Re: תורם/דאנערי/Donary - די היימישע צדקה פלאטפארמע
קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 24, 2024 9:33 amוואו זענען די צוויי ארגאניזאציעס געווען פאר תורם איז ארויסגעקומען? רייטן אויף א צווייטענס סוקסעס איז זייער גרינג.אורי האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 24, 2024 5:12 amאיך וויל דא שרייבן צו אנשי חו"ל תורמי צדקה
בשם אלע אנשי ארץ ישראל משולחים
יעדער איינער וואס ניצט מטבע כארטל איז מפסיד אלפי אלפים כספי צדקה
סי איז למעשה נישט קיין הילף צי טיילן צדקה נאר גניבה ממש
לאמיר עס צי נעמען
מטבע כארטל לייגט מען אריין די געלט ביי זיי פאראויס
עס מיינט אז עס איז נישטא קיין שום הפסד פאר זיי קיינמאל
נאר נאכמער די געלט ליגט ביי זיי און מען ביי קומט % פון די בנק
וואס א חוצפה צו נעמען 8 %
עס איז דא צוויי ארגענזיישן עוזר דלים און חסדי חיים וואס געבן מאשינען פאר אלע משולחים פאר נאר די קוסט פרייז 3.5 % פון אלע קרדיט און נאך א 1 % פאר שיקן און ארץ ישראל
זיי בעטן זיך ביי מטבע זאל עפנען זייער כארטל מטבע מען זאל קענען עס אריבערפירן ביי זייערע מאשינען פאר 3.5 % וואס דאס איז שוין גענוג א גניבה
פאר וואס דארף קאסטן מער פון 1 % ?
און זיי זענען נישט מסכים בשום אופן ווייל זיי דארפן די משולחים זאל ניצן נאר זייער מאשין אז עס זאל קאסטן פאר די משולחים 8 % אלע קרדיט
נאך מער זיי האבן זיך געבעטען ביי תורם פאר זיי האבן געמאכט אליין א קליין מאשין זאל זיי פאר קויפען מאשינען פאר די פולע פרייז וואס עס דא גענוג רווח ביים פארקופען די מאשין
און זיי האבן נישט מסכים געווען
זיי מאכן ריזיגע פראביגאנדע און וויליאמסבורג אז מען זאל ניצן מטבע כארטל
א משולח וואס האט א מאשין פון עוזר דלים און חסדי חיים קען נישט ביי קומען מטבע און איז זייער שווער צו טראגן צוויי מאשינען
און מענטשן פרעגען כסדר פאר וואס קען איך דיר נישט געבן מטבע
קומט אויס אז וועגען דיין מטבע כארטל קאסט פאר דעם משולח אויך אלע אנדערע קרדיט 8% וואס האט געקענט עם קאסטן אסאך ביליגר
די אלע זאכאן וואס איך שרייב איז נאכן רעדן מיט חסדי חיים און עוזר דלים און אסאך געטון וועגן דעם
און אויב עס איז דא דא אויף אייוועלט חברים פון תורם /מטבע
בין איך דא מודיע אז עס האט זיך צו זאמגענומן אפאר עסקנים מען איז שוין געזעצען מיט די עסקנים ורבנים גדולים מאד בארץ ובחול
און מען גייט ארויס גיין מיט א שטארקן קמפיין קעקן תורם מטבע
נישט ביי די שלוחי מצוה וואס מוטשען זיך א דאלר נאך א דאלר איז דער פלאץ צו מאכן געלט
עס האט נישט קיין שום רעכט צו בייקומען מער פון 1 % פאר מטבע כארטל וואס די געלט איז דא ביי זיי פאראויס
והשנית, לויט דיינע ווערטער מעג נישט זיין קיין גראסעריס היות עס איז אויך דא חלוקות פון עסן... יא, תורם איז אפיציעל א ביזנעס און מעג אויסדריקליך מאכן געלט (און די אנדערע זאגן קלאר אז זייער 4.5% איז בלויז ווייל עס איז קאסט פרייז און זיי בעטן נדבות זיך צו אויסהאלטן.)
תורם איז גוט פאר ווער עס דארף עס.
אבער זייער טענה איז אז מיט דעם וואס מטבע לאזט נישט נוצן זייער קארטלעך אויף אנדערע קארטל מאשינען, מאניפולירן זיי די גבאי צדקה מען זאל געצווינגען צו נוצן דוקא תורם וואס רעכנט 8% און דאס קאסט שוין אזוי פאר אלע קארטלעך, אפילו פאר קרעדיט קארטס OJC וכדומה.