ציטיר
47
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הכל הבל
»
דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:05 am
אומאר בין אומראן איז געווען 17 יאר אין 1998 למספרם ווען די אלדזשעריא ציווילע קריג האט געפלאקערט און הונדערטער טויזנטער זענען דאן אומגעקומען אומראן איז פארשוואונדן געווארן אבער נישט צופיל האבן באמערקט אדער זיך געקימערט איבער זיין שיקזאל אין א צייט וואס פארכאפונגען זענען געווען א טראגיש אפטע ערשיינונג אין יענע כאאטישע פעריאד יארן זענען פארלאפן און די אויטאריטעטן האבן אויפגעגעבן די זוכעריי נאך זיין געביין אבער זיין מוטער האט פרובירט אלעס אין אירע מעגליכקייטן ביז איר טויט אין 2013 למספרם אומגעפער 200 מעטער אפגערוקט פון די הויז וואו אומראןאיז אויפגעוואקסן וואוינט א פארשוין אלליינס און יענער האט זיך געטראפן אין א קאנפילקט מיט זיינס א ברודער איבער ירושה אנגעלעגנהייטן אין ווי די שטייגער ביי געוויסע האט יענער ברודער באשלאסן אויסצוגיסן די קאווע אויפן ברודער און לויז ווערן פון אים און זיינע ירושה ארגומענטן דער ברודער האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג אז דער פארשוואונדענער אומראן ווערט שוין געהאלטן אין זיין ברודער'ס קעלער פאר די לעצטע 27 יאר די פאמיליע פון אומראן האט עס באמערקט און גענומען ערנסט נאכן באקומען נאך טיפס פון ארומיגע איינוואוינער וועלכע האבן אויפגעפאסט אז דער קידנעפער באשטעלט אלעמאל צוויי פארציעס עסן טראץ וואס אפיציעל וואוינט ער איינזאם אליינס און אלארמירט די פאליציי וועלכע האט זיך אבלאווירט די וואוינונג ביי איבערפאלן די היים האט דער איינוואוינער אומסוקסעספול פרובירט צו אנטלויפן און מען האט געפונען דעם געזוכטן אומראן אין א שמוציג דומפיגע קעלער אויסבאהאלטן אונטער הויכע בינטלען שטרוי אין א צוריקגעשטאנענע צושטאנד פיזיש און גייסטיש אינעם בילד זעהט מען אומראן בעפאר זיין פארכאפונג און נאך זיין באפרייאונג
אטעטשמענטס
FHJMFH.jpg (21.65 KiB) געזען 1803 מאל