אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

זייטיגע נאטיץ
📌די לינק פאר די אשכול צו קאמענטירן אויף די באריכטן פון דעם אשכול:
viewtopic.php?t=67135&view=unread#unread
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:00 am
היינט קומט פאר די שליסונג ארגומענטן אין א קעיס וועלכע ווערט גאר ברייט נאכגעפאלגט איבער'ן לאנד ווען אויפן באשולדיגונגס באנק זיצט קערען ריעד וועלכע ווערט אנגעקלאגט מיט אראפקלאפן איר חתן, א פאליציי אפיציר פון מאסאטשוסעטס און אפיאגן פון שטח אים לאזנדיג אויסבלוטיגן צום טויט

ריעד לייקנט קאטעגאריש די עפיזאד זאגנדיג אז זי הראט אים איבערגעלאזט יענע נאכט ביי די הויז פון א קאלעגע אפיציר און ער איז געהעריג אריין אהין נאר אינווייניג האט מען אים מערדערליך איבערגעפאלן און אטאקירט און ארויסגעטראסקעט אינדרויסן און דערנאך איינגפלאנצט פאלשע באווייזן עס צו מאכן אויסקוקן ווי ער איז געשטארבן נאכן ווערן איבערגעפארן

ריעד האט געברענגט מערערע באווייזן און עקספערט עדות'שאפט וועלכע האבן געזאגט אז דיצייכנס אויף די קערפער פונעם אפיציר קומען קלאר נישט פון קיין אויטא
די דזשורי קומט צוריק פארהאנדלען די וואך נאך וואס זיי האבן ענדע פארלאפענע וואך געזאגט פארן ריכטער אז זיי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף א באשלוס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:01 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:54 am
דזשיל ביידען'ס טוויטער רייסט איר ארונטער פארן פארטיידיגן פרעזידענט ביידען
וואס??????

ווער רייסט ארונטער?
די נייע נאמען פאר טוויטער איז X

די ערשטע מאן פון די ערשטע פרוי (איר היינטיגע גרוש המכונה X) האט שארף קריטיקירט איר האנדלונג
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:03 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:01 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:54 am
דזשיל ביידען'ס טוויטער רייסט איר ארונטער פארן פארטיידיגן פרעזידענט ביידען
וואס??????

ווער רייסט ארונטער?
די נייע נאמען פאר טוויטער איז X

די ערשטע מאן פון די ערשטע פרוי (איר היינטיגע גרוש המכונה X) האט שארף קריטיקירט איר האנדלונג
הופפפפפס ........ @הכל הבל דזשאסט WOW
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א בריטישע מיליאנער האט אויסגעמיטן טורמע נאך וואס א ריכטער האט אים אפגעשוינט מיט בלויז א 2 יעריגע סוספענדירטע אורטייל נאך וואס ער האט אונטערגעצינדן זיין הויז

דער 50 יעריגער איז געווען אין די פראצעדור פון צושיידונג און געשיקט בילדער און מעסעדזשעס צו זיין פרוי ווי אזוי ער צינדט אונטער די הויז און געזאגט אז ער טוט עס צו פארזיכערן זי בלייבט אן קיין דאך איבער'ן קאפ נאך די צושיידונג

ער האט איר פארזיכערט אז ער גייט ארויסווארפן פון פענסטער די פאמיליע שטוב באשעפעניש פון פענטער אין די לעצטע מינוט צו פארזיכערן אז אומשולדיגע ליידן נישט קיין קאנסקווענצן און ווען שכנים האבן אלארמירט די פייערלעשער האט מען געפונען דעם פארשוין אינדרויסן מיט בראנד וואונדן פארפירן אז ער וויל צוריק אריינגיין ארויסראטעווען דאס הינטל

דער ריכטער האט צוגעשריבן זיין באשלוס צום פאקט אז דער צינדער האט זיך פרובירט צו נעמען דאס לעבן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איין ארבעטער פארוואונדעט נאך וואס א פראכט באן אין אייאווע איז אראפ פון די רעלסן
אטעטשמענטס
TYKUL.jpg
TYKUL.jpg (216.43 KiB) געזען 1880 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לופטהאנזא שטעלט אפ אירע נאכט רייזעס קיין בעירוט לבנון אין ליכט פון די אומזיכערע צושטאנד אין די מיטל מזרח
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יולי 01, 2024 11:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ים טויכער האבן אפגעפונען א שיף וועלכע ווערט געשאצט צו זיין עטוואס עלטער פון פרעזידענט ביידען

די פארשער זענען איצט ביי די מיינונג אז די קארגא שיף אנגעלאדנט מיט סחורה וואס מען האט געפונען אינעם מיטללענדישן ים ביי די ברעגעס פון צפון ארץ ישראל איז 3 טויזנט יאר אלט
אטעטשמענטס
RJTYJYTK.jpg
RJTYJYTK.jpg (89.3 KiB) געזען 1649 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

כינע האט בטעות ארויסגעשאסן א ראקעט צום ספעיס וועלכע האט שפעטער אויפגעריסן און אראפגעקראכט
אטעטשמענטס
TYHYTDJ.jpg
TYHYTDJ.jpg (31.93 KiB) געזען 1596 מאל
HRHJDT.jpg
HRHJDT.jpg (16.63 KiB) געזען 1596 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן איין שטאק געביידע איז איינגעפאלן אין ניגעריע קאסטנדיג 8 לעבנס

רעטונג איינהייטן האבן באוויזן ארויסצוראטעווען צוויי פארכאפטע
אטעטשמענטס
JYUKYUK.jpg
JYUKYUK.jpg (40.88 KiB) געזען 1523 מאל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יולי 02, 2024 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:03 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:01 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:54 am
דזשיל ביידען'ס טוויטער רייסט איר ארונטער פארן פארטיידיגן פרעזידענט ביידען
וואס??????

ווער רייסט ארונטער?
די נייע נאמען פאר טוויטער איז X

די ערשטע מאן פון די ערשטע פרוי (איר היינטיגע גרוש המכונה X) האט שארף קריטיקירט איר האנדלונג
לעצט פארראכטן דורך אינגעלע אום דינסטאג יולי 02, 2024 9:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

אינגעלע האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:33 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:03 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:01 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:54 am
דזשיל ביידען'ס טוויטער רייסט איר ארונטער פארן פארטיידיגן פרעזידענט ביידען
וואס??????

ווער רייסט ארונטער?
די נייע נאמען פאר טוויטער איז X

די ערשטע מאן פון די ערשטע פרוי (איר היינטיגע גרוש המכונה X) האט שארף קריטיקירט איר האנדלונג
סא ווער האט וועם אונטערגעריסן?
וויפיל מאל דארף מען דיר זאגן @אינגעלע אז ווען די גרויסע טאטעס רעדן מישט מען זיך נישט אריין
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאודי אראביע אנדעקט 7 פרישע אויל און נאטורליכע גאז קוועלער וואס האבן א פאטענציאל ארויסצוגעבן הונדערטער מיליאנען פעסלעך
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע טראמפ ווייסע הויז ראטגעבער הויפט הויבט היינט אן א 4 מאנאטן באזוך אפצושאצן די צושטאנד פון די פעדעראלע טורמע סיסטעם

ער זאגט איצט פאר די פרעסע:

איך בין שטאלץ צו גיין אין טורמע אויב דאס איז נויטיג זיך אקעגנצושטעלן טיראניע
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יולי 01, 2024 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הרב שעראן קליינבוים וועלכע איז שוין משמש ברבנו(י)ת פאר די לעצטע 3 יאר צענדליג אין די גרעסטע אומווירדיגע קהלה אין ניו יארק און א גאר פראמינענטע פיגור אינערהאלב די געמיינדע סערווירנדיג אין די בלומבערג און אוין די די דעבלאזיא אדמיניסטראציע ציווילע רעכטן אפיסעס און שפעטער געשטעלט צו די יו ען רעליגיעזע פריהייט קאמיסיע דורך פרעזידענט ביידען גרייט זיך צו רעטייערן פון פאזיציע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באאמטע אין נעוואדע באשטעטיגן א פרא רציחה אמענדמענט וועלכע וועט ערשיינען אויפן בעלאט קומענדיגע נאוועמבער למספרם
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:03 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:01 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:54 am
דזשיל ביידען'ס טוויטער רייסט איר ארונטער פארן פארטיידיגן פרעזידענט ביידען
וואס??????

ווער רייסט ארונטער?
די נייע נאמען פאר טוויטער איז X

די ערשטע מאן פון די ערשטע פרוי (איר היינטיגע גרוש המכונה X) האט שארף קריטיקירט איר האנדלונג
פששששי.... גאונות!😀

איז ער דזשעלאס אז אים האט זי נישט אזוי פארטיידיגט?
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 10:53 am
ים טויכער האבן אפגעפונען א שיף וועלכע ווערט געשאצט צו זיין עטוואס עלטער פון פרעזידענט ביידען

די פארשער זענען איצט ביי די מיינונג אז די קארגא שיף אנגעלאדנט מיט סחורה וואס מען האט געפונען אינעם מיטללענדישן ים ביי די ברעגעס פון צפון ארץ ישראל איז 3 טויזנט יאר אלט
נישט געוויסט אז מען קען שרייבן אונטער די וואסער! איך האב קיינמאל נישט געטרייעט...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרישע אויפרייסן געהערט פון קרימיע און לויט די מעיאר זענען 4 אוקריינע מיסילס געווארן אראפגעשאסן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

9 פאטאליטעטן נאך וואס א מאטאריסט איז אריינגעפארן צווישן מענטשן אין דרום קארעא'ס הויפטשטאט סעאל
אטעטשמענטס
FHTRFH.jpg
FHTRFH.jpg (39.51 KiB) געזען 1141 מאל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יולי 01, 2024 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

א באואינג 787 פון עיר יוראפ האט געמאכט א עמערדשענסי לאנדונג אין בראזיל נאך שווערע טורבאלענס ווען די פליגער איז געווען 36,000 פיס הויעך, 30 מענטשן זענען פארוואונדעט.
אטעטשמענטס
GRaunpxaYAIafhe.jpeg
GRaunpxaYAIafhe.jpeg (163.17 KiB) געזען 1148 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאטאריסטן אויפן ניו יארק סטעיט טרואוועי האבן די וויקענד זיך געקענט אפשטעלן און פארזוכן נארהאפטיגע פרישע שווארצע וואסער מעלאנע נאך וואס א טראקטאר טרעילער האט אויפגעריסן אין פלאמען און צושפרייט א בארג פון געבראטענע מעלאנעס און פייער לעשער האבן זיך באנוצט מיט וואסער שלויכן צו פארלעשן די ברענענדיגע וואסער מעלאנעס
אטעטשמענטס
FHYGJ.jpg
FHYGJ.jpg (51.9 KiB) געזען 1083 מאל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און מיר האט מען איינגערעדט אז מעלאנע איז 92 פראצענט וואסער... אדער טאקע ווי יענער פלעגט זאגן אז פון די פינף פראצענט וואס נעמען נישט נערוון פילן ליידט מען טאקע, אדער אז די וואסער אין די לונגן פונעם זעקס און ניינציגער טרינקער קומט פון די פיר פראצענט...

גאו פיגער!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע פון די רייכסטע מענטשן אין קאזאכסטאן און א פראמינענטע שפילער אין די ארטיגע פעטראליום אינדוסטריע לייקנט קאטעגאריש די באשולדיגונגען אקעגן אים דורך גריכלאנד פאר זיין ראלע אין א מאסיווע וואלד פייער

די פארדאכטן אקעגן דעניער אבולגאזין אדער זיינע מענטשן שטאמען פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אויף א לוקסוריעזע יאכט שיף וואס ער האט אפגעדינגען און ארומגערייזט בי די גריכישע ברעגעס אין די צייט וואס א פייער האט אפגעברענגט 300 אקערלאנד פון אן אינזל אין צפון אטענס

די באשולדיגונג לויטעט אז פייערווארקס ביי א פארטי אויפן שיף האבן אנגעהויבן די פייער און מענטן האבן אנגעוויזן אז אבולגאזין און זיינע מענטשן האבן זיך אהיימגעאיילט נישט לאנג דערויף

ער ווארפט עס אבער אפ זאגנדיג אז ער איז נישט באגאנגען סיי וועלכע פארלעצונגען און איז אהיימגעפארן אין די צייט וואס ער האט ארגינעל געפלאנט און פארשפרעכט צו קאאפערירן פולשטענדיג אין די אויספארשונג
אטעטשמענטס
FHFM,HJM.jpg
FHFM,HJM.jpg (14.37 KiB) געזען 970 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האנטער ביידען קלאגט פאקס פארן פובליצירן אומאיידעלע בילדער פון אים
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 12:42 pm
געוועזענע טראמפ ווייסע הויז שטאב הויפט הויבט היינט אן א 4 מאנאטן באזוך אפצושאצן די צושטאנד פון די פעדעראלע טורמע סיסטעם

ער זאגט איצט פאר די פרעסע:

איך בין שטאלץ צו גיין אין טורמע אויב דאס איז נויטיג זיך אקעגנצושטעלן טיראניע
קליינע הערה: בענאן האט נישט געהאט די שטאב הויפט פאזיציע.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”