חרדי ווערט פארבעטן צו רעדן פארווישט זיך דאס בארד מיטן האנטוך אין שטעלט זיך אויף ס'דא א באקאנט ווארט פון חנוכת התורה.....
בשעת ער רעדט זענען אלע פרויען מאביליזירט געווארן צו שניידן קאמערציאלע מאסן רעטעך. נעבעך פאר זיי ס'גייט סייווי נישט זיין גענוג אין עפעס א יונגל גייט איינרעדן פאר אלע פרויען אז מ'האט געטראפן א ווערים אין די רעטעך זיי גייען עס אוועקווארפן מיט אפשיי אין די מענער העלן זיך דערמיט דערקוויקן.... דער זיידע העט זיך געבן א צושכייכל אין זאגן 'לעב יונג איינער' אין דער עלטסטער שוואגער גייט ארויסווייזן דאס ריינקייט פון זיין נפש ניש וועלנדיג אנקוקן די רעטעך..... עניוועיס ווי זעמער פארקראכן.
דער טעטיגער ברענגט אריין די זופ קוקנדיג מיט שטרענגע בליקן אויף די אויסגעשרעטע הענט טענה'נדיג אז ס'איז הייס. ווייסעך ניש פון ווי כ'האב שוין געהאט די הרגשה אז ס'איז סתם א סקעם וכך הוה
דער חסיד איז אריינגעלאפון צווישן די פרויען פארלאנגענדיג זופ גלייך פון טאפ זיך שטעלנדיג אז ס'זאל זיין נאך פארן צוריקגיסן זיין טעללער. פארשטייט זיך אז די צווייטע מאל איז עס אויך נישט געווען הייס.. כך סופן של בעלי תאוות.....
בשעת דער אויבערשטער עולם האט זיך דערקוויקט מיט די זופ האבן די אונטערשטע עספיעט זיך צו אנטרינקען אין אויסברעכן א התעוררות מיט קארליבאך'ס ממקומך. דער חסיד האט אן ערפאלג פרובירט צו ברעכן די אפענסיווע מיט א ווארעמע כל מקדש. געמאכט א ריקצוג האט ער ווען דער שווער האט אנגעהויבן מיטצוזינגען דעם ווארעמען ניגון מיט א ערנסקייט צום שמייכל פון עפעס א כיטרע נעפיו וואס האט זיך געזוכט מיט וועם צו בלינקען כ'האב שווער קאנטראלירט מיינע אויגן נאר אים צו געבן זיין טא סענעס פילינג וואס איזעכעם וואויל באקומען
עניוועיס די ביזנעסלייט זענען שוין געגאנגען שלאפן די חסידים זינגען קה אכסוף דער זיידע דרימלט ווען עס קומט אן צו ויהיו רחמיך ווערן די קילערע תארערעס'דיג אין הייבן אן צו ריעפיטן די בחורימליך שטעלן זיך צו. דער באטע ווערט טראנספארמירט צו א וויי''ב היל'ת! .... פון דארטן גייט מען צו 'ביזן קרעטשמע' בקיצור די חברה האבן די עכטע ווערטער צום אייבערשטן נישט צום גלייבן....
היצט איז נאר געבליבן די חסידישע קרייזן זיי טאנצן אז ביום השביעי דער עלטסטער שוואגער האט הנאה צו דעמאנסטרירן אז ער קען די ווערטער.....
זיי זעצו זיך אראפ אין דערכאפן זיך דאס הארץ מיט די הייליגע טרויבן וואס ר' נתן יוסף האט פארשאלטן ווער ס'איז מוציא לעז דערויף....
יעדער שלאפט שוין ס'איז דריי ביינאכט. כ'קום אראפ מיט מיינע קראקס מיטן פלאן אויסצופירן די אקציע וואס וועבט זיך שוין אין קאפ פון אנפאנג סעודה.... האפנדיג אז קיינער העט ניש כאפן. כ'גיי צו צום טשאלנט טאפ וואס קאכט זיך פאר שבת צופרי מיטן פלאן אראפצונעמען א שטיקל מנה דער טאפ זעהט אויס גאנץ ליידיג כ'האץ ס'העט זיין גענוג פאר מארגן צופרי מ'העט מיר נאך באשולדיגן. עניוועיס כ'נעם מיין טעלערל מיט שווערע געוויסנביסן אין איך שפאציר אריין אין א זייטיגן צימער וואס איז שוין אפגעשיידט געווארן פון אנפאנג סעודה פאר די אפעראציע
מאכטפול איז נישט דאס ווארט! ער שטייט אויפן פאדיום, פון זיינע אויגן שפריצן גרעניצלאזע אויטאריטעט, זיינע מוסקלען זענען פארשטייפט, נישט נאכלאזנדיג קיין ריר פון זיין שטארקע האלטונג, ער קוקט אזוי אראפ צו די מענטשן וואס זיצן מיט די אויגן געוואנדן צום פאדיום, ער זעהט אין זיי מוריטשקעס, יא מוריטשקעס, גארנישט מער, ווי קען זיך דען דער פשוטער בירגער צוגלייכן צו זיין יעצטיגן שטאנד, ער קען ניטאמאל חלומ'ן דערפון, אלזא שטייט ער אין מיט בלויזע בלינקען מיט די אויגן דירעקטירט ער די ווייטערדיגע שריט, כאילו עס גייט נישט טוישן מענטשן'ס צוקונפט,
אזוי שטייט אונזער גבאי 'חמישי' ר' וואלף אויפן באלעמער אין פירצעך זיין וועלטל מיט שטאלץ אין אנארכיע....
פאר מ'גיימער ווייטער מוז אויסגעשמועסט ווערן דער דאזיגער פאקט אז גבאי חמישי מיינט אז ער איז דער 'פיפט' קלוגסטער מענטש אין ביהמ'ד, איך למשל בין בערך די פינף הונדרעטסטע, ס'קעמען טון..... גבאי חמישי איז בעיסיקלי גארנישט סתם אזוי, חוץ אז ער האט אפשר די שליסל פון די מקוה, אין ער לאזט 'אויך נישט' קידוש מאכן ביים לייינען....
אלעס האט זיך אנגעהויבן די וואך דינסטטאג ווען ר' וואלף האט אהיימגעברענגט א צעטל אז ער איז 'שבת גבאי' אין ער זאל ביטע ברענגען זיין ווייסע העמד מיט זיין שבתדיגע גארטל די וואך אין בית המדרש, דהיינו, גבאי ראשון שני שלישי רביעי גייען נישטא זיין אויף שבת, אין ס'איז א פאסיגע צייט פאר ר' וואלף צו אויספירן זיין לעבנס טרוימונגען אין שטרעמונגען, צו שטיין אויף די דאזיגע פאזיציע פון גבאי,
די ערשטע זאך האטער שוין דינסטאג גערופן זיין קאלעגע דער גבאי שישי אין געזאגט אין אן ערנסטן טאון, אז מיר דארפן זיכער מאכן אז דער ביהמ'ד ווערט געהעריג געפירט, אלזא אנשטאט צו זיין ביזי מיט אונזערע אינערליכע רייבערייען, לאמיר זיך צוזאמנעמען מיט א צוזאמענארבעט אויף די מיסיע... מען האט שוין אפגעשמועסט אלע דעטאלן, אנגערופן די בעלי תפילות אין זיכער געמאכט אז 'שבת מעין עולם הבא תחת גדלו של הגבאי חמישי' ווערט געקרוינט מיט סוקסעס,
פרייטאג צונאכטס, ר' וואלף שפאצירט אריין אין ביהמ'ד ווי א פעפסי פלעשל, שפאצירט גראד צי צום גבאי שישי אין שמועסט דורך מיט אים עפעס גאר ערנסט, זעהט אויס ממש ווי זיי פירן אמעריקע, בקיצור ס'פליהט אהין אין צוריק, והשבת נועם הנשמות, א קלייניגקייט?.... ר' וואלף פירט די זאך דא, ער לויפט ארום פון מעכל צו קנעכל, ער בעט ווארנט סטראשעט, שווערט פארלאנגט, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס אבער עריז ביזי...
נאכער שטעלט ער זיך אזוי אויף זיין ארט אויף מזרח צפון, מיטן פנים אויסגערייט צום ציבור, שטייט ער אזוי ווי א אינדיאנע גלח אין באקלאצט דעם ציבור מיט זיינע געבלומטע אויגן, דאווונט אזוי אויסגעדרייט צום ציבור, די וואך לאזט ער זיך מיאוס הערן, ווען זיין פייכטע שטימע פליהט ארויף צו גאר הויכע אקטאוועס אין פלאטשקעט אראפ ווי א פערד מייסטער ג' בשלח
אזוי אינמיטן לכה דודי וואקט ער צו צום בעל תפילה אין זאגט אים עפעס, אין וואקצעך אוועק מיט אזא בליק ווי לוט'ס א פאסטעך נאכן גנב'נען פאשע.... כיטרע.
עניוועיס שבת צופרי די ליינען איז געווען ממש די פיע'ק פון ר' וואלף'ס פירערשאפט, ער טיילט עליות... נישט קלאר וויאזוי עס ארבעט אבער ער שטייט ווי א קעניג, אין ווייזט מיט אלע פינגערס, ציצקעט, בלאזט, מאכט, טוט, ער איז גבאי... עניוועיס ס'קומט צו הגבה האצעכעם דערוועקט עפעס א מאדנע געפיל צו געבן פאר דעם שטילן יונגערמאן דארטן אין די קארנער, מיך, ער געבט אזא ציצקע פון זיין הויכן שטאנד ביים בלעמער, צצצצצצ.... יונגערמאן! הגבה! אופס!.... הגבה.... איי קנאו אלל עבאוט דיס סטאףף.... דיין קאלעגע דער גבאי שלישי האט געהאט די זעלבע מאדנע געפיל, פאר צווויי וואכן צוריק אין ער האט מיר אויך געגעבן הגבה, סאו יא...
בעיסיקלי איז עס בערך אז כ'שלעפ מיר אזוי אהין, אלס פארטנער האט מען מיר געגעבן א דעינדשרעס בחור, א וואקסנדע פארזעניש, דריי מאל מיין סייז, ער וועט גלילה גיין,כ'שטיי אזוי אין כ'ווארט אויף די אקעי פונעם גבאי, מ'ווארט נאך ביז דעי פארמערנדע גראבקייט גייצעך טרעפן אויבן פון די סטעפס, דער משולש איז שוין אויבן, כ'באקום אזא נאסע ווינק פון דעם צדיק, יעצט! סאו כ'הייב אויף דעם ספר, כ'דריי מיר ארום, כבין זייער צומישט, וויפיל מאל, וואו, ווער, וואס, באט שוין, ונאכדעם דארף איך מיר אראפזעצן אויף דעם אומווערדיגן צוזאמלייג בענקל, וואס קען קוים האלטן א קינד, אין באטראפן ווערן דורך די בוטשער הענט פון דעים פארזעעניש וואס איז באגליקט געווארן מיט גלילה, קוים וואס ער פיט צווישן די באלעמער אין די בענקל, ער קלאמערט מיר אזוי ארייין אינמיטן זיין גלילה אפאראציע, ער פושט אזוי... אין ער דרייט מיין הענט ביז ס'ווערט אויסגעריבן ער פאנטש ער שלעפט, פלאגט זיך אוועק מיט די מענטעלע, ער האלט מיר אין איין שיעור אראפווארפן פון בענקל, שוין דער פארזענישט האט שוין גענדיגט סתימת הגולל אין איז שוין צוריק איף זיין טאטע'ס (די טאטע פארזעעניש) שויס,
אין זיץ מיר אזוי מיט א גראבע חומש אין כ'זאג די הפטורה אין כ'הער די צוויי 'ריזיגע' גבאים זיך טענה'ן וואס מען טוט נעקסט, צו מען זאגט אב הרחמים ווער עס זאגט מי שברך, אין ווי עס פאנגט זיך אן די מוסף בעל תפילות דשאב, אינמיטן אזוי געשמאק קלאצן קומט צו א יונגערמאן מיט א ציגעלע בארד וואס האט פארשטאנען אז עס איז נישטא קיין גרעסערע כבוד פאר די תורה ווי ארויפגיין אויפן באלעמער אין דארטן צאמקושן זיין האני תורה, כ'קלאץ ווייטער אזוי געמיטלעך ביז כקהאב באקומען א פיצי גרוס פון יענעמס פיאות, אזוי נאך פאר וואס ווי ווען בין איך שוין כמעט געווען מיטן ספר אויף דר'ערד ברוך השם געראטעוועט די לעצטע מינוט פון א תענית
סאו ווילעך זאגן דער ר' וואלוון אז פון מיין זייט קענסטו הערשן מיט מאכטפולקייט אויף צענדיגער שולן, טויזנטער מענטישן זאלן ווערן אויפגעשאקלט פון דיינס א ווארט, דיי אוטאריטעט זאל דיר באגלייטן ווי דו ווילסט נאר, זאלסט קענען יעדן טאג דיסיידן ווער ס'זאל צוגיין, עולה זיין, אין וואס דו ווילסט נאר, אבער איין קליינע טובה, פון דעי הגבה גלילה קרעפ שטיי זייער זייער ווייט! איטס נאט יאר ספעשלטי,
אין דעעשער בית המדרש אין וויליאמסבורג דריי אזייגער פארטאגס
ר' תנחום שפאצירט אריין אין ביהמ'ד,
ר' תנחום א אכט אין פופציג יעריגער איד פון די ערשטע גענעראציע פונעם נייעם יוגנט נאכן קריג, ער האט שוין אבער א טעם זקנים, ער ברענג אלע טאג תיקון אין ביהמ'ד, היינט שפאצירט ער אריין ווי זיין טעגליכע שטייגער, מיט זיין בעקעלע מארבל קעיק, ער לייגט עס אראפ אויף די מיטלסטע טיש מאכט זיכער אז אלעס איז מסודר אין ער גייט אין מקוה ווי ער פלאנט צו פארברענגען די נעקסטע שעה'ן זיך ארומצוואשן אין אפצושיילן,
ווי נאר ער גייט ארויס קומט הייבט זיך אויף פון אונטער א באנק א שלאנקער יונגערמאן מיט די נייע בלוטוט טעכניק אין זיין אויער, ער גייט צו צום קוכן, ער לייגט דארט אריין א צעטל, אין ער לויפט ארויס,
א האלבע שעה שפעטער קומט אן דער אמיגא פון בית המדרש ער גייט צו צום קעיק, אין מיטן א שארפן בליק געבט ער עס א קוק איבער, ער שטופט אריין זיין הענט אין נעמט ארויס דעם צעטל, אין מאכט דעם וועג ארויס פון שול,
ווי נאר ער וואקט ארויס פון בית המדרש ווער ער באפאלן דורך דריי פארמאסקירטע פארשוינען, וואס נעמען אים אריין אין קאר אין פליען אוועק פון דארט אויפן העכסטן ספיד,
צוויי מינוט שפעטער קומט אן א גארבעדש טראק, עס פאלן ארויס פון די גארבעדש טראק זעקס מאנסטערישע מענטשן (?) אין קוקן זיך ארום אויפן גאנצן פלאץ, נאך א מינוט לויפן צוויי פון זיי אריין מיט איילעניש אין ביהמ'ד אין געציילטע סעקונדעס אין זאגן עפעס פארן העכסטן פון זיי, יענער געט א געשריי, 'סאפיטאקאוקראקי!' די חברה נעמען צוריק זייערע פאזיציעס אינעם גארבעדש טראק, אין דער גארבעדש טראק נעמט זיך פליען אויף אן אבנארמאלן ספיד אין ריכטונג פונעם פובליק סקול פארק צוויי בלאקס אוועק
אויבן אין אפיס זיצט ר' וואלף דער גבאי צוזאמען מיט די עף בי איי באאמטע אין בעאבאכטן די סצענע דורך די קאמערעס, גלייך נאך וואס דער גארבעדש טראק איז אוועקגעפארן איז געקומען א מעססעדש פונעם קאמאנדיר אז די אקציע גייט אריין אין קראפט,
נאכן דאווענען גייט ר' תנחום אהיים, ער ברענגט אהיים א באר הפרשה פון ר' מיילעך בידערמאן אין לשה'ק פאר זיך און אין אידיש פאר זיין ווייב, זיי זעצן זיך צוזאמען עס ליינען זי ליינט מיט א תמימות די אויבן אין פאלגט ערליך אויס יעדעס מאל ווי עס שטיייט א אות קוקט זי אונטן אין טרייט צו פארשטיין וואס די צוויי האבן א שייכות, ווידער ר' תנחום איז כידוע געריבענער אלזא קוקט ער גלייך אלע מעשיות, תורות וועט ער ליינען א צווייטע מאל,
אינמיטן ליינען אזוי געמיטלעך שפרינגען אריין אגענטן פון אלע זייטן אין פארלאנגען ער זאל אהערגעבן זיין טלית בייטל, ר' תנחום האלט זיי עס שוין כמעט ביים געבן, ווען אינדערמיט קומען אריין זעקס פארשוינען מיט געווער געצילט אלע אנוועזנדע אין פארלאנגען אז דער בייטל זאל יעצט ווערן אריבערגעפירט צו זייערע הענט, אנגעבנדיג אז זיי זענען פון די עף בי איי, די אנדערע האבן זיך שנעל ארינטיעטעט אין ארויסגעשלעפט זייערע סי איי עי בעדשעס, דא האט זיך אנגעהויבן א ערנסטע קאנפליקט, ר' תנחום שטייט אזוי פארלוירן, ער איז דא צווישן צוויי מאכטפולע רעגירונגס גרופעס, ער ווייסט נישט ווער איז דער עכטער ווער איז דער פאלשער, צו איינער איז בכלל פאלש, ער שטייט פארלוירן נישט זעהנדיג קיין וועג ארויס פונעם פלאנטער,
אין דא איז עס געשעהן....
-----
תשע"ט
אין א בעקיארד אויף בעדפארד וואלעבאוט
לאמיר אנהייבן פון אנהייב.... נאך קידוש לבנה איז געבוירן געווארן א קינד צו זיינע עלטערן, ביים ברית האט מען אים אנגעטרינקען לעולם דוד, מען האט אים א נאמען געגעבן משה יאסל, נאך דעם ערשטן שלימזל וואס האט באקומען דעם זיסן נאמען, דער פאטער איז א געשמאקער איד מיט א שיינע פאר ניקס אויף אייוועלט, אלזא האט ער אים גערופן בלשון בא'טעמטקייט ש'יאסל,
סאו... דאס איז בעיסיקלי זיין בעקגראונד, יעצט לאמיר טרייען צו גיין סטרעיט צו וואו מיר ווילן צוקומען
-----
ערגעצוואו אינמיטן זומער ווערט משה יאסל פארוואנדלט אין א לעבעדיגע שטינק באמבע, ער דרייט זיך פון מעכל צו קנעכל מיט פאני קאשעס וועגן פאטענטן צו בויען א סוכה, עניוועיס ש'יאסל באט צובראכן יעדע געזונטע נערוו פון יעדן נפש אין זיין געגנווארט אזא גוטע צוואנציג מאל, אבער וואס טוט דען נישט ש'יאסל פאר זיין סוכה, איי וועט איר פרעגן פארוואס, דער תירוץ איז ווייל ש'יאסל האט א מוירעדיגע געפיל צו מצוות סוכה,
ס'גייט צוזאמען מיט זיין דשענערל פילינג אז ער האט א ניצוץ פון ראפשיץ, (דאס איז עפעס וואס אים בייגעפאלן נאכדעם וואס ער האט אויפגעכאפט אז ער איז קלוגער וואו עוורידש) ש'יאסל דאוונט אלע יארן אין א ראפשיצער סידור, און שלוקעצט אין א ראפשיצער מחזור, וויינט אין א ראפשיצער תהילים, עסט ראפשיצער באנאנעס, עניוועיס...
סאו ווי מ'האלטמער איז אז דער ראפשיצער אורח שפילט מיטן ציבור'ס נערוון וועגן זיין סוכה, דאס איז אלעס ביז ערב סוכות, ערב סוכות פארטאגס איז ש'יאסל אינדרויסן! קאמפסגרייט! אמער... ער גייטעך בויען זיין שטורעמישע סוכה ביי זיך אין פלוין, אלזא ער נעמט זיך בויען זיין סוכה, דא קומט אריין א שטיקל פלאפ... אונזער ש'יאסל איז נישט קיין שלימזל, ער האט גראדע צוויי רעכטע הענט, סאו קיין פלאפס וועגן בויען א סוכה קעמען נישט שרייבן, וואס יא, ש'יאסל פירט זיך צו הענגען פאמפקינס אין זיין סוכה, צוויי סיבות, איינס ווייל ער גלייכט זייער שטארק די מאנסטערישע פרי, צווייטנס טוט ער עס לעילוי נשמת זיין חבר ר' אליעזר פאמפקין ז'ל
סאו הענגען פאמפקינס איז שוין נישט אזא גרינגע זאך, ס'פאדערט זיך אסאך כח אין מוח אז די פאמפקינס זאלן נישט אראפפאלן אינמיטן יו'ט אין שעדיגן מענטשן, אדער עסן חלילה אלזא.... (צום פיפטן מאל...) ש'יאסל ברענגט אריין א טשערי פיקער אין זיין סוכה, אין נעמט זיך צום מעמד 'תליית הפאמפקינים' דער מעמד גייט אריין אין קראפט תיקף ווען ש'יאסל בענטש די פאמפקינס מיט זודיגע טרערן אין ווארנט זיי אן, 'אישי כהן גדול'....
די טשערי פיקער האט ער געדונגען פון זיין חבר 'נחום מנחם תנחום' חבירו הנ'ל האט א ביזנעס אין די קעטסקילס פון פארקויפן מיסטער קלין, מוירפי, דיבלאזיא, אין נאך געוויסע שעדליכע סובסטאנצישע פערזענליכקייטן,
ש'יאסל שטייט אויפן טשערי פיקער מיט שפריגענדיגע עקסטאז, ער האט אן זיין טיש בעקיטשע אויסגעגראדט זיין הויקער, געמאכט שיף די לעפצן, אראפגענומען די שוועמל פון קאפ, אין עווריטינג איז פולי סעט אפ פאר די 'סוכה-פאמפקין- ש'יאסל' אפאראציע, ער פאנגט אן צו האקן שטיקער, מ'הענגט איינס נאכן צווייטן, אינמיטן קומט אריין א קליינער ספאניאלא, ער גייט צו צו אונזער ש'יאסל אין פארלאנגט ער זאל פאר א רגע אראפקומען פון ס'טשערי פיקער'נען ש'יאסל טראכט פארווא נישט, אין שפאנט אראפ, נישט פארן צוריק טייט מאכן זיין פאסיק,
דער ספאניאלא גייט צו צום רעדל אין נעמט ארויס פון די ראבער אונטערן קלאטש א פיצקעלע יו עס בי, אין שפאצירט אוועק צו שאק פון ש'יאסל, פאר ער קומט אן צום טיר זאגט ער פאר ש'יאסל 'זאג דיין באסס, אז טאני איז דא געווען, אין ער זאגט אז נארטוואסער איז אין מזרח' אין ער גייט ארויס
ווי נאר ער האלט ביים טיר שפרינגט ארויס א ריזיגער מאן א שווארטצער מיט שפיגלדיג ווייסע ציינער, אין כאפט אן דעם שטינקער, פאקט ארויף אויף די אקסלען אין גרייט זיך אפצוטראגן פון שטח מיט דעם בחור אין די האנט,
פאר ער האט זיך ארינטיעטעט, זענען שוין געשטאנען ארום אים צענדליגער יונגעלייט, מיט וואלקי טאלקי'ס, אין אים אראפגעהאלטן, די ערשטע זאך האט ער באקומען א פליק אין זיין נאניע פאר ווילן צוכאפן אונזער באליבטע שול גוי, צווייטנס פארלאנגען די יונגעלייט אז זיי דארפן שוין צוריק די יו עס בי פון חמשה חומשי תורה ע'פ כ'ק אדמו'ר שליט'א, דער גוי האלט זיך ביי זיינס, דער יו עס בי גייט נישט ארויס פון זיינע הענט!
די לעצטע סעקונדע פאר די יונגעלייט שטארק זיך אויף אים לייגט ער ארויף זיין גאן אויף ש'יאסל'ס אקסל נעמענדיג אים אלס האסטעדש, די עסקנים האבן זיך גענומען שרייען וואו וואו וואו, מיטן פלאן אז דער צדיק זאל זיך דערשרעקן, אבער ס'העלפט נישט קיין כי הוא זה, (טערעסאנט פארוואס....)
דער מצב איז געווארן קריטיש, דער גוי שרייט אז ער גיבט נישט ארויס ש'יאסל נאר אויב מען מאכט פריי דעם שטח, די עסקנים זאגן אז אן די יו עס בי איז נישט דא פון וואס צו רעדן, דער גוי שרייט אין די עסקנים טרייען צו מאכן סדר, שמערל פון די גאר דרייסטע עסקנים מאכט אזא פלינקע-בעוועגונג-שטויס-עמאודשי אבער משום איזה סיבה שהוא האט עס דעם גוי כלל נישט אנגעשראקן, נאך שעות פארצווייפלונג, גיסן הייסע בליי אויפן פלאץ, ווארפן פצעי אויפן גוי, אריינשמוגלען א זרוע אין ש'יאסל'ס לינקע טאש, האט דער גוי געגעבן א שטויס א פאמפקין מיט זיין פיס, אין אינמיטן די צומישעניש האט ער אויסגענוצט צו אנטלויפן, מיטן יו עס בי,
-----
פארוואס האט דער גוי געדארפט דעם יו עס בי? וויאזוי איז עס אנגעקומען צו ש'יאסל'ס סוכה? אין וואס איז די צעטל אין ר' תנחום'ס קעיק? וואס האט זיך דארט אויסגעלאזט? אויך פארוואס איך האלט די ווייסע דשעק ענד דשיל קוקיס זענען בעסער פון די שווארצע,
מענטשן זענען לכאורה די נארישסטע אביעקטן אויף דער וועלט.
איך בין פון די נארישסטע מענטשן אויף די וועלט.
איי דעם דאזיגן פאקט איז שוין לאנג ברייט בארימט פאר יעדן אין מיינע ד' מיל, איז וואס זאגעכעס? פשוט. ווייל דו ווילסט עס הערן...
פון ווי ווייסעך?
לאמיר אנהייבן פון אנהייב, (כ'בין מער אזא לייבוש ליש וואס הייבט אן אימיטן די דריטע דריטל...) דעם שבת צופרי שטיי איך אין שול אויף מיין פלאץ, די צווייטע באנק פון די בעק, (די זיץ איז נישט מיינס סאו גייסט גארנישט האבן פון קוקן די סטיקער. פון וועם כ'האב עס גע'גנב'ט קען זיך מעלדן צו וועם ער וויל) מיט א שרעקליכע רואיגקייט, כ'דארף דאווענען גיין צו אפאר הענט שאקלערייען אין אהיימגיין עסן, כ'זאל זיין גענוג זאט צו קענען גוט שלאפן, מיין פיאות זאל ווערן גוט פארקלעבט, אז ס'זאל זיך קיינעם פארגלוסטן מיר צו געבן גלילה ביי מנחה, ווייל ס'איז צו שווער זעך אריינצופאנטשן אין דעי פיצי שטח צווישן דעם בימה אין דעם גליקליכן בעל ההגבה.
סאו כ'בין פעסט אנגעגרייט פאר די סיטואציע מיט א סידור א חומש אין א ספר'ל צו קענען קלאצן רעספעקטפול.
דאווענען הייבצעך אן מיט ברכות פון דעם עלטסן איד פון ביהמ'ד (אזוי ליגט מיר אין קאפ פון ראש השנה...) נאכער גייט צו דער טיפיקל בעל תפילה וואס מאכט יעדע דריטע וואך פרישע עקספערימענטן אויף כולם אההההובים... קל אדון זינגט מען עפעס א לאנגע ניגון וואס נאר אזעלכע חברה ווי @סטאווי קענען, כ'עפן אויף דעם ספר'ל אין די מחשבות פארן געשמירט וועגן די לאטערי וואס כ'גיי געוואונען דעם מוצאי בעזר הבורא ושלוחו מלאך הדמיונות יאריך ימים על ממלכתו!
מיינע שכנים ווידער זיצן באקוועם ווי כאילו דער העל תפילה רעכט אפ א קאנצערטל, כ'בין אפיציעל מעיין אין א ספר מחשבה, (עז קענטס דעי פוילע שטריקעס וואס שטעלן זיך אויף ביי א שבע ברכות אין רעדן פון זאכן וואס ווערן אסאך ארומגערעדט אין ספרי מחשבה? קעי... כ'גיי אפשר זיין אזאנס. טעיקיטיזי..)
קלאצעריי פארט עפעס אויסנאם געשמירט ברוך השם אדאנק די פאוערבאלל אין נאך געוויסע פאקטארן.. גראדע בינעך געווארן אביסל אנגעצויגן אינמיטן, ווייסט ס'שטייט אסאך מאל אין דער איד ביי די הערכות אויף נפטרים, אויף מענטשן אז זיי זענען געגאנגען א הארץ אטאקע, נאכדעם איז דא דעי וואס שטארבן פון יענע מעשה נאכער איז דא דעי וואס ווערן נסתלק נאך יארן ליידן פון פארשידענע מיחושים... סאו וואס מיינט א מיחוש? למשל שטארקע רוקן ווייטאג איז א מיחוש? אויב יא קעמען אזוי שרייבן אויב כ'שטארב ערגעץ די נעקסטע שטיק צייט זאל נישט אויסגערעדט זיין אין נישט איינגערעדט זיין...
עניוועיס צוריק צום נושא. אינמיטן מיינע רואיגע מאמענטן כאפ איך אויף אז דער יונגערמאן וואס נעמט קער פון די עליות אין דעי אלע מינע זאכענעס נוצט די שארפע אויגן - וואס דער גאט האט אים געגעבן במתנה זיך צו שיצן פון פארציקנדע מענטשן אין זיין געגנווארט - צו קוקן אויף מיר.. גיי ווייס וואס דער איד וויל... אין כ'זעה דער אנדערער שכן דארט, אויך פון דעי 'יונגערמאן גיי פתיחה קראו' קוקט מיט אזאנע אויגן אויף דעם שטח וואס איך קונה שביתה געווען. קעי. פיין. וואס יעצט?
כ'דאוון ווייטער כ'מאכמער נאטורליך. ס'גייט סייווי קיינמאל ניש, אבער וואס דען זאלעך טון? די חברה האלטן אן זייער שטייפע אבזערוואציע אויף מיין פלאץ אן קיין רחמנות.
נאך שמונה עשרה פרעג מיין שכן\חבר (עה.. עריז נישט ממש מיין חבר.. אויב מ'פייגער'מער די זעלבע וואך גייט לכאורה נישט שטיין אין דער איד הנאהבים בחיים ובמותם לא נפרדו [קעי. היינט רעדט מען פון שטארבן... גיי ווייס וואס דעם צדיק האט אנגעכאפט...] יעצט דעיע) צו ער האט שוין אויך אמאל באקומען אזא מתנת השקפה? זאגט ער אז ער באקומט עס כסדר. קעי. סאו וואס טוען זיי נאכדעם? זאגטער אז אסאך מאל קענען זיי צושיקן צו מוסף, אסאך מאל געבן פתיחה, אסאך מאל פרעגן זיי דיר צו דו קענסט מצרף זיין פאר א יולדת מוצאי שבת. פיין כ'בין דיזי.
סאו דאווענען גייט ווייטער, ערשט איז עולה דער כהן ענד סאו פאר.... ביי מיין פלאץ זיצן א חבורה אידן וואס מען האט משום חסרון סלאטס או משום איזה סיבה יותר רציני נישט אויסגעקליבן צו דעם אמט פון בעל קורא, סאו דעי חברה האבן דארט אזא.. לאמיר עס רופן סופארט גרופ... זיי זיצן צוזאמען איבער איין חומש אין פאסן אויף צו זייער געלערנטער קאלעגע מאכט חס ושלום א טעות, אויב יא ווערט א שמחה אין אלע עולמות... דעי חברה נעמען זיך שרייען פארפירן מוחה זיין לויפן צי צום בימה אינמיטן ליינען אין שלעפן דעם בעל קורא'ס טלית ער זאל צוריקציען פון זיינע שלעכטע דרכים, אין איבערזאגן דעם ווארט כפי דרך המסורה לנו.
כ'זיץ ווייטער אזוי איינגעקורטשעט, כ'הייב אן צו טראכטן אז ס'קען זיין אז כ'האב נישט געצאלט קיין מעמבערשיפ סאו מ'גייט מיר איינמעלדן אז כ'גיי דארפן גיין ליגן אין הר שלום... שוין לאנג געטראכט אז מ'דארף מפנה זיין דעם ריבניצער צו אונז קיין קר'י, ביז דאן גייט אין לייבוש לאכערס 'קוקי שטיבל' נישט זיין צו געפינען קיין טשארדשער פאר א רפואה, די איינציגסטע זאך וואס דעי חברה ווילן איז אז דו זאלסט שטארבן, אין זיי זאלן דיר קענען באגראבן! עניוועיס מיינע פחדים וואקסן אויף הייוון וואס די צוויי אידן קענען ווילן פון מיינע ארימע געהירן.
שוין ביי דעם חתן תורה קידוש היינט וועל איך נישט זאט ווערן. כ'פלאן די צוויי אידן נישט מוציא צו זיין מיט קידוש. אבער ה' ירחם קוקט'ס אויף ענקער נעגל! וואקץ אראפ פון מיינע שלייקעס! אבער די צוויי חברה געבן נישט אויף. קעי. נישט. סאו וואס ווילט עטס?
נאכן דאווענען ווען די צוויי זענען זיך געגאנגען זייער וועג אן זיך מסביר זיין פארוואס איך האב אויסגעקוקט ווי א פעינטינג היינט א גאנצן דאווענען, בין איך צוגעקומען צו די מסקנא אז מעלדן פאר א יונגערמאן אז ער קען טון דעי יאמי זאך פון גיין פתיחה געבט זיי נישט גענוג סאטיספיקאציע, זיך ארומצודרייען א גאנצע וואך א זיי זענען די מושלים אויף דעם בית המדרש איז נישט גענוג ריזיג פאר אזעלכע מעכטיגע מענטשן ווי זיי. זיי דארפן אז איך זאל אנערקענען אז כ'בין בלויז א פלעינע נארישע מענטש וואס קען נישט אליינס אויסקלויבן ווען כ'קען באקומען הגבה. כ'דארף אנקומען צו זייער באפולמעכטיגונג. קעי.
סאו אין בית המדרש האלט איך עס ענק נישט ביים זאגן. אבער כ'גלייב אז אזעלכע ליידנגייערס ווי ענק ליינען זיכער אייוועלט. אלזא מעלד איך דיר דא איין. כ'בין א שוטה. האסטע...
קעי סתם געשאסן העיט לכבוד מוצאי שבת... וואס טוצעך מיט די עלעקשאנס?...
כ'הא מיר אנגעפאנגען ארומצודרייען רעכט'ס אין לינקס, קודם האבעך געטרייט צו נאכגיין עפעס א בת קול, למעשה איז נתגלה געווארן אז ס'קומט פון בארג סיני, ביז אהין פלאן איך נישט צו וואקן, מיט א שיף פלאנעך נישט צו פארן, א שיפס קאפיטאן פלאן איך נישט צו ווערן, כ'בלייבמער א נביא אין שוין!
למעשה בינעך טאקע דערגאנגען זייער ארט, נעמליך, נעבן א בראקעלי געוויקס. פעך! שוין סאך בעסער צו זיין פארלוירן אויף א ליידיגע מאגן, אבער ווי עטץ שטעלצענק פאר, די בראקעלי האט פארשטייצעך דערמאנט פו די וואן ענד אנלי.. די עגונה, וואס איז אנגעבינד מיט שווערע קייטן צו די בראקעלי. אלזא מוז מע זיך אנשטרענגען צו טרעפן א וועג ארויס פון דא.
כ'וואק, אננמאכט, כ'זינג מיר אונטער דעי לוי יצחק ניגון פון לייבי, ווארטנדיג דעי פארברעכער זאל שוין אנקומען מיר בא'גנב'נען, אין ווייזן די וועג ארויס פון דעי סטופיד וואלד, וואס דערמאנט פון א פלעי גרופ.
אין פלוצלונג!..
איז מיר בייגעפאלן א הערליכע תירוץ אויף די סמיכות דר' תנחום, אבער אזויווי ס'ניש חנוכה העמער ענק נישט באלמוטשענען.
א גוטן טאטע. כ'האב שוין זייער לאנג נישט געקוקט אויף דיין זייט. ס'איז נישט ווערד דו זאלסט מיר אויסהערן. אבער. איבערקוקנדיג אלע אפציעס. איז געבליבן די איינציגסטע אויסוואל. זיך ווענדן צו דיר.
דאס טרערן זעקל איז שוין פארנוצט. פשוט. דער טריגער איז סאך מער ווי די מאס פון דאס קליינטשיק זעקעלע.
טויזנטער קליינע דעטאלן וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט אין מיין קאפ. ווי א כישוף ראד. זענען ערגענצט געווארן. אין פארעם פון א מייסטער פלאן. מייסטעריש איז נישט דאס ווארט. קיינער. דער גרעסטער שאך שפילער. וואלט נישט געקענט באווייזן וואס דו. כל יכול האסט באוויזן.
כ'בין פארכאפט פון אלע זייטן. די לעצטע שטיק צייט האב איך געמיינט. אז כ'פיר אליינס מיין לעבן. אין מיינע שטרעמונגען ווערן סוקסעספול דורכגעשטופט. אבער יעצט. ווען איך קוק צוריק. זעה איך. אז אלעס איז געווען אויסגערעכנט פון פריער. מיט א פונקטליכע פארהוילענע ציהל. ניין. כ'ווייס נאכנישט וואס דיין ציהל איז. אבער כ'זעה. אז עפעס ווערט דא אויסגעפלאנט גאר גרויס.
אדערווייל. זיץ איך. דער העלד פון די געשיכטע. אין ווארט מיט אגנסט. דאס געדעכטעניש זאל פארבייגיין. די וואלקענעס זאלן זיך צושפרייטן.
איך קען מיר קיין ריר געבן רעכט'ס אדער לינקס. דו האסט מיר פארשלאסן. האסט מיר נישט געלאזט קיין שום וועג ארויס. דאס שפין וועבעכץ ווערט דיקער אין געדעכטער יעדע סעקונדע. ס'איז נישטא קיין וועג ארויס פון דא. לא.
אלזא זיץ איך דא פארשפארט אין מיין גייסטישע תפיסה. מיט די קאפ אראפגעבויגן. די איינציגסטע אפציע איז פארליבן. שרייען צו דיר.
דו האסט געזארגט פאר מיר .פון די טאג וואס איך בין אראגעקומען אויף די וועלט. ביזן היינטיגן טאג. ווען דאס גאנצע מענטשהייט. אין אלע באשאפונגען. וואלטן דיר אינאיינעם געלויבט. פאר טויזנטער יארן. וואלט עס נאכאלץ נישט אנגעקומען צום לויב. וואס איך דארף דיר געבן. פאר יעדע פרט פון מיין לעבן.
אבער טאטע. די אלע יארן וואס דו האסט מיר גוט'ס געטון. איז דען געווען מיר צו שטאפן. ווי א גאנז פאר די שחיטה? דו האסט מיר געראטעוועט פון אלע ענגשאפטן. נאר מיר אריינצולייגן אין א מצב ווי איך בין נוצלאז? מיין תפקיד איז צו בלייבן זיצן דא. אין דיין געטליכע תפיסה. וואס דו האסט מיר אויסגעפארעמט. צו דארף איך זוכן א וועג ארויס? איך קען זוכן. אבער ווי אלע וועגן. קענסטו יעדע ערפינדענע וועג ווידער פארהאקן.
נאר דו פארשטייסט. דעם צער פון זיך פרובירן ארויסצודראפענען פון א מצב. אין זיך צוריקדערזעהן אין איר. אונטער א האלבע שעה. דאס מאל אין א נייע פארעם,
נאר דו פארשטייסט. דעם צער פון א שאקירטע ערוועקונג צום רעאליטעעט. אז זאכן קענען נישט גיין אזוי פאר אייביג.
דער צער איז געגאנגען אזוי ווייט. אז איך. דיין פארגעסן קינד. דער דערווייטערטער פרינץ. וועלכע האט פרובירט אפצורעכטן א לעבן. אן זיך דערמאנען פון דיין עקזיסטענץ. האט געמוזט נאך אלעם נעמען דאס פענע. אין שרייבן צו דיר.
ליבער טאטע. ביי דיר איז דער פארגאנגעהייט. דער צוקונפט. אין דער יעצט. איינס. דו זעהסט מיר שוין שטיין מיט א גליקליכן שמייכל. צוריקוקנדיג אויף די היצטיגע תקופה. אין זעהן. וויפיל עס האט ביישטייערט פאר מיר. וויפיל עס האט צוגעגעבן. צום גרויסקייט אין שיינקייט. וואס ווארט אויף מיר. איין טאג.
טאטע. איך ווייסט אז דו שטייסט אונטער אלעס. וואס מיט מיר פאסירט. פאר א שטיק צייט האב איך עס פארזעהן. אבער יעצט שרייט עס ארויס פון אלע זייטן. טאטע! איך ווייס אז דו ביסט עס. איך זעה דיר. איך זעה דיין געטליכקייט. אין פארעם פון א גרויסע גייסטישע שלאס אויף מיין גאנצע וועזן.אבער פון די שפאלטנס זעהט מען דיר ארויס. פון די הסתרה שבתוך הסתרה. ווערט ארויסגעזעהן א הימלישע אנטפלעקונג פון געטליכקייט. דו ביסט עס! דו ווילסט עס! דו קענסט עס אין איין רגע ענדיגן! אבער צוליב דיינע פארבארגענע פירונגען. ענדיגסטו עס נישט. פאר מיין טובה. איך נעם עס אן.
אבער טאטע. וואס טו איך יעצט? וואס איז מיין נעקסטע שריט? כ'ווייס נישט ווי איך גיי ווייטער. אפילו איין טריט.
אלזא, טאטע. כ'געב מיר איבער אין דיינע הענט. פיר מיר ווי דו ווילסט. א גוטע נאכט.
ווי נאר די מאמע שפאצירט אריין מיטן געזונדל אינעם אנדערפעס, ברעכט אויס א הילכיגע געזאנג פון די דריי קליינע. וסיין באני, וסיין באני, ייצער ייצער טווווב!
דער געזאנג כאפט זיך אריבער צו אנדערע משפחות מיט קינדער אין דעם עלטער, דער גאנצער אנדערפעס ווערט פארוואנדלט אין א גאז קאמער, הילכיגע געזאנג פון אריבער הונדערט קינדער, פארלוירענע בליקן פון מאמע'ס, כעס פון עלטערע געשוויסטער, בקיצור. כאאס אויפן העכסטן גראד.
וואס איז דער קונץ פון דעם דאזיגן אנדערפעס, אהה... דער תירוץ איז, אז עס האט גאר א שטארקן אקוסטיק, דאס הייסט אז יעדעס גערודער באקומט צוריק א מעכטיגן ווידער קול, אין דאס איז יאמי.
סאו.. וואס יעצט?
---
אין קעלער אין די בראנקס, צווישן אויסגעטרינקענע ביר פלעשער, אין פארלאשענע ציגרעטלעך, זיצן די גרעסטע צייט שטופער, אין זייערע באקאנטע, אין שטופן צייט. פארוואס שטופן? סתם, אז דערוילעם זאל פארפאסן באסעס. נאטינג עלס. עכט האבן זיי נישט וואס צו טון מיט די צייט וואס קומט באלד אויכניש.
אינמיטן קומט אריין דער מעען פון די גרופ. דער מעען, איז א געבוירענע טענדשערין, רינדעכיג, פלאטשיג, העל-אראנדש. ווען ער וואלגערט אריין אינעם קאמער, מיינט אז אלע מיטלען זענען שוין פארנוצט, ש'טא מער קיין מהלך וויאזוי צו שטופן ווייטער.
אין אזא פאל, נעמצעך פליסן פון זיין מויל גלעצנדע רעיונות, בריליאנטענע געדאנקען, ממש איינס ביי איינס רעדי פאר קאמעדי.
זיצעך מיר ביים וואך נאכט, אין מיין הארץ רוהט א משכן פון פיש, תכלת, אין א שמעק פון נאסע וואל. א השראה פון זאַפאַריזשע הערשט אויף מיין געדערים, באוואכט דורך סעמי רוסישע געפילטע קאמאנדירן.
דער אבי אבי הבן וועלכער איז אקארשט געווארן א זיידע פון די מאמע'ס זייט. שיינט אויף זענדיג זיין באליבטע שפיגי זיצן אין ארויסשיסן ווערטער, ארייננעמען פאפקארן, פארכאפן דערזערטירע פאפקארן וועלכע פרובירן זיך ארויסצושלייכן צוזאמען מיט'ן רייד פלוס וועלכע זעהט אויס א ווי א איבערגעבראכענע דאמבע. ער רופט זיין זוהן, דער ניי געווארענע הערשער אויפ'ן געהל קינד, אין אלטגעזענער פארעהרער פון שפיגל'ס פערל רייד.
נאך א לענגערע מיטינג איז געבליבן אז יא! מ'גייט מכבד זיין שפיגל צו דערציילן די מעשה וואס מ'דערציילט ביי א וואכנאכט. די מעשה ווערט שוין געברענגט אויף די בעק פון דאס מז'ט פעקל.
שפיגל נעמט ארויס דאס לאלי פון מויל, כאפנדיג נאך דאס לעצטע סאָק פון די פארבארגענע קאולעי וועלכע געפינט זיך אין די טיפענישן פונעם לאלי. קלארט זיך אויס דאס האלז. שפייט אויס די איביריגע פאפקארן, וואקט צו צום פאדיום וועלכע געפינט זיך אויפן פלאר, מיט זיכערע טריט. נאופ! אומזיכערע טריט, ער טרעט צוריק דריי טריט, שמוינע עשרה'דיגע שטילקייט הערשט אויפן האריזאנט (וועלכע געפינט זיך ווייט פון דא), שפיגל זעהט די סיטואציע איז אונטער זיין קאנטראל, ער עפנט דאס פיסקל דאס גרעסטע וואס שייך, אין נעמצעך דערציילן, די פאלגאנדע מעשה:
טרררררר.... האק...האק ...האק.. (צאן קלאפט צו א צאן) האק...האק...האק... און אזוי טרעפט זיך גאלדי לאקס איינזאם אליין אין וואלד, אן קיין עסן און ציטערדיגע הענט פאר קעלט.
פון דערווייטענס זעהט זי א שוואכע ליכטיגקייט אבער ס'שיינט טיף אריין אין איר הארץ, זי האט געריכטעט אירע טריט צום ליכט, א יעדע שארך פון די צוטרויטענע צווייגן האט צוריק אויפגעצאפלט איר שרעק צוטרייסלענדיג א יעדע גליד....
לאמיר אנהייבן פון אנפאנג. ס'איז געווען א הערליכע שפעט מארגן, איינס אזייגער נאכמיטאג ווען גאלדי איז אויפגעשטאנען, (זי איז אויפגעשטאנען שפעט ווייל זי איז נישט געווען א ערליכע און געדאווענט נאך חצות.) זי האט ארויסגעוואקט פון בעט, (און זיך נישט אפגעגאסן נעגל וואסער) ארויס פון איר הויז, (נישט געקושט די מזוזה) און ארויס אויפן גאס, (אן די רשות פון די עלטערן) און אנגעהויבן צו שפאצירן אויף די גאסן (נישט היטנדיג די אויגן) ביז זי איז אנגעקומען צום עק פונעם שטעטל ביים בית החיים, אוזוי וואקענדיג אין די בית החיים (נישט באהאלטעדיג אירע ציצית) (א'ה, פרעג מיר נישט וועגן גאלדי'ס ציצית,כ'ווייס נישט.!) ביז זי האט דורך שפאצירט די בית החיים (נישט מאכענדיג די ברכה פארן אריין וואקן) ביזן וואלד. אזוי ווי זי איז נאך געווען א יונג מיידל האט זי נישט געטראכט וואס זי טוט און אריין שפאצירט אין די וואלד... ברררררררררררר...........
געמיינט האבעך אז די זיבן הימלען מיט אלע כוכבי לכת און שבת טאנצן אראפ אויף מיין קאפ, אבער דער סרוך קוקט מיר אן אזוי מיט זיין פולע נאסקייט, און וואקצעך ווייטער זיין וועג. --
מוצאי שבת, אן אריינגיין אין די פילאזאפיע פונעם אומבאהערשנדן טרייסט וואס קומט דאן פאר, למעשה, האמער גוט געגעסן, אויסגעהערט אלע שטארקע בויכווייטאג וועלכע באטרעפן כלל ישראל'ס סעלעבראטארן אין די דאזיגע פארכטיגע מינוטן פון מוצאי שבת נחמו.
סאו איך בין בעצם צופרידן פון אפאר לייכטע סלייסעס פיצא. אבער דער שוכי איז דא מיט א פולע מעניו פון שפייז וועלכע זעהן נישט אויס משלנו בכלל. דער קרוין דערפון איז אוודאי דער אלטער מיטל פונעם יצר הרע, סושי. אויף וועלכע מיין כיתה חעס רבי האט געוויינט. אבער הו קעירס.
דאס איז אין מיינע טערמינען, קומצעך אבער אריין דער רעב יאסל פון אונזער קאנטרי. עטץ ווייסט וועם כ'מיין. א_יא? דער וואס דערציילט סיפורי צדיקים ביי מלווה מלכה, ווייסעכמיין... ער פארקרומט זיין מויל מיט א קענטיגע אפשיי. ער רופט זיך אן מיט א שטאקעדיגע מורת רוח, ר' שוכי! שושי ביי סעודתא דדוד מלכא משיחא? הע?
שוכי פאלט אריין אין א מאסיווע מוחין דגדלות, פארגלייזט זיך די אויגן, און נעמצעך נאכזאגן די פארכטיגע רייד וועלכע ער האט געהערט ביי איינע פון די שבתון'ס ווי ער האט פארוויילט 'טו געט עי בעטטער פערסאן' ער שטורעמט מיט היסלאהאבעס, מלא כל הארץ כבודו! אין יעדע זאך אויף די וועלט ברויך מען טרעפן גאט! אלעס איז גאט, גארניש דא חוץ דעם. רעב יאסל. מיט רעספעקט, אבער בשעת דו זעסט דא סושי, זעה איך דא גאט! כ'עס עס נאר ווייל ווייל כ'האב ליב גאט!
קעעעעעי... שוין. --
מיינע מחשבות זענען צוריקגעפלויגן צום ליל שישי, א צייט וועלכע דינט אלס אינטערדאקציע צום שטורעמישן טרייסטבארן שבת. שוכי איז דאן געזיצן אונטער א באקסער בוים מיט פארמאכטע אויגן, זיין גיטאר שטייף אין די האנט, זיך געשאקלט ווי א אנארכיסט, און ארויסגעקרעכצט טיפע מעלאדיעס פון די אונטערשטע שטיקלעך פון זיין נשמה.
אייגנס? נעעע.. דענקעך נאך וויאזוי מיין רעבע אין חדר - זאלער זיך מיען אין מלמדים שטיבל - פלעגטעס שוין טון. ס'איז א אבוויעס קאנצעפט פאר מענטשן וועלכע האבן געווענליך נישט וואס צו זאגן.
סאו יעצט דארפמען טרעפן אויף וואס צו שעלטן.
כעלענק זאגן.. כ'האב גענוג און נאך. בעצם בינעך זייער אויפגערעגט אויף די סאוער דאו חלה. דער כאלע איז א משכילישע גיפט וועלכע קומט אריין אין די שענסטע שטיבער! פרעגמעך ניש וויאזוי. דאסלעך און יענצלעך זענען אויך געגאנגען מיט ווייסע בעקיטשעס!
צווייטע זאך, קאמיקס בוקס! ווייסט ווי נאריש דעי קאנמיקס בוקס מאכן אונז? (ווענעך זאג אונז מיינעך אונז.. טאקע די דאזיגע וועלכע ליינען איר טיף אין באהעלטעניש ווען קיינער חוץ גאט זעהט נישט) ער נעמטעך, ער מאכטעך פאר א דאמי! פלעין א שויטע! אמאל ווען האסט געליינט א מעשה פון מנחם מענדל, און ער'ט געשריבן אז איינער איז אראפגעפאלן, האסטע געמוזט נוצן דיין מח פשוט זיך פארצושטעלן די סיטואציע, היינט דער קאמיקס איז דיר מודיע.. טררראאאאך! אין אנדערע ווערטער, ס'איז דערהערט געווארן א קלאנג בשעת יענער איז אראפגעפאלן, סאו דו לערנסט זיך פשוט אויס נישט צו נוצן דיין מח.
וואסיז די פראבלעם? העלעך דיר מסביר זיין.. נעקסטע מאל דו זעהסט איינעם אראפפאלן, גייסטע פלעין נישט וויסן אז מען האט געהערט א זעץ. כאפסט?
קעי... וואסנאך? אה!.. די חלוקות וואס האצעך לעצט אריינגעכאפט ביי אונז! קוידן קאל, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס דער טיילער וויל. אפשר וויל ער אונז אלע אפקויפן, און דערנאך וועט ער אונז איינטיילן וויאזוי צו מכאנעך זיין אונזערע קינדער? טרעפיק גייטמעכאן? מיינע דורות! סידעך די שווארצקאפל פון מיין אויגנגלעזער!
חוץ מזה, באקס דרינקס? עריז נארמאל? באלד גייעך נאך דארפן מסביר זיין וואס די פראבלעם פון באקס דרינקס איז! די גאנצע שולי המחנה העט נאך ארויפשפרינגען אויף מיר, און פרעגן ווי ס'שטייט.. אבער ניש געזארגט ענק באמעס... כאב א תירוץ פאר ענק אויך... בעלזא'ער רב האט געזאגט אז ווער ס'פרעגט ווי ס'שטייט איז א נאפיקוירעס רחמנא לצלן! ביסט א אפיקורוס! כ'וויל ניש רעדן צו דיר! גיי פון דא!
פון די נעקסטע ווילעך ניש רעדן.. ס'טרעט מיר צום הארץ. אבער כעלעס אויסשמועסן אויפן שפיץ גאפל-אפ-פון-דא און כ'בעט קיינער זאל פליז נישט גורם זיין צו פארשפארן דעם אשכול.
דאס איז די נושא אויף וואס מיינע רעבעס האבן שוין געוויינט. גייסט היינט אריין אין בעסמעדרעש. זעהסט נישט קאניין יונגערמאן וואס טייטלט אין די גמרא! עטץ כאפטס ווי מ'האלט? פופציג יאר צוריק ביסט אריינגעקומען אין ביהמ'ד, יעדער האט געטייטלט! און ניין! מאכדעך נישט תמימות'דיג, דו ווייסט אז מען דארף טייטלען! דיינע רעבעס האבן עס אריינגעבאקן אין דיר! נאר דו חכם האלטצטעך קלוגער! דו פארשטייסט אז מען דארף נישט. ס'איז דיר נישט אינטערעסאנט וואס דיינע רעבעס האבן דיר אויסגעלערנט! דו מיינסט אז דו קענסט בעסער. אויבער חכם דו!
נאכער ווילעך רעדן פון דעם פראבלעם וואס האצעך אריינבאקומען דא, אז זינגערס גייען ארום צו קראנקע קינדער, און זינגען דארט טרייפענע ניגונים. זינט ווען מיינטעץ זענען זינגערס געווארן גוטע מענטשן? ס'ליגט דא א שוידערהאפטיגע גיפט. דשארדש סאראס פינאנצירט דעם פראיעקט, אז יעדער מענטש וואס שטארבט זאל הערן טרייפענע ניגונים פאר דעם, אזוי ער זאל אנקומען אויבן אין הימל מיט טמא'נע אויערן! איי העסטע מיר פרעגן, סאראס גלייבטעך בכלל נישט אין קיין אויבן אין הימל אדער עפעס אזוי? זאגעך דיר, אפאלפיקען!
זיצן די קארפן קעפ מיט די סעלמאן קעפ אינאיינעם, און מוטשען זיך. ווער און ווען דארף נעמען וועלכע קורס?
מ'קען זאגן אז דאס קינד ברויך גיין צום קורס וואס לערנט אויס וויאזוי זיך איינהאלטן פון גיסן מילך אויף א חבר. הגם דער קלאס איז שוין כמעט פול, קעמען לכאורה נאך אריינשטופן.
אדער אפשר ברויך דאס קינד גיין צו א קורס וואס לערנט אויס זיך נישט צו באליידיגן ווען איינער זאגט אז זיין נאז זעהט אויס ווי א נגע. אדער, זיין שטאלץ דערמיט.
ער דארף גיין צו א קורס וואס לערנט אויס נישט צו גלייבן ווען איינער זאגט אז די נאז זעהט אויס ווי א נגע, (קען זיין אז א שיעור אין מעקסיקא סיטי אויף הלכות נגעים קען זיין הילפבאר.)
אדער קען ער גיין צו א קורס נישט צו ווערן פארלוירן ווען זיין רבי שלאגט אים, אבער דאס גייט מאכן ער זאל דארפן גיין צו עטליעסט נאך צעהן קורסן. נישט אז ס'איז א פראבלעם. סתם.
--
אקעי, אבער מעגליך אז דאס קינד איז בכלל נישט די פראבלעם דא. קען זיין אז דער מלמד דארף גיין צו א קורס.
דשאן וואן איז אויך אויפן וועג אהין, וויצלדיגערהייט טענה'ט ער אז ער האט באמת ליב דייטשע מוזיק. עס דערמאנט אים פון די רויעך וואס איז געזעהן געווארן בשעת מעשה ארויסשפארן פון די קרעמעטאריום'ס.
ישיבה גדולה האטער זיך איינגעשאפט א שטיקל קראוד, בעיסיקלי נאך אפאר 'דריטע וועלט בחורים', זיי פלעגן אינאיינעם פירן גאר טיפע שמועסן פאר שעות ארוכות, זיי האבן געהאט אינערליכע דשאוקס, בקיצור, זיי האבן געשפילט קראוד, יעדער פון זיי האט עכט געכאפט די דשאוק, חוץ שמשי... ער מיינט נאך היינט אז ס'איז עכט געווען א קראוד פונקט ווי פלעין. נעבעך.
נאך די חתונה האט שמשי פרובירט אפאר פאכן, קודם האטער פרובירט פארט טיים, אנגעהויבן ביים מאכן די טיי סענס אין פאפא, שניידן קעיק ביים ציון, זאגן ויהי נועם ביי לוויות. למעשה האטעם זיין ביזנעס קאנסאלטענט, (זיין פעטערס טענענט..) געראטן אז ער מוז גיין פול פארס! סאו איז ער געגאנגען פון מלומדות ביז שיילן עפל. אלעס איז בעצם געווען געמאכט פאר אים, אבער ער האטניש געשפירט קיין סיפוק, אזוי האבן אים די בעלי בתים מסביר געווען.
אלזא איין העלן טאג, (העל מיינטניש ממש העל, אזוי מער צו די העלע זייט, שטעלדעך ניש אויפן ווארט!) טאנצט שמשי ארויס פון בעט מיט פרישע כוחות! ענערגיש, מאטיוויזירט. ער גייט ווערן א קעיק מאכער! ער גייט באקן אלע מיני קוקיס, קעיקס, המן טאשן שניידערס, און נאך.
נאכוואס אלע זיינע באקאנטע האבן עס פארזוכט, האבן זיי פה אחד גע'פסק'נט, דאס דארף גיין אין די געשעפטן אויף די פאליצעס, ניש צו אונז אינדערהיים. שמשי נעמט אן זייער ראט, שיקט די קוכן אין געשעפט, באקומט צוריק סוף וואך אפאר מטבעות, לעבן גייט.