בלאט 1פון 14

א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה אין די נעקסטע פאר וואכן אין ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:03 pm
דורך פרומע לבוש
א גוטען כלל ישראל, רבנים, דיינים, עסקנים, נגידים, און סתם גוטע אידן,

עס איז צייט זיך אויפציוועקן עס איז שוין כלו כל הקיצין, וועסטו מיר זאגן אז מען האט זיך שוין אויפגעוועקט, ניין דאס הייסט נישט אויפגעוועקט, חוץ אשכולות אויף אייוועלט האט מען נאך גארנישט ערענסט געטועהן,

מען איז ביזי מיט אלעס ארום, מען בויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות, חדרים שולעס בתי מדרשים, מקוואות סופערמארקעטס,

אבער פון די עיקר פארגעסט מען,

80 חתנים/כלות וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן האבן נישט קיין דירות ווי צו וואוינען און ניטאמאל די האטעל נעמט זיי אריין מחמת חוסר מקום,

וואס איז די פלאן דא?
פראצענטועל מופט מען נישט מער ווי פינעף יאר צירוק,
קיין אפסטעיט מופט מען שוין כמעט נישט,

עס איז כמעט נישט צוגעקומען קיין דירות, מען פרוכטבארט זיך לייק נעווער ביפאר ברוך השם, טויזענטע קאפלס האבן חתונה א יאר, און אזויפיל טרעפן זיך אן א געהעריגע דאך איבער'ן קאפ,

עס איז צייט צו טוען עפעס, דא קען די עולם אריינגעקומען מיט עצות,
צו זאל עס זיין אז די קהילות זאלן אנפאנגען בויען דירות לשם מצוה פאר קאסט פרייז,

אדער מען זאל זיך אויסברייטערן און די ארומיגע געגענטער

אדער סיי וואס עס זאל נאר זיין, עפעס א סאלאושאן מיז דא זיין!

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:04 pm
דורך ישיש
קענסט צולייגן וויליאמסבורג צום ליסטע.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:06 pm
דורך זילבער פיצער
איז נישט די זעלבע וויי-געשריי פאר וומסב"ג אויך?

האקט.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:08 pm
דורך מהודר
זאלן די חתנים און כלות גיין דינגען דירות דארט ווי עס איז יא דא צי דינגען.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:08 pm
דורך ראטשילד
האקט
יא וויליאמסבורג אויך.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:10 pm
דורך משה יצחקי
קענסט אויפגעבן ס׳איז נישט דא קיין סעלאשען!!

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:14 pm
דורך פרומע לבוש
און וויליאמסבורג דארף נישט צו זיין גרינגער? מען בויט דארט אסאך מער.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:18 pm
דורך קדמא ואזלא
איבער 50,000 היימישע פארפעלקער גייען חתונה האבען בעזה"ש דא ניו יארק און ניו זשערסי און די נעקסטע 15 יאר כ"י
= פופציג טויזענט דירות און בלויז פיפצען יאר.

עס קומט א היסטארישע יפצה און גלות אמעריקא איבער די סטעיטס, ווי און דער אלטער היים און אייראפע און פולין אונגערן רומעניא און דערפלעך און שטעטלעך.
צו מען וויל יא צו וויל נישט.

האקטס ארויס בארא פארק וויליאמסבורג פון קאפ, איטס פול. סופליי איז ליידיג, פעיסטס רעאלאטי.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:21 pm
דורך דאנק און לויב
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:03 pm
א גוטען כלל ישראל, רבנים, דיינים, עסקנים, נגידים, און סתם גוטע אידן,

עס איז צייט זיך אויפציוועקן עס איז שוין כלו כל הקיצין, וועסטו מיר זאגן אז מען האט זיך שוין אויפגעוועקט, ניין דאס הייסט נישט אויפגעוועקט, חוץ אשכולות אויף אייוועלט האט מען נאך גארנישט ערענסט געטועהן,

מען איז ביזי מיט אלעס ארום, מען בויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות, חדרים שולעס בתי מדרשים, מקוואות סופערמארקעטס,

אבער פון די עיקר פארגעסט מען,

80 חתנים/כלות וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן האבן נישט קיין דירות ווי צו וואוינען און ניטאמאל די האטעל נעמט זיי אריין מחמת חוסר מקום,

וואס איז די פלאן דא?
פראצענטועל מופט מען נישט מער ווי פינעף יאר צירוק,
קיין אפסטעיט מופט מען שוין כמעט נישט,

עס איז כמעט נישט צוגעקומען קיין דירות, מען פרוכטבארט זיך לייק נעווער ביפאר ברוך השם, טויזענטע קאפלס האבן חתונה א יאר, און אזויפיל טרעפן זיך אן א געהעריגע דאך איבער'ן קאפ,

עס איז צייט צו טוען עפעס, דא קען די עולם אריינגעקומען מיט עצות,
צו זאל עס זיין אז די קהילות זאלן אנפאנגען בויען דירות לשם מצוה פאר קאסט פרייז,

אדער מען זאל זיך אויסברייטערן און די ארומיגע געגענטער

אדער סיי וואס עס זאל נאר זיין, עפעס א סאלאושאן מיז דא זיין!
מען דארף זיין קריעטיוו און ארויסקאלארן פון די באקס,
אין קרית יואל איז די מצב נישט בעסער, חתן כלות שלאפן אין מאטעלן כעת !
אבער אין די זעלבע צייט איז דא בערך 50 הייזער/דירות צו דינגען אינדרויסן פון שטעטל פאר ביליג, סאיז אוודאי נישט גרינג ,אבער מען דארף זיין קריעטיוו,דינג א קליינע הייזקע אין בלומינגראוו למשל פאר $2000 אנשטאט א לעכל פאר $2300 אין שטעטל , און די שנה ראשונה אינגערמאן קען זיך לערנען דרייווען און קויפן א קליין קארעלע פאר $3000 ,אין לעיקוואד איז דא גרויסע ביזנעס פון פארקויפן אזאנע ביליגע קארעלעך פאר שנה ראשונה אינגעלייט.

בשעת איך זע עטליכע פאוסטען אויף סטעטוס אין קרית יואל אז זיי זיכן א דירה פאר א פארפאלק וואס נעקסטע וואך איז די חתונה, זע איך אין טעגליכע צעטלעך א שיינע איבערגעמאכט קליינע הייזקע אין בלומינגראוו פאר $1900 , א קראנק פאלק נעבעך , מען קען העלפן אז מען לאזט זיך העלפן

אדער איז די צייט אז קאפעלס זאלן אוועקמופן נאך די חתונה אזוי ווי אין ארץ ישראל,
אין מאנסי איז דא 3 בעדרום דירות פאר $2500 , אין בלומינגבערג-קרית יטב לב און אין מאנטיסעלא איז דא צענדליגע דירות און הייזער פאר בערך $2000-$2500

דאס איז עצות וואס איז שייך צו טין יעצט היינט בכדי שיעשו , אז עס וועט זיין נחשונים וועט עס זיין א נארמאלע זאך,

ווארטען אויף עסקנים וועט גארנישט העלפן ,
It's all a mindset

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:24 pm
דורך דאנק און לויב
משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:10 pm
קענסט אויפגעבן ס׳איז נישט דא קיין סעלאשען!!
סאיז יא דא ! אין די מאונטענס איז דא טויזענטער בעיסמענטס אין זוממער הייזער וואס רוב בעלי בתים וואלטן עס יעצט פארדינגען פאר אפילו $1500 א חודש, יעצט מיט די שווערע עקאנאמי קען עס יעדער כמעט נוצן , מקוואות;גראסעריס, בתי מדרשים, אלס איז דא, די מאוומענט ליגט אין אייערע הענט

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:32 pm
דורך ווערעצקי
עס איז כמעט אוממעגליך פאר א קאפל תיכף נאך די חתונה אוועק צו גיין וואוינען. אפילו אין א"י די וואס גייען אין בית שמש, מודיעין, צפת וכו', דינגען קודם א דירה'לע פאר א יאר צוויי, נעבן די עלטערן.
די אלע נייע ישובים איז געווענליך געמאכט פאר א יונגערמאן א 5 יאר נאך די חתונה, מיט 2 קליינע קינדערלעך.
ווען די אלע וואלטן זיך ווען געצויגן, וואלט געווארן ליידיגע דירות אין ווילי-ב"פ.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:34 pm
דורך די גוטע פעטער
איך גלייב אז די באשעפער האט א פלאן פאר אונז אבער לויט ווי סקוקט אויס בדרך הטבע קומט א גרויסע ויפיצו און די סטעטס מדארף זיך אראפ לאזן צו א ביליגע געגעגנט און אנהייבן צו קויפן הייזער
איינמאל סווערט פיל גלייך אנהייבן און א צווייטע געגענט

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:36 pm
דורך איך הייק
ווערעצקי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:32 pm
עס איז כמעט אוממעגליך פאר א קאפל תיכף נאך די חתונה אוועק צו גיין וואוינען. אפילו אין א"י די וואס גייען אין בית שמש, מודיעין, צפת וכו', דינגען קודם א דירה'לע פאר א יאר צוויי, נעבן די עלטערן.
די אלע נייע ישובים איז געווענליך געמאכט פאר א יונגערמאן א 5 יאר נאך די חתונה, מיט 2 קליינע קינדערלעך.
ווען די אלע וואלטן זיך ווען געצויגן, וואלט געווארן ליידיגע דירות אין ווילי-ב"פ.
דאס איז דאך א חלק פונעם פראבלעם אז די קאפלס מיט 5 קינדער זיצן נאך און זייער 2 בעדרום אפארטמענט ווייל זיי קענען נישט עפארנדן די 3 בעדרום אטעמאטיש איז נישטא קיין חתן כלה דירות צו טרעפן

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:39 pm
דורך דאנק און לויב
ווערעצקי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:32 pm
עס איז כמעט אוממעגליך פאר א קאפל תיכף נאך די חתונה אוועק צו גיין וואוינען. אפילו אין א"י די וואס גייען אין בית שמש, מודיעין, צפת וכו', דינגען קודם א דירה'לע פאר א יאר צוויי, נעבן די עלטערן.
די אלע נייע ישובים איז געווענליך געמאכט פאר א יונגערמאן א 5 יאר נאך די חתונה, מיט 2 קליינע קינדערלעך.
ווען די אלע וואלטן זיך ווען געצויגן, וואלט געווארן ליידיגע דירות אין ווילי-ב"פ.
נישט אמת, אין ארץ ישראל מופט מען ביי די חתונה אוועק , עכ"פ אין גור זיכער , די רבי הייסט ווי די קאפעל צו מופן, און אנדערע מקומות אויך אין גרויסן

סאיז פונקט פארקערט, די גרינגסטע צו מופן איז ווען מען איז אינג, מען הייבט עניוועי אן א לעבן פון פריש, אן קיין דאגות, פארוואס נישט אין א נייע פלאץ פאר די זעלבע געלט,
בקיצור דאס איז אונזער עם חכם ונבון, הייסט וואינען אין האטעלן אדער צאלן 3 אלפים פאר 2 פיצי רומס איז יא מעגליך, איך הער, נישט דא וואס צוטאן מיט אזאנע חכמים...
דער וואס האלט ביים טין טוט דאך למעשה, און די וואס האלטן נישט ,וועלן אריינטאנצען אין וואסער נאכצוטין די עולם גולם וועמען מען פרובירט צו געפעלן

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:41 pm
דורך achtov
דאס הייסט גלות הדעת. דער דעת איז אין גלות מקען זיך העלפען אבער מוויל נישט.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:52 pm
דורך מקובל אלוקי
סאררי...
אוועק מופן פון א פלאץ ווי אידן וואוינען,
צו א נייע געגנט הייסט א גלות,
לפי הרה"ק ר נחמן מברסלב זצוק"ל

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:55 pm
דורך achtov
מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:52 pm
סאררי...
אוועק מופן פון א פלאץ ווי אידן וואוינען,
צו א נייע געגנט הייסט א גלות,
לפי הרה"ק ר נחמן מברסלב זצוק"ל
סאררי די וועג וויאזוי אונז וואין מיר שטייט אין די הגדה אז סהייסט גלות

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:57 pm
דורך דאנק און לויב
מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:52 pm
סאררי...
אוועק מופן פון א פלאץ ווי אידן וואוינען,
צו א נייע געגנט הייסט א גלות,
לפי הרה"ק ר נחמן מברסלב זצוק"ל
נו אוודאי אונז זעמיר דאך אין גלות, מען קלעטערט ארום פון איין גלות צום צווייטען,
מופן אין די קעטסקיל בערג איז ווייט פון ניי, און סאיז שוין א אידישע געגענט פאר די לעצטע 100 יאר מיט אלע אידישע הצטרכות'ן, עס דרייען זיך דארט יערליך הונדערטער טויזענטער אידישע משפחות,אינקלודינג דעם רבין'ס הייליג שטעטל אין קרית יואל איז אויך אין די אנפאנג פון די קעטסקילס הנקרא די בארשט בעלט

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:01 pm
דורך אויסגעהיילט
דער איד וואס גייט אויפקומען מיט א פלאן, ווי די חתנים זאלן וואוינען, און קענען בלייבן אין בארא פארק, וועט געדענקט ווערן פאר א דראון עולם, מיט גאלדענע אותיות.

דער בראך וועט מיט'ן אייבערשטער'ס הילף נאר ווערן גרעסער און גרעסער, יאהר נאך יאהר.
און טאקע ווילאנג אז מ'קען נאר וואוינען אינטער'ן מאמע'ס פארטוך.

רענטעל'ס מיט באס סערוויס, דארף זיך טאקע יעצט אהנהייבן, אין יעדער אידישע געגענט, וואס נעמט ביז א שעה צו פאהרן פון בארא פארק.
דזשערסי סיטי, צו לינדען, אדער סטעטין איילענד מיט יוניאון, יעצט איז דער צייט צו עדווערטייזן אייערע בעיסמענט.
יעצט איז דער צייט ווי א איד קען מאכן א נארמאלע באס קאמפעני, וואס פאהרט און קומט, יעדער האלבע שעה, פון געגענט צו געגענט. עס זאל זיין שיירות מצויות, טאקי אזוי ווי אין אר"י.

אין אר"י, וואלט אויך גארנישט געווען, ווען נישט עס איז אזוי לייכט דארט צו פאהרן פון שטאט צו שטאט. - לייכט מיין איך צוגעשטעלט פאבליק טראנספארטעישן.

געגאנגען....

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:03 pm
דורך דאנק און לויב
אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:01 pm
דער איד וואס גייט אויפקומען מיט א פלאן, ווי די חתנים זאלן וואוינען, און קענען בלייבן אין בארא פארק, וועט געדענקט ווערן פאר א דראון עולם, מיט גאלדענע אותיות.

דער בראך וועט מיט'ן אייבערשטער'ס הילף נאר ווערן גרעסער און גרעסער, יאהר נאך יאהר.
און טאקע ווילאנג אז מ'קען נאר וואוינען אינטער'ן מאמע'ס פארטוך.

רענטעל'ס מיט באס סערוויס, דארף זיך טאקע יעצט אהנהייבן, אין יעדער אידישע געגענט, וואס נעמט ביז א שעה צו פאהרן פון בארא פארק.
דזשערסי סיטי, צו לינדען, אדער סטעטין איילענד מיט יוניאון, יעצט איז דער צייט צו עדווערטייזן אייערע בעיסמענט.
יעצט איז דער צייט ווי א איד קען מאכן א נארמאלע באס קאמפעני, וואס פאהרט און קומט, יעדער האלבע שעה, פון געגענט צו געגענט. עס זאל זיין שיירות מצויות, טאקי אזוי ווי אין אר"י.

אין אר"י, וואלט אויך גארנישט געווען, ווען נישט עס איז אזוי לייכט דארט צו פאהרן פון שטאט צו שטאט. - לייכט מיין איך צוגעשטעלט פאבליק טראנספארטעישן.

געגאנגען....
יעדע געגענט האט באס/ווען/ספרינטער סערוויס,
סאיז אפילו דא וועכענטליכע סערוויס פון לעיקוואד קיין קרית יואל און צוריק שוין עטליכע יאר, דאס איז נישט די פראבלעם, דער עולם דארף פשוט זיך נעמען מופן,ווי עס קוקט יעצט אויס גייט עס געשען בעל כרחך

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:07 pm
דורך עצי היער
פארק עוויניו האטעל זעט אויס ווי א ישיבה דאלמעטארי ווי די בחורים שפילן הויז...

ערענסט גערעדט איך מיין אז עס נישטא קיין איין מענטש אין ב”פ וואס קענען נישט עטליכע מחותנים וואס האבן פשוט נישט קיין דירה / האטעל צימער / הכנסת אורחים אונטער א חודש פאר די חתונה

טאטע העלף ארויס דיין פאלק!

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:11 pm
דורך achtov
בדרך אגב האבען די מוסדות אריינגעפאמפט אין ב״פ די לעצטע צוויי יאר א האלב ביליאן דאלער ווייל דא איז דאך די פיוטשער

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:20 pm
דורך Kosher Travel
ווערעצקי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:32 pm
עס איז כמעט אוממעגליך פאר א קאפל תיכף נאך די חתונה אוועק צו גיין וואוינען. אפילו אין א"י די וואס גייען אין בית שמש, מודיעין, צפת וכו', דינגען קודם א דירה'לע פאר א יאר צוויי, נעבן די עלטערן.
די אלע נייע ישובים איז געווענליך געמאכט פאר א יונגערמאן א 5 יאר נאך די חתונה, מיט 2 קליינע קינדערלעך.
ווען די אלע וואלטן זיך ווען געצויגן, וואלט געווארן ליידיגע דירות אין ווילי-ב"פ.
כמעט אוממעגליך? פארוואס עפעס???

איך וועל אייך זאגן וואס איז כמעט אוממעגליך.
א טאטע-מאמע מיט פינעף קינדערלעך אין א 1 בעדרום, דאס איז כמעט אוממעגליך.
אבער דאך זעט מען אז מען קען. זעט זיך אויס אז מען קען טוהן זאכן וואס איז כמעט אוממעגליך.
נו... דאן קען מען דאך שוין טוהן עפעס, וואס לויט מאנכע, איז כמעט אוממעגליך... און גיין מופען קיין מאנטיסעלוי. אין די פינעף זיסע לעכטיגע אידישע קינדערלעך וועלן האבן ווי צו האצקענען אן נערוועס מאכן די מאמע אז מען וועקט אויף די בעיבי, און אן ברוגז מאכן די גאנצע שטאק אויף וואלאבאוט קארנער לי עוועניו. און אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי נאכלויפן די הערשעלעך אין די בעק יארד!

רבותי וועקט ענק אויף! די גרויסע שטעט איז נישט די בעסטע צו אויפציען קינדער. מען האט אייביג געוויסט אז א קרית יואל אדער מאנסי קינד איז איידעלער. איצט דארף מען גיין ווייטער. מאנטיסעלוי, סאוט פאולסבערג, ליווינגסטען מענער. דאן צו די פאקאנאס.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:20 pm
דורך Greeneryid
איך כאפ נאכנישט וואס איז די ווייגעשריי.

איז די ווייגעשריי אז ב"ה די לעצטע 75 יאר איז די ארטאדאקסישע/חסידישע קהילות געוואקסן הונדערט מאל גרעסער?

איז די ווייגעשריי אז עס קומען פאר אין די ארטאדאקסישע קהילות אפאר הונדערט חתונות א חודש?

איז די ווייגעשריי אז די גויים צווינגען אונז נישט צו וואוינען אין א געטא?

איז די ווייגעשריי אז מען עפנט ב"ה אויף יעדן חודש אסאך קלאסן פון כיתה א' - 1st grade יעדן חודש?

איז די ווייגעשריי אז דער רבוש"ע האט אונז געלייגט אין א לאנד וואס איז א רחבת ידיים?

אה איך כאפ שוין. די ווייגעשריי איז מען קען נישט וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך פאר די פרייז וואס איך וויל.

די סאלושן איז צו צוריק דרייען די אלע פראגרעס וואס אונז האב מיר ב"ה געמאכט די לעצטע 75 יאר. ווער גייט פאר דעם? נישט איך.

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:21 pm
דורך לשם ייחוד
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:03 pm
מען איז ביזי מיט אלעס ארום, מען בויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות, חדרים שולעס בתי מדרשים, מקוואות סופערמארקעטס,

אבער פון די עיקר פארגעסט מען,
אינטערעסאנט צו זעהן ווי יעדער האלט אז די זאך וואס ער איז מעורר אויף איז דערעיקר….

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: