אינטער די פולווער פונעם רוס-אוקריינע אשכול, אין די רויעך פון די מלחמה אין עזה, און די בהלה פון די פריימערי וואלן אין אמעריקא, בשעת די ערווארטונג פאר אמעריקאנע אטאקעס (?) אויף איראנע צילן, אינטער די שאטן פון הוטי'שע באליסטישע מיסעלס, איז ער אנטרינען....
איבעראל אינעם נייעס פארום, פון די אוקריינא און מד״י מלחמה, ביז די אנגעצויגענע געמיטער אין טייוואן, ביז היימישע שיסערייען ביי אונז אין בעקיארד. אלעמאל שטארט די נאמען ארויס מיט די הייסטע ווארע, די פרישטע נייעס, די בעסטע בילדער, און די צום פינטלדיגע ווידיאוס.
אבער פארוואס זאלעך אים אפילו באדאנקן? ער איז דאך א באַט, א חלק פונעם לעצטיגן אפדעיט…
אבער פלוצלונג איז אלעס געקומען צו א שטערבליכן שארט סטאפ, די חלל און שטילקייט שרייט העכער ווי די גרעסטע באמבאדירונגען.
וואו זענען די קריספי בארכעס געגאנגען? וואו זענען די רייכע יואלי אנטרינען ? וואו זענען די לענגערע גארטלעך און עקזאטישע חיות געכאפט און געשאכטן דורך היזיגע בוטשערס אנטלאפן? עניוועי, יו גאט דע פוינט…
עס איז מער נישט דא.
———
די כהנים ווארטן אין לאנגע ליניעס פארן דוכענען… די שמש איז הייזעריג פון שרייען לוי… דער אומשולדיג בחור וואס איז געלאפן כאפן כהן מוז נעבעך איבערקעקעצן צוויי מאל אלע ברכות…
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
חיים שטייןהאט געשריבן:↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?
פאריגע איז געווען @הכל הבל ניין?!
כלל נישט דומה
פון הכל הבל איז געווארן אן איבערקערעניש וויבאלד ער האט געסטראשעט אז ער גייט ( ס'איז דא וואס שפורן אז שרייבן אנדערש פונם קעפל אויף אייוועלט איז ווי משנה זיין די כתב אין די תפילין להבדיל)
משא"כ ישראל איז פשוט שטיל קען זיין ער איז אויף וויקאציא צו וואס
דא האב איך געמיינט אז כלל ישראל איז שוין ב"ה געזונט ממילא איז די ביקשו רחמים אשכול אזוי שטיל, יעצט ווערמער אבער געוואר אז ישראל הלוי האט פשוט געמאכט פליטה..