דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריק געברענגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

א מעשה וועל איך מיט אייך מיטטיילן.
מיין געשיכטע וועל איך פון מיר ארויס שיילן.
פון ווען איך בין געווען אכצן יאר אלט.
און ליידער צו אידישקייט געווען קאלט.
איך קום פון א פאמיליע נישט פארמעגליך.
דעם כסף מנלן האט פאר מיין טאטע געמוטשעט טעגליך.
געלערנט האב איך אין א גרויסע ישיבה.
אבער ליידער זיך געדרייט מיט חברים פון א שלעכטע סביבה.
איך האב ישיבה מיט'ן לינקן פיס ביי די פערצן אנגעהויבן.
און פון דאן האב איך מיר אויפגעפירט זייער שטארק לא כהוגן.
איך האב ביי די פופצן א סמארטפאון איינגעהאנדלט.
און אינעם שטן'ס נעץ שטארק געוואנדלט.
קיין רוח החיים האב איך נישט פון דעם באקומען.
און מיין אידישע לעבן האט פינעם זאמד זייגער אנגעהויבן רינען.
פאר מיין טאטע דער תלמיד חכם דער גרויסע.
האט זייער ווייגעטאן מיין מצב די לויזע.
ער פלעגט ביינאכט וויינען מיט הייסע ביטערע טרערן.
און איך פלעג דאס ביז אין מיין צימער אריין הערן.
איך האב פון דעם אסאך עגמת נפש געהאט.
אבער ליידער האט דער שטן שוין אויף מיר כמעט געמאכט שאכמאט.
די סמארטפאון האט מיר ציביסלעך מיינע געפיהלן אויסגעברענט.
ביז מיין טאטעס טרערן האט מיר רירן שוין נישט געקענט.
אזוי בין איך געפאלן ווייטער און ווייטער.
ווען פון מיינע עלטערן גיסט זיך בלוט און אייטער.
איך בין געווען א פארלאשן ליכטעלע.
און איך פלעג מיר אויפעסן אין טעג ניכטערע.
מיין אידישע פלעמעלע איז געווען דערשטיקט כמעט.
און די טאטע מאמע פלעגן צוזאמען וויינען ביינאכט פריוואט.
אין א ספציעלע ישיבה האט מען מיר געשיקט.
און די לעצטע פאר פרוטות פון מיין ארים טאטע ארויסגערוקט.
אזא ישיבה קאסט דאך א פארמעגן.
אבער מיינע עלטערן האבן זייער ברויט פאר מיר אוועק געגעבן.
און ווען איך בין געווארן אכצן יאר.
האב איך געטוהן א שלעכטע זאך ביז גאר.
איך בין פון ישיבה ארויס.
און מיט דעם פארטונקלט דעם טאטנ'ס הויז.
דעם טאטן האט עס וויי געטאהן צום טויט.
עס האט פון די טייערע עלטערן געשינדן די הויט.
קיין דזשאב האב איך נישט גענומען.
איך וואלט סייווי מיט אזא התנהגות גארנישט באקומען.
איין טאג האב איך אין מיין מח אפגעמאכט.
אז נעקסטע וואך דינסטאג ביינאכט.
וועל איך צוזאם פאקן מיינע פעק און זעק.
און איך וועל פון מיין טאטנ'ס הויז אויף אייביג אוועק.
אויף דינסטאג בין איך אויפגעשטאנען.
מיין פלאן זיך געטוהן דערמאנען.
איך האב א ביליגע פלאץ אין לאס אנדשעלעס.
דארט וועל איך מיך לעבן א לעבן קערלעס.
איך האב מיר אנגעהויבן פאקן מיינע חפצים.
ווען אינמיטן מיין טאטע קוקט זיך אויף מיינע זאכן ארום.
ער האט גלייך געכאפט מיינע פלענער.
ער בעט מיר א לעצטע קוש דיר געבן לאמער.
ער האט מיר ארומגענומען.
און פון טאש א צוואנציגער ארויס גענימען.
יוסי איך האב נישט מער.
אבער ווען די וועסט די צוואנציגער ניצן פון דיין טאטע געב א קלער.
איך האב דעם צוואנציגער אן א ווארט אין טאש אריינגעלייגט.
און פון מיין טאטן אויף אייביג זיך צושיידט.
איך האב א טעקסי צום עירפארט באשטעלט.
און אוועקגעפארן אינגאנצן פון מיין אידישע וועלט.
אין עירפארט בין איך אנגעקומען.
ווען פלוצלינג האבן פאליציי עפעס זיכן זיך גענומען.
א באמבע סטראשע איז צו דעם עירפארט אריין.
אלע פליה רייזעס דארפן סוספענדירט זיין.
אזוי האב איך געווארט דארט עטליכע שטונדן.
און די הונגער אין מיר האט מיר אנגעהויבן נונדן.
איך כאפ מיר איך האב א צוואנציגער.
צום נענטסטן וועידינג מאשין צוגעלאפן האמיר.
אבער איך האב דעם טאטנס געבעט געדענקט.
און פאר אים האב איך מיר געשעמט.
איך האב מיר מיין לעבן געטוהן דערמאנען.
די גוטע צייטן מיט מיינע עלטערן צוזאמען.
אוי'פן פלאץ האב איך מיר גענומען וויינען.
פארנט פון אסאך מענטשן ביים ווענדינג מאשין דעם קליינעם.
אלע מיינע טרערן האב איך דארט אויסגענוצט.
זיך דערמאנט וויאזוי איך בין מיט אידישקייט געווען באשיצט.
דער צוואנציגער איז פון מיינע טרערן דורכגעווייקט.
איך האב מיר פונעם ווענדינג מאשין שנעל צושיידט.
דער צוואנציגער קען איך צום עסן נישט ניצן.
א טעקסי אויף צוריק וועט פון דעם דארפן געניסן.
איך בין אינדערהיים אריינגעקומען.
האב איך געזאגט טאטי דיין לעצטע צוואנציגער האסטו פון דיר אוועקגענומען.
ונתנו איך האב עס פאר דיר געשענקט.
דער צוואנציגער האט מיר צו אידישקייט צוריקגעברענגט.
לעצט פארראכטן דורך קארלסבורג איד אום דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

בררר... קאלט און הייס

טרערעלעך
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

איך קייך!

אן עכטע מעשה?

נישט גלויבליך!!
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

😭😭😭😭
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א אמת'ע מעשה, נאר פרטים געטוישט?

סייוויאזוי ס'איז הערליך באשריבן. דערמאנט מיך פון ליכט שטראלן, אלישב כהן.
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

מוראדיג שטארק!
מיינע געפילן צונומען
טרערן פון די אויגן קומען
און די הארץ צוריננען
אלעס געראטעוועט ווייל א צוואנציגער באקומען
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

נשמה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:24 pm
א אמת'ע מעשה, נאר פרטים געטוישט?

סייוויאזוי ס'איז הערליך באשריבן. דערמאנט מיך פון ליכט שטראלן, אלישב כהן.
אלישב כהן מיט ניסן מינדל פון די שמועסן זענען מיינע רביס אין שרייבעריי. איך האב נאך גארנישט געשריבן דא אויפ'ן וועלטל. איך בין א נייער דא. אבער עוד חזון למועד... עניוועי, טענק יו.
הנאה געהאט?

לייק!!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ווייסט, ס'איז א פאעזיע און גראמען וואס זאגן זייער אסאך. די גראמען טוען אראפמאלן די פאקטישע מצב וואס האט זיך געטון אין יודישע היימען. נישט נאר ביי איין פאל.

ס'איז נישט סתם גראמען אויף אייוועלט. ס'מאלנט אפ א הערצליכן בילד פון געשעענישן וואס האבן שוין אזויפיל טרערן געמאכט רינען.

ס'האט אין זיך דאס געלט וואס מ'געט אויס צו ראטעווען - דאס לעצטע ביסן. און די הארציגע ליבליכקייט צו טרעפן א וועג צום הארץ פונעם קינד. עס האט אין זיך דאס נישט רעאגירן פונעם קינד, נישט קיין חילוק וויפיל טרערן ס'זעט און ס'הערט. און ס'האט אין זיך דאס תשובה וואס טוט זיך אפ.

ס'האט אין זיך.
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

מאטי׳ס חבר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:20 pm
איך קייך!

אן עכטע מעשה?

נישט גלויבליך!!
עס איז מעשים בכל יום......
לעצט פארראכטן דורך קארלסבורג איד אום מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנאה געהאט?

לייק!!
קארלסבורג איד
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

נשמה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:55 pm
ב"ה

ווייסט, ס'איז א פאעזיע און גראמען וואס זאגן זייער אסאך. די גראמען טוען אראפמאלן די פאקטישע מצב וואס האט זיך געטון אין יודישע היימען. נישט נאר ביי איין פאל.

ס'איז נישט סתם גראמען אויף אייוועלט. ס'מאלנט אפ א הערצליכן בילד פון געשעענישן וואס האבן שוין אזויפיל טרערן געמאכט רינען.

ס'האט אין זיך דאס געלט וואס מ'געט אויס צו ראטעווען - דאס לעצטע ביסן. און די הארציגע ליבליכקייט צו טרעפן א וועג צום הארץ פונעם קינד. עס האט אין זיך דאס נישט רעאגירן פונעם קינד, נישט קיין חילוק וויפיל טרערן ס'זעט און ס'הערט. און ס'האט אין זיך דאס תשובה וואס טוט זיך אפ.

ס'האט אין זיך.
יאפ. איין זאך ליגט נישט אין דעם אזוי שטארק, דאס אז יעדע קינד גייט אויס צו ברענגען נחת, נישט קיין חילוק ווי אויף די וועלט ער שטייט..
הנאה געהאט?

לייק!!
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

מורא'דיג!!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
דער עסקן
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

שטארק!
אוועטאר
צוקער שטריק
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 9:20 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער שטריק »

מיר געקאסט שווערע טרערן

האמיר דא א העכסט טאלאנטפולע שרייבער !!!
אוועטאר
צוקער שטריק
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 9:20 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער שטריק »

סאיז דא וואס וויינען מיט מיטן בחור ווען ער גיבט צוריק דעים צוואנציגער און ס'דא וואס וויינען מיט מיט זיין טאטע



איך האב גראדע געוויינט מיטן בחור
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

😥😥😥

מיין האלדז איז מיר אינגאנצן טרוקן
די טרערן לאזן מיר נישט קוקן

באשעפער זיסער
דיינע קינדער לייז אויס גיכער
פון זייער אייגענע גלות'ער
שיק פאר יעדעם אזא צוואנציגער
און צו זייער מאמע'ס היים זיך געבן א צוריקער!

-

@קארלסבורג איד א הערליכע יצירה!
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

כ'בין צונומען...

viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

טאלאנט!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

הערליך און רירנד!
טאלאנטפול!
# שוואכער_איז_אוט
אוועטאר
איך שרייב יעצט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:21 pm
לאקאציע:בחצרות קדשיך

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שרייב יעצט »

מאופעדס, מאטארסייקלס, וכדומה, באלאנגען נישט אויפן סיידוואלק.
יודישע ביזנעס בעלי בתים וואס האבן דעליווערי גיום:
עס איז אויף אייער אחריות!
לאמיר מאכן דעם טויש און ראטעווען לעבנס.
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

פששי, נעקסט לעוועל!! זה הקארלסבורגע יוד גדול יהיה. מיין פוטער פון מיין הארץ איז מיר צוגעגאנגען!!
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

האסט א טאלאנט פון שרייבן און זיך ארויסברענגען..

דער האט גערירט מיין הארץ.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

די קעפל ציעט נישט געהעריג, ס'זאגט נישט די אינהאלט פון דעם פאעזיע.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2089
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

כ'האב נישט וואס צו שרייבן

שטימלאז

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: דער צוואנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

יוש האסטו מיר צונומען
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”