ווער זאגט אז אמעריקא יא??

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

פאר בערך אזא צוויי יאר צוריק איז עס געווען, ווען רוסלאנד האט דערקלערט קריג מיט אקריינע.

כ׳געדענק נאך ווי היינט, ווי די גאנצע וועלט איז געשטאנען און געווארט און געווען זיכער! אז קיוב גייט פאלן צום רוס אין ממש אפאר טעג!

און…

גארנישט, מען שטייט שוין צוויי יאר שפעטער און רוסלאנד איז ללעג ולקלס אונעם גאנצע וועלט, ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז זייער מיליטער איז בכלל נישט עפעס ווער ווייסט וואס.




אקטאבער 7. האט עס פאסירט ווען כאמאס האט געטוהן דאס ערגסטען וואס די מין האנושי קען טוהן.

יעדער איז געווען זיכער אז די IDF - הייסענדיג די שטערקסטע מיליטער אונעם מיטל מזרח - גייט אפווישען כאמאס אין צוויי טעג!

און…

גארנישט, מען האלט שוין אפאר חדשים, און ס׳איז בזיונות.




יעדער ווייסט אז ס׳קען באמת זיין און די נעקסטע פאר יאר גייט אמעריקא גיין אין קריג מיט כינע, עלכ״פ ס׳קען זיין.

איז טייערע אמעריקאנע סיטיזין!
זיי נישט אזוי שטאלץ מיט דיין מיליטער, ס׳איז זייער מסתבר אז ס׳איז סתם בעלויני און שטותים און איבערגעשאצט.

אויב רוסלאנד, איז גארנישט!

IDF איז איבערגעשאצט!

איז זייער מעגליך אז די מעכטיגע אמעריקא איז אויך איבערגעשאצט!!!

נאר די באשעפער קען היטן!!


א גוטע נאכט.
לעצט פארראכטן דורך משה יצחקי אום דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:27 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7215
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3474
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

עטץ קענסט גיין קיין אוקריינע...
לפנות בוקר
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
לאמיר בויען צוזאמען א בונקער!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
ביז פחדים.. דער אייבערשטער היט. עכט.



צ״ק, כ׳דארף נישט די פריעדיגע מעשיות מיך צו איבערצייגן אז אמעריקע׳ס ארמיי איז ערנסט איבערגעשאצט. סארי @נארמי
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6971
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

זייט די מיליטער איז געגאנגען וואוק האב איך ערענסט מורא אז דארט איז גארנישט דא
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
צום אייבערשטן,
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די ענטפער אין קורצן.
עס איז פאראן אפאר באזונדערע זאכן
1. געווינען א מלחמה.
2. אויספירן אן אקציע.
3. סורווייוון - איבערלעבן.

נעם אן אימפעריע ווי פראנקרייך וואס איז באוויסט מיט אירע צענדליגער הילעכיגע פארלוסטן אין מלחמות במשך אירע לאנגע יארן אלס לאנד, אבער נאך אלע מעשיות - זיי זענען דא. זיי עקזעסטירן.

די רוימישע אימפעריע האט טאקע געווינען זייער אסאך מלחמות אבער למעשה זענען זיי פארשוואונדן געווארן....

יעצט ווען איר ווילט צוגלייכן די רוסקריינע ספעציעלע אפעראציע צו די שוידערליכע איזראעלי פאלעסטינער קאנפליקט, און נאך צולייגען אן אמעריקאנער כינעזע מלחמה - לא ראי זה כראי זה.

רוסלאנד איז שטארק און מעכטיג אבער דאך קענען זיי נישט אויסנוצן זייער מאכט אן קיין געהעריגע סיבה דערפאר.

ווען די פאלעסטינער טעראריסטן באגיין זעלבסטמארד מיטשלעפענדיג צענדליגער אומשולדיגע איזרעליס - ווייסט א יעדער וואס זענען געווען זיינע מאטיווען, דער פארריקטער רוצח האלט באמת ובתמים אז זיין זעלבסטמארד אטאקע גייט צוברענגען זייער גיעולה השלמה און מ'וועט באפרייען די שמייליגע על אקצא בארג.

משא''כ רוסלאנד האט טאקע געהאט פלענער וועגן אוקריינא, זיי זענען ארויס אויף א מיסטעריעזע אומפארשטענדליכע מאדנע בלוטיגע אינוואזיע, זייער שוואכע תירוץ איז געווען עפעס בגימ' דענאציפיקאצי"ע און די רעשט איז היסטאריע, ביידע זייטן זינקען אין די קאלטע אוקריינע זומפן.

רוסלאנד האט בפירוש נישט אויסגעפירט. מאן דכר שמיה פון געווינען, דאס האבן זיי זיכער נישט.

אבער זייער מעכטיגע מיליטער על נוקלעאריהון וכלי משחיתיהון איז נישט געמאכט געווארן צו געווינען, דאס איז געמאכט צו איבערלעבן און צו זיכער מאכן אז קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעפענען מיט די גרויסע רוסלאנד, ואינו דומה די אוקריינישע התנגדות צו די רוסישע אינוואזיע צו א געהעריגע מלחמה צווישן די מערב וועלט לענדער אקעגן די רוסישע פארריקטע מאמע.

די מאמע'ס טורבאן איז טאקע צוריסן, אבער אין איר פאקעט בוק האט זי אפאר נוקלעארע טויס און מיט דעם וויל קיינער נישט שפילן.

און יעצט קיין איזראעל/פאלעסטינע:
דארט רעדט מען אויך נישט פון קיין איבערלעבן מיסיע, ווען עס וואלט זיך געהאנדעלט אין א געהעריגע געפאר פאר מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ - וואלטן זיי גענומען עקסטרעמע שריט היינו דאמרי אינשי במערבא "בעל הבית השתגע" - זיי וואלטן אויסגעליידיגט זייער טעקסטיל פאבריק און עס אראפ געלאדענט אויף די אראבישע שכנים, (אזוי ווי די יוה''כ מלחמה וואס דעמאלטס האט מען געהאלטן א האר בעפארן נעמען עקסטרעמע שריט - עכ''פ זייער סטראשע איז דאס געווען צו דערשרעקן די אמעריקאנער)

אלא מאי - יעצט איז די רעדע פון א גוטן פראסק וואס זיי האבן געכאפט פון די כאמאייסיסטן, זיי האבן געשוואוירן נקמה, זיי האבן די וועלט מיט זיך אבער בלויז פאר די לעצטע צוויי מיסיעס - אויספירן די אקציע - דהיינו עלימינירן כאמאס.
און איבערלעבן - דהיינו אז מיט א שכן אזוי ווי כאמאס קען מען נישט לעבן געהעריג.

אבער נומער 1 נצחון - פאר דעם האבן זיי נישט קיין וועלטליכע לעגיטימאציע. די וועלט איז נאכנישט גענוג רעכטס גענויגט צו וועלן זען בן גביר וואוינען אין די רימאל געגנט אין עזה, ניטאמאל לאזן זיי די גוש קטיף פארטריבענע זיך צוריק קערן צו זייערע היימען, אלזא אין כאן לא נצחון ולא געווינס אלא בלויזע אויספירן די אקציע ע''מ צו איבערלעבן.

און יעצט לאמיר זיך פארריקן קיין אמעריקע.
אמעריקע איז גענוג שטארק צו קענען איינשלינגן די וועלט, אבער עס איז גארנישט אזוי זיכער אז זי וויל טאקע טוהן אזוינס, נעמט אין אכט אז איינשלינגן אזא פעטע פישל ווי כינע קען פאראורזאכן ערנסטע מאגן ווייען פאר די אמעריקאנער.... אלזא אלעס ווענדט זיך אין די ציהל ווי זיי ווילן אנקומען.

אויב זארגט איר זיך פאר די אמעריקאנע עקזיסטענץ - לכאורה איז נישט דא קיין ערנסטע געפאר
אבער דאס איז נאר אויב אמעריקע וועט נישט באגיין קיין פאטאלע טעותים, די ביז היינטיגע סדר העולם אז נאר נארמאלע לענדער האבן אין זייער באזיץ נוקלעארע קראפט - דאס איז געווען א גוטע זאך, דאס האט געצוימט אלע זייטן זיך צו האלטן רוהיג וויסענדיג די כלל פון על דאטפת אטפוך וסוף מטיפיך יטופון - עס לוינט זיך נישט צו נוצן די נוק'ס ווייל די שכן וועט עס אויך נוצן און דעמאלטס וועלן ביידע זיך טרעפן אויפן עולם האמת...

אבער יעצט ווען די קראנקע אמעריקאנער רעכענען די איראנע עקסטרעמע איסלאמישע שאהידן - וואס פאר זיי גייט נישט אן די אייגענע לעבן - אלס מענטשליכע מענטשן און גייען זיי ווארשיינליך לאזן צוקומען צו א נוקלעארע מאכט - דאס איז א שרעקעדיגע געפאר פאר די אמעריקאנע עקזיסטענץ און שומר ישראל שמור שארית ישראל.

ודי בזה.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
נו יעדער אינאיינעם הויעך, צו די תורה מוזעאום!!!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

דער שיעור שטיבל
משה שוויצעריש
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:11 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שוויצעריש »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:22 pm
פאר בערך אזא צוויי יאר צוריק איז עס געווען, ווען רוסלאנד האט דערקלערט קריג מיט אקריינע.

כ׳געדענק נאך ווי היינט, ווי די גאנצע וועלט איז געשטאנען און געווארט און געווען זיכער! אז קיוב גייט פאלן צום רוס אין ממש אפאר טעג!

און…

גארנישט, מען שטייט שוין צוויי יאר שפעטער און רוסלאנד איז ללעג ולקלס אונעם גאנצע וועלט, ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז זייער מיליטער איז בכלל נישט עפעס ווער ווייסט וואס.




אקטאבער 7. האט עס פאסירט ווען כאמאס האט געטוהן דאס ערגסטען וואס די מין האנושי קען טוהן.

יעדער איז געווען זיכער אז די IDF - הייסענדיג די שטערקסטע מיליטער אונעם מיטל מזרח - גייט אפווישען כאמאס אין צוויי טעג!

און…

גארנישט, מען האלט שוין אפאר חדשים, און ס׳איז בזיונות.




יעדער ווייסט אז ס׳קען באמת זיין און די נעקסטע פאר יאר גייט אמעריקא גיין אין קריג מיט כינע, עלכ״פ ס׳קען זיין.

איז טייערע אמעריקאנע סיטיזין!
זיי נישט אזוי שטאלץ מיט דיין מיליטער, ס׳איז זייער מסתבר אז ס׳איז סתם בעלויני און שטותים און איבערגעשאצט.

אויב רוסלאנד, איז גארנישט!

IDF איז איבערגעשאצט!

איז זייער מעגליך אז די מעכטיגע אמעריקא איז אויך איבערגעשאצט!!!

נאר די באשעפער קען היטן!!


א גוטע נאכט.
דער היילגער בורא היט דיר מיט גאנץ אמעריקע מיט די איי עף ער שטייט אויך אינטער דעעם אז די איי די עף איז מצליח אויף א שוואכע אופן אין רוסלאנד אין טייוואן
אין אויך אינטער אוקריינא אויך אינטער טראמפ אויך אינטער דיסענטיס אין אויך אינטער????…… יא זיידי ביידן…
גיי שלאף דיר אויס רואיג!!
לעצט פארראכטן דורך משה שוויצעריש אום דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:23 pm
יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
נו יעדער אינאיינעם הויעך, צו די תורה מוזעאום!!!
😂😂😂😂
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:22 pm
פאר בערך אזא צוויי יאר צוריק איז עס געווען, ווען רוסלאנד האט דערקלערט קריג מיט אקריינע.

כ׳געדענק נאך ווי היינט, ווי די גאנצע וועלט איז געשטאנען און געווארט און געווען זיכער! אז קיוב גייט פאלן צום רוס אין ממש אפאר טעג!

און…

גארנישט, מען שטייט שוין צוויי יאר שפעטער און רוסלאנד איז ללעג ולקלס אונעם גאנצע וועלט, ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז זייער מיליטער איז בכלל נישט עפעס ווער ווייסט וואס.




אקטאבער 7. האט עס פאסירט ווען כאמאס האט געטוהן דאס ערגסטען וואס די מין האנושי קען טוהן.

יעדער איז געווען זיכער אז די IDF - הייסענדיג די שטערקסטע מיליטער אונעם מיטל מזרח - גייט אפווישען כאמאס אין צוויי טעג!

און…

גארנישט, מען האלט שוין אפאר חדשים, און ס׳איז בזיונות.




יעדער ווייסט אז ס׳קען באמת זיין און די נעקסטע פאר יאר גייט אמעריקא גיין אין קריג מיט כינע, עלכ״פ ס׳קען זיין.

איז טייערע אמעריקאנע סיטיזין!
זיי נישט אזוי שטאלץ מיט דיין מיליטער, ס׳איז זייער מסתבר אז ס׳איז סתם בעלויני און שטותים און איבערגעשאצט.

אויב רוסלאנד, איז גארנישט!

IDF איז איבערגעשאצט!

איז זייער מעגליך אז די מעכטיגע אמעריקא איז אויך איבערגעשאצט!!!

נאר די באשעפער קען היטן!!


א גוטע נאכט.
און ס'איז אויך גאר גאר שטארק מעגליך אז כינע מיט אירע מיליונען סאלדאטן זענען אויך ווייט איבערגעשאצט...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

און כינע איז יא בעסער?!
אויב טראכט מען אויף די וועג נעם דעיס אויך אין מיינד
@גראדע שכל האקט...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15680
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך גיי נישט אריינגיין צי אמעריקע איז שטארק מיליטעריש, אבער די פאראייניגטע שטאטן איז געבענטשט מיט צוויי פריינטליכע, שוואכע שכנים, און איז באשיצט מיט צוויי ריזיגע אקעאנען און טויזנטער מייל וואס טיילט אונז אפ פון אונזערע מעגליכע קעגנער. נישט דא קיין לאנד אויף דער וועלט וואס איז געבענטשט מיט אזא גונסטיגע סטראטעגישע געאגראפיע ווי די פאראייניגטע שטאטן.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024

רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר

וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:02 pm
איך גיי נישט אריינגיין צי אמעריקע איז שטארק מיליטעריש, אבער די פאראייניגטע שטאטן איז געבענטשט מיט צוויי פריינטליכע, שוואכע שכנים, און איז באשיצט מיט צוויי ריזיגע אקעאנען און טויזנטער מייל וואס טיילט אונז אפ פון אונזערע מעגליכע קעגנער. נישט דא קיין לאנד אויף דער וועלט וואס איז געבענטשט מיט אזא גונסטיגע טראגישע געאגראפיע ווי די פאראייניגטע שטאטן.
דעטס א פוינט. נישט געטראכט. איך מיין אבער ס'נישט אזא גרויסע הצלה.
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

איך שריי שוין לאנג דאס זעלבע.

אמעריקא וועט זיך מעגליך ארויסשטעלן די זעלבע באלאאן..
אוועטאר
שמן ששון
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:03 pm


דעטס א פוינט. נישט געטראכט. איך מיין אבער ס'נישט אזא גרויסע הצלה.
געאגראפיע איז אלס געווען פון די שטערקסטע דעצידירער אין שלאכטן, די שאלה איז נאר איינמאל מ'הייבט אן שפילן מיט אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסלס אויף וויפיל ס'וועט העלפן, אבער אויף לאנד צו לאנד שלאכטן איז דאס מן הסתם פון בעסטע אויף די וועלט.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:07 pm
ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:03 pm


דעטס א פוינט. נישט געטראכט. איך מיין אבער ס'נישט אזא גרויסע הצלה.
געאגראפיע איז אלס געווען פון די שטערקסטע דעצידירער אין שלאכטן, די שאלה איז נאר איינמאל מ'הייבט אן שפילן מיט אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסלס אויף וויפיל ס'וועט העלפן, אבער אויף לאנד צו לאנד שלאכטן איז דאס מן הסתם פון בעסטע אויף די וועלט.
דאס האב איך געמיינט. אז אין די היינטיגע וועלט מאכט עס נישט קיין סאך אויס.
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
שמן ששון
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:08 pm
שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:07 pm
ליטווישער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:03 pm


דעטס א פוינט. נישט געטראכט. איך מיין אבער ס'נישט אזא גרויסע הצלה.
געאגראפיע איז אלס געווען פון די שטערקסטע דעצידירער אין שלאכטן, די שאלה איז נאר איינמאל מ'הייבט אן שפילן מיט אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסלס אויף וויפיל ס'וועט העלפן, אבער אויף לאנד צו לאנד שלאכטן איז דאס מן הסתם פון בעסטע אויף די וועלט.
דאס האב איך געמיינט. אז אין די היינטיגע וועלט מאכט עס נישט קיין סאך אויס.
מ'קען אבער נישט געווינען א קריג פונדערווייטנס נאר מיט מיסלס.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:04 pm
איך שריי שוין לאנג דאס זעלבע.

אמעריקא וועט זיך מעגליך ארויסשטעלן די זעלבע באלאאן..
ווי שרייסטו דאס? קיינמאל געהערט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:02 pm
איך גיי נישט אריינגיין צי אמעריקע איז שטארק מיליטעריש, אבער די פאראייניגטע שטאטן איז געבענטשט מיט צוויי פריינטליכע, פריינטליכע שוואכע, און איז באשיצט מיט צוויי ריזיגע אקעאנען און טויזנטער מייל וואס טיילט אונז אפ פון אונזערע מעגליכע קעגנער. נישט דא קיין לאנד אויף דער וועלט וואס איז געבענטשט מיט אזא גונסטיגע טראגישע געאגראפיע ווי די פאראייניגטע שטאטן.
טראגישע?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

@ראטשילד הערליכער אנאליז און א גוטער פעדער, שרייב אפטער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
יצר טוב
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
איך האב געהערט א שיינע מעשה פון אדמו״ר מסטריזעב. ווען ער האט געלערנט אין ישיבה אין ביהמ״ד עליון האט די ר״י רבי ראובן געווען עפעס נישט געזונט, איז מען אים געקומען מבקר חולה זיין האט געפרעגט אויב די בחורים זאגן תהילים פאר אים, האט מען אים געזאגט נע זיי זענען אמיריקאנע בחורים, האט ער געזאגט אז ווער עס גלייבט נישט אש מאנסי איז נישט אין אמירעקע באלאנגט נישט ביי אונז אין ישיבה.

(קען זיין איך פארצייל עס נישט אזוי גוט נאך, איך האב עס שוין געהערט א שטיק צייט צוריק, אבער בערך אזוי.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

קרייסלער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:11 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:04 pm
איך שריי שוין לאנג דאס זעלבע.

אמעריקא וועט זיך מעגליך ארויסשטעלן די זעלבע באלאאן..
ווי שרייסטו דאס? קיינמאל געהערט
זיין הארץ שרייט נישט זיין מויל…
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
נודניק
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ווער זאגט אז אמעריקא יא??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
מיין בויך קיצלט מיר שוין א לאנגע צייט מיט די פחדים!… אבער ווי קען מען לויפן? אין קאנטרי? מאנסי? ווי?
איך פלאן צי מאכן סיטיזענשיפ אין די נייע סקווירא שטעטל

נאר פאר בעקאפ
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”