די נארישקייט פון טשארטס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לעב און שטרעב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און שטרעב »

אין די לעצטע פאר טעג האט מען אסאך מאל דערמאנט די נארישקייט פון ברענגען טשארטס

איך וויל דא אריינגיין טיפער אין נושא און מסביר זיין פארוואס טאקע די אלע זענען אזוי נאריש און וויאזוי מ'דארף עס באהאנדלען

די טשארטס וואס זיי ברענגען איז כמעט קיינמאל נישט אויסגעזויגן פון פינגער מיט פאלשע נומבערס, אבער ס'זענען דא צוויי זאכן וואס מאכן עס פארט גאר נוצלאז אזש אז ס'קען ממש קומען צו לאכן ווען מ'ברענגט עס

ערשטנס ס'זענען דא טויזענטער מינע סטאטיסטיקס אויף וואס מ'קען קוקן, סאו אפילו ווען די מצב איז מיאוס אנגעזעצט קען מען טרעפן א קליינע פראצענט פון סטאטיסטיקס וואס זענען גוט, און מ'קען בויען פון יענע סטאטיסטיקס העעעעעעעעערליכע טשארטס, און נאכדעם שרייען "קוק, אונז אפענע טשארטס וואס ווייזט ווי די מצב ראקט!" אבער באמת זענען יענע סטאטיסטיקס נישט די כלל נאר ס'זענען דא צען סטאטיסטיקס וואס ווייזן אן אנגעזעצטע מצב פאר יעדע פון זייערע סטאטיסטיקס

צווייטנס דארפן טשארטס זיין רעלעוואנט, סיי אז די סטאטיסטיקס זאל זיין וויכטיגע סטאטיסטיקס וואס זענען נוגע, און סיי אז די צייט אפשניט אדער פעריאדס צו וואס ס'באציט זיך זאלן זיין רעלעוואנטע און נישט ווי זיי האבן ליב צו דרייען א קאפ דורכ'ן רעדן נאר פון צייטן וואס מ'וויל און אזוי בויען א נערעטיוו

איין זאך נאר, אז מ'דארף געדענקען צו קאנטערן די טשארטס ריכטיג

אונז אלע האמיר זיך ליב אפצורעדן אויף די מידיא וואס פארדרייט א קאפ פון די מוחות אויף א שרעקליכע פארנעם, און אונז אלע האמיר ליב צו וויינען אויף די אומבאלימפערטקייט פון רעפובליקאנער צו אפענטפערן זייערע זינלאזע טענות, די פראבלעם איז אז אונז האלט מיר נישט ביי גארנישט!

איך ווייס אז מיט'ן קריטיקירן די רעפובליקאנער צוגאנג נעם א ריזן ריסק נישט צו באקומען קיין לייקס אויף די תגובה (ווייל לאמיר זיך נישט נארן מיר זענען פארט מענטשן און תגובות מיט פעך און שוועבל קעגן די שונאים דארף נישט זיין צו שטארק געבויט אז סאל באקומען אסאך לייקס, אבער תגובות וואס קריטיקירן דעם דעת הרוב וועלן בקושי באקומען עטליכע לייקס אפילו ווען זיי מאכן א שטארקע קעיס), אבער די אמת מוז אמאל געזאגט ווערן (און אויב עטץ ווילטס מיך אויפווייזן אומגערעכט לייקטס מיך נאך אלץ...)

עכ"פ נישט צו פארקריכן די פערדס קעפ זענען דא צו פארפירן אז קיינער פייט נישט צוריק די דעמאקראטישע פראפאגאנדע ווען זיי אליינס טוען עס נישט!

איך פארשטיי אז אויב מ'גייט דארפן צונעמען יעדע סטאטיסטיק און טשארט וואס זיי ברענגען און עס אפפרעגן (אנשטאט סתם שרייען אז טשארטס זענען גארנישט ווערד) וועט זיך עס קיינמאל נישט ענדיגן, אבער ווער זאגט אז ס'דארף זיך אמאל ענדיגן?

מידיא און פראפאגאנדע זענען אנגייענדע ערשיינונגען, און אז דו ווילסט קאמפיטן אים דעם דארפסטו עס קאנטערן אויף די זעלבע וועג!

איינע פון די עקלהאפטיגע זאכן וואס מ'זעט אויך אויף די לינקע זייט פונעם אייל איז אז זיי זענען פארנומען ארויסצוברענגען ווי נאריש רעכטע מענטשן זענען, אבער מה יעשה הבן אז זיי ברענגען סטאטיסטיקס און טשארטס און די איינציגסטע אפענטפער איז אז "מ'קען עס זיכער אפפרעגן ס'איז דאך נאר א טשארט"... פארוואס זאלן זיי נישט טראכטן אז מיר זענען אזוינע בהמות אז מיר קענען קוים ליינען טשארטס און ווער רעדט נאך אפפרעגן...

סאו יא אז דו ווילסט אנהייבן צו מאכן אפילו א פיצי חילוק דארפסטו נעמען יעדע סטאטיסטיק וואס זיי ברענגען און ברענג פינף אנדערע וואס ווייזן פארקערט! און נאכדעם ווייז אן פארוואס דיינע סטאטיסטיקס זענען מער רעלעוואנט ווי זיינער, ויראו שנאי ויבשו זיי זאלן אלע פלאצן!

ווייל אז זיי ברענגען, ברענג צוריק! דו קענסט נישט פייטן דעם שונא דורכ'ן אים לאזן מיט'ן לעצטן ווארט, און ווילאנג די דעמאקראטן געווינען אזוי אין גרויסן טוען רעפובליקאנער נישט קיין גוטע ארבעט אין פי.אר.
איינער וואס האלט אז די יעצטיגע עקאנאמי איז שלעכט ווייל אסאך מענטשן האלטן אזוי, אבער האלט אויך אז טראמפ איז פיינע נייעס כאטש רוב מענטשן האלטן אז ער איז א חורבן, איז אביסל...
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

אז מ'רעדט שוין. לעניות דעתי הצעיר גייען די רעפובליקאנער ווידעראמאל נישט געוואונען.
נישט קיין חילוק ווי שלעכט אימיגראציע איז, ווי שלעכט אינפעלאציע איז, ווי שטארק ביידן קאלעכט.
די זאכן האבן נישט געארבעט אין 2022 אויך נישט.
קוקנדיג אויף היסטאריע די לעצטע צענדליגע יאר איז זעלטן א איקאמבענט קאנדידאט ארויסגעוועלט געווארן, און זעלטן וואס די פרעזידענט'ס פארטיי האט געוואונען די מידטורם. סאמהאו ביידען האט באוויזן ביידע.
ווי לאנג די רעפובליקאנער וועלן זיין ביזי פייטן די אייגענע מיטגלידער וואס זענען נישט גענוג צו'טראמפער'ט, ווילאנג די רעפובליקאנער וועלן נישט אפמאכן אז מיר קוקן נישט אויף זייער זייט מיר גייען נאר פאראויס, האבן זיי שוואכע שאנסן.
מיז נישט זיין איך בין גערעכט, אבער איך זעה נישט וואס מען זאל יעצט טון אנדערש ווי '20 און '22 ווען די דזשאוק איז נישט געלונגען.
זייטיגע נאטיץ
פארוואס ווייסן נישט די רעפובליקאנער וויזוי מען פעלשט וואלן? יענער גנב'ט? גנב'ע אויך...!!!
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

זעהט אויס יעדער רעדט זיך אפ אויף שוואכע פי-אר..
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@Sunflower דאס האב איך געשריבן פאר 2020 אז טראמפ גייט געווינען אלץ אינקאמבענט, אבער.. וועט מעגליך פארלירן צוליב מעיל אין וואוטס אויב גייען טאקע די דעמס עס גוט אויסניצן און די רעפס עס נישט אויסנוצן.
וכך הוה. ער האט נאר פארלוירן צוליב די מעיל אינס.

די זעלבע סיבה פארוואס איך האלט ביידן גייט געווינען צוליב אינקאמבענט.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

@לעב און שטרעב דו זאגסט זייער ריכטיגע זאכן.
אבער לעניית דעתי איז נישט די מהלך, און נישט די מהלך, ריכטיג.
די רעפאבליקאנער ברויכן אראפגיין פון דיפענס, מיט טשארטס צו אן טשארטס. זיי ברויכן גיין אויף אפענס, מיט טשארטס צו אן טשארטס. גיין קאנטערן יעדע נערעטיוו וואס די מידיע וויל בויען מיט א קאנטער טשארט, שפילסטו ווייטער אריין אין זייערע הענט, מען גייט זיך יעצט קריגן וועמענס טשארט עס איז מער רעלעוואנט.
זיי ברויכן אויפהערן מיט די דיפענס.
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:36 am
@Sunflower דאס האב איך געשריבן פאר 2020 אז טראמפ גייט געווינען אלץ אינקאמבענט, אבער.. וועט מעגליך פארלירן צוליב מעיל אין וואוטס אויב גייען טאקע די דעמס עס גוט אויסניצן און די רעפס עס נישט אויסנוצן.
וכך הוה. ער האט נאר פארלוירן צוליב די מעיל אינס.

די זעלבע סיבה פארוואס איך האלט ביידן גייט געווינען צוליב אינקאמבענט.
אינטרעסאנט אויב די קענסט ציווייזן די לינק.
🌻 🌻 🌻
אוועטאר
לעב און שטרעב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב און שטרעב »

שטארקע אור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:54 am
@לעב און שטרעב דו זאגסט זייער ריכטיגע זאכן.
אבער לעניית דעתי איז נישט די מהלך, און נישט די מהלך, ריכטיג.
די רעפאבליקאנער ברויכן אראפגיין פון דיפענס, מיט טשארטס צו אן טשארטס. זיי ברויכן גיין אויף אפענס, מיט טשארטס צו אן טשארטס. גיין קאנטערן יעדע נערעטיוו וואס די מידיע וויל בויען מיט א קאנטער טשארט, שפילסטו ווייטער אריין אין זייערע הענט, מען גייט זיך יעצט קריגן וועמענס טשארט עס איז מער רעלעוואנט.
זיי ברויכן אויפהערן מיט די דיפענס.
גערעכט איך האט האב נישט געמיינט דוקא אפפרעגן זייערעטשארטס נאר פייטן אויף די זעלבע שניט, אבער צומאל מיינט עס דיפענס

למשל אז רעפובליקאנער ברענגען א טשארט און דעמאקראטן פרעגן קשיות דערויף, קען מען נישט בלייבן שטיל ווייל אונז גיימיר נאר אויף אפענס, נאר מ'דארף עס גוט דיפענדן

דער עיקר איז צו זיין פראעקטיוו און פייטן אויף זייער לעוועל, ווייל נאר אזוי קען מען זיי געווינען
איינער וואס האלט אז די יעצטיגע עקאנאמי איז שלעכט ווייל אסאך מענטשן האלטן אזוי, אבער האלט אויך אז טראמפ איז פיינע נייעס כאטש רוב מענטשן האלטן אז ער איז א חורבן, איז אביסל...
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6971
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

Sunflower האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:28 am
אז מ'רעדט שוין. לעניות דעתי הצעיר גייען די רעפובליקאנער ווידעראמאל נישט געוואונען.
נישט קיין חילוק ווי שלעכט אימיגראציע איז, ווי שלעכט אינפעלאציע איז, ווי שטארק ביידן קאלעכט.
די זאכן האבן נישט געארבעט אין 2022 אויך נישט.
קוקנדיג אויף היסטאריע די לעצטע צענדליגע יאר איז זעלטן א איקאמבענט קאנדידאט ארויסגעוועלט געווארן, און זעלטן וואס די פרעזידענט'ס פארטיי האט געוואונען די מידטורם. סאמהאו ביידען האט באוויזן ביידע.
ווי לאנג די רעפובליקאנער וועלן זיין ביזי פייטן די אייגענע מיטגלידער וואס זענען נישט גענוג צו'טראמפער'ט, ווילאנג די רעפובליקאנער וועלן נישט אפמאכן אז מיר קוקן נישט אויף זייער זייט מיר גייען נאר פאראויס, האבן זיי שוואכע שאנסן.
מיז נישט זיין איך בין גערעכט, אבער איך זעה נישט וואס מען זאל יעצט טון אנדערש ווי '20 און '22 ווען די דזשאוק איז נישט געלונגען.
זייטיגע נאטיץ
פארוואס ווייסן נישט די רעפובליקאנער וויזוי מען פעלשט וואלן? יענער גנב'ט? גנב'ע אויך...!!!
די פארמעסט צווישן טראמפ אין ביידען איז זייער א שמאלע וואס איז נאך נישט מעגליך אפילו פאררויס צו שאצן

סברות איז דא אויף ביידע זייטן פארוואס יא פארוואס נישט

היסטאריש גערעדט האט נאך א פרעזידענט נישט געווינען ריעלעקשאן מיט אזא שוואכע אפראוועל רעיטינג

היסטאריש האט נאך א קאנדידאט נישט געווינען נאכן ווערן אנגעקלאגט

בקיצור אזוי צו אזוי גייט מען ברעכן היסטאריע

נאר יעצט צו וויסן מיט א קלארקייט אז דער אדער יענער קען זיכער יא אדער נישט געווינען איז אביסל נישט ראליסטיש גערעד
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די נארישקייט פון טשארטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

מען קען גראדע שוין יא זיין זיכער אז טראמפ גייט נישט געוואונען, פשוט ווייל ווען די דעמאקראטן זענען אויסן דאס צו פארמיידן, וועלן זיי טון אלעס אין זייער יכולת דאס צו פארמיידן.
נאך דערצו אז ביי זייער פריערדיגע פארמעסט האט עס זיי נישט געקאסט קיין קאנסעקווענצן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”