א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה אין די נעקסטע פאר וואכן אין ב"פ האבן נישט קיין דירה!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

גראַדע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 5:51 pm
Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 5:25 pm
גראַדע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 5:05 pm
Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 4:38 pm
איך מיין די גרינגסטע עצה איז אז די נגידים און קהילות זאלן מאכן א פאנד און יעדער וואס מופט זאל באקומען א מיליאן דאלאר אזוי וועט ער קענען רואיג מופן און פארטיג. ווייל עכט ליגט די אחריות פון צושטעלן דירות, מוסדות, גראסערי, שאפפינג וכו אויף די נגידים און די קהילות. די פשוטע מענטשן האבן נאר אן אחריות צו וואוינען וואו זיי ווילן, גיין שאפפינג, שיקן אין די מוסדות וועלכע ער איז צוגעוואוינט, דאווענען אין די שוהל וואס ער איז צוגעוואוינט וכו. ממילא איז א מיליאן דאלאר נארמאל אז מען זאל אים דאס געבן. וואס האלט דער עולם, איז א מיליאן דאלאר אינטערגעשאצט?
אויב מ'געט מיליאן דאלער קען מען בלייבן און שטאט און פארטיג
מען געט דאך נאר פאר דער וואס מופט, דער וואס בלייבט באקומט דאך די גראסערי, בית המדרש, און בענעפיטס אויפן פלאץ
קיינער גייט דיך נישט געבן קיין מיליאן דאלער, און אפי' נישט 50 טויזענט דאלער.
Now you get it.🤔
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

IMG-20240308-WA0006.jpg
IMG-20240308-WA0006.jpg (29.96 KiB) געזען 2854 מאל
$2500 פאר א "1" בעדרום דירה, וואס איז נאך א האלבע בעיסמענט אויכעט!!

ליסען אז די בראוקער זאגט אים ער קען בעטן די פרייז פארוואס זאל ער נישט בעטן..
טראגער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 4:38 pm
איך מיין די גרינגסטע עצה איז אז די נגידים און קהילות זאלן מאכן א פאנד און יעדער וואס מופט זאל באקומען א מיליאן דאלאר אזוי וועט ער קענען רואיג מופן און פארטיג. ווייל עכט ליגט די אחריות פון צושטעלן דירות, מוסדות, גראסערי, שאפפינג וכו אויף די נגידים און די קהילות. די פשוטע מענטשן האבן נאר אן אחריות צו וואוינען וואו זיי ווילן, גיין שאפפינג, שיקן אין די מוסדות וועלכע ער איז צוגעוואוינט, דאווענען אין די שוהל וואס ער איז צוגעוואוינט וכו. ממילא איז א מיליאן דאלאר נארמאל אז מען זאל אים דאס געבן. וואס האלט דער עולם, איז א מיליאן דאלאר אינטערגעשאצט?
איך ווייס נישט וואס דו פרובירסט צו זאגן דא אז דו מוזט צוקומען צו ביליגע ליצנות, צו האלט איר טאקע דען אז די פשוטער מענטש האט א כח, צו האלט איר אז יעדער קען מופן צו א מדבר שממה וכו' צו האלט איר טאקע אז די אישי ציבור און נגידים האבן נישט קיין שום כח מער ווי די פשוטע איד צו שטופן אגענעדעס?
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:03 pm
א גוטען כלל ישראל, רבנים, דיינים, עסקנים, נגידים, און סתם גוטע אידן,

עס איז צייט זיך אויפציוועקן עס איז שוין כלו כל הקיצין, וועסטו מיר זאגן אז מען האט זיך שוין אויפגעוועקט, ניין דאס הייסט נישט אויפגעוועקט, חוץ אשכולות אויף אייוועלט האט מען נאך גארנישט ערענסט געטועהן,

מען איז ביזי מיט אלעס ארום, מען בויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות, חדרים שולעס בתי מדרשים, מקוואות סופערמארקעטס,

אבער פון די עיקר פארגעסט מען,

80 חתנים/כלות וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן האבן נישט קיין דירות ווי צו וואוינען און ניטאמאל די האטעל נעמט זיי אריין מחמת חוסר מקום,

וואס איז די פלאן דא?
פראצענטועל מופט מען נישט מער ווי פינעף יאר צירוק,
קיין אפסטעיט מופט מען שוין כמעט נישט,

עס איז כמעט נישט צוגעקומען קיין דירות, מען פרוכטבארט זיך לייק נעווער ביפאר ברוך השם, טויזענטע קאפלס האבן חתונה א יאר, און אזויפיל טרעפן זיך אן א געהעריגע דאך איבער'ן קאפ,

עס איז צייט צו טוען עפעס, דא קען די עולם אריינגעקומען מיט עצות,
צו זאל עס זיין אז די קהילות זאלן אנפאנגען בויען דירות לשם מצוה פאר קאסט פרייז,

אדער מען זאל זיך אויסברייטערן און די ארומיגע געגענטער

אדער סיי וואס עס זאל נאר זיין, עפעס א סאלאושאן מיז דא זיין!
עס איז נישטא קיין קריזיס! עס איז דא בריוח געגענטער ווי צו מופן, צווישן זיי, מאנסי, לינדען, וכו', עס זענען דא טויזנטער וואס האבן געמופט. דיין עצה איז שוין אין קראפט!! עס האט שוועריגקייטן? אודאי!
אבער וועט מען שרייען, עס איז נישט די זעלבע ווי בארא פארק, נו, וואס וויל מען???? מען זאל בויען א געגענט פונקט אזוי ווי ב"פ? וויאזוי?????
עס איז דא ווי צו מופן!!!
הויכע פרייזן קומט ווען יעדע וויל "דוקא דא". מען מעג וועלן, אבער דאס ציט נאטורליך ארויף די פרייז.
הרבה נשאר בקולמוסי ועוד חזון אי"ה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9280
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קלארערהייט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 9:02 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:03 pm
א גוטען כלל ישראל, רבנים, דיינים, עסקנים, נגידים, און סתם גוטע אידן,

עס איז צייט זיך אויפציוועקן עס איז שוין כלו כל הקיצין, וועסטו מיר זאגן אז מען האט זיך שוין אויפגעוועקט, ניין דאס הייסט נישט אויפגעוועקט, חוץ אשכולות אויף אייוועלט האט מען נאך גארנישט ערענסט געטועהן,

מען איז ביזי מיט אלעס ארום, מען בויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות, חדרים שולעס בתי מדרשים, מקוואות סופערמארקעטס,

אבער פון די עיקר פארגעסט מען,

80 חתנים/כלות וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן האבן נישט קיין דירות ווי צו וואוינען און ניטאמאל די האטעל נעמט זיי אריין מחמת חוסר מקום,

וואס איז די פלאן דא?
פראצענטועל מופט מען נישט מער ווי פינעף יאר צירוק,
קיין אפסטעיט מופט מען שוין כמעט נישט,

עס איז כמעט נישט צוגעקומען קיין דירות, מען פרוכטבארט זיך לייק נעווער ביפאר ברוך השם, טויזענטע קאפלס האבן חתונה א יאר, און אזויפיל טרעפן זיך אן א געהעריגע דאך איבער'ן קאפ,

עס איז צייט צו טוען עפעס, דא קען די עולם אריינגעקומען מיט עצות,
צו זאל עס זיין אז די קהילות זאלן אנפאנגען בויען דירות לשם מצוה פאר קאסט פרייז,

אדער מען זאל זיך אויסברייטערן און די ארומיגע געגענטער

אדער סיי וואס עס זאל נאר זיין, עפעס א סאלאושאן מיז דא זיין!
עס איז נישטא קיין קריזיס! עס איז דא בריוח געגענטער ווי צו מופן, צווישן זיי, מאנסי, לינדען, וכו', עס זענען דא טויזנטער וואס האבן געמופט. דיין עצה איז שוין אין קראפט!! עס האט שוועריגקייטן? אודאי!
אבער וועט מען שרייען, עס איז נישט די זעלבע ווי בארא פארק, נו, וואס וויל מען???? מען זאל בויען א געגענט פונקט אזוי ווי ב"פ? וויאזוי?????
עס איז דא ווי צו מופן!!!
הויכע פרייזן קומט ווען יעדע וויל "דוקא דא". מען מעג וועלן, אבער דאס ציט נאטורליך ארויף די פרייז.
הרבה נשאר בקולמוסי ועוד חזון אי"ה
@פרומע לבוש אדרעסירט זיין תגובה צו רבנים דיינים עסקנים וכו' וכו', אבער דער אמת איז אז די איינציגסטע וואס קענען עכט העלפן און גרינגער מאכן אין דעם געבוט זענען די רבי'ס און אנדערע וואס מ'ריפט מנהיגים. בקיצור, אזוינע וואס האבן א השפעה אויף די וואס זענען סרים למשמעותם. זיי און נאר זיי קענען טוישן די דעת הקהל, און דאס אז זיי (רוב פון זיי) טיען גארנישט איז פשט אז אדער ווייסן זיי נישט די מציאות הדברים אדער אינטערעסירט עס זיי נישט מחמת אנדערע חשבונות.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יעקב אבינו
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 23, 2022 2:44 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אבינו »

פרומע לבוש האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 12:05 am
IMG-20240308-WA0006.jpg
$2500 פאר א "1" בעדרום דירה, וואס איז נאך א האלבע בעיסמענט אויכעט!!

ליסען אז די בראוקער זאגט אים ער קען בעטן די פרייז פארוואס זאל ער נישט בעטן..
האסט פארגעסן אויסציפירן

און מענטשען באצאלן עס סא פארוואס נישט....
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

טראגער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 2:26 am
Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 4:38 pm
איך מיין די גרינגסטע עצה איז אז די נגידים און קהילות זאלן מאכן א פאנד און יעדער וואס מופט זאל באקומען א מיליאן דאלאר אזוי וועט ער קענען רואיג מופן און פארטיג. ווייל עכט ליגט די אחריות פון צושטעלן דירות, מוסדות, גראסערי, שאפפינג וכו אויף די נגידים און די קהילות. די פשוטע מענטשן האבן נאר אן אחריות צו וואוינען וואו זיי ווילן, גיין שאפפינג, שיקן אין די מוסדות וועלכע ער איז צוגעוואוינט, דאווענען אין די שוהל וואס ער איז צוגעוואוינט וכו. ממילא איז א מיליאן דאלאר נארמאל אז מען זאל אים דאס געבן. וואס האלט דער עולם, איז א מיליאן דאלאר אינטערגעשאצט?
איך ווייס נישט וואס דו פרובירסט צו זאגן דא אז דו מוזט צוקומען צו ביליגע ליצנות, צו האלט איר טאקע דען אז די פשוטער מענטש האט א כח, צו האלט איר אז יעדער קען מופן צו א מדבר שממה וכו' צו האלט איר טאקע אז די אישי ציבור און נגידים האבן נישט קיין שום כח מער ווי די פשוטע איד צו שטופן אגענעדעס?
עקזעקטלי וואס איך זאג. די נגידים זענען קיינעם נישט שולדיג. דער יחיד איז אחריות פאר זיך און דארף זיך אויסלערנען צו טוהן די ארבעט פון אויספיגערן וואס עס איז אים די בעסטע. איך האב רחמנות אויפן יחיד אבער מיט א שיעור. איך וועל אים געבן א דאלאר אין ביהמ"ד אויב ער וועט גיין נאך געלט פאר זיין רענט און פאר זיין גראסערי וכו. אבער איך וועל בשום אופן נישט מחזק זיין א סאלושן וואס וועט מאכן דעם פראבלעם ערגער. מחזק זיין א סאלושן אז somehow די נגידים זאלן זיין אחראי אז דער פשוטער מענטש זאל קענען וואוינען אין א שטאט ווייל עס איז אים באקוועמער דאס קען איך נישט שטיצן און איך וועל מאכן ליצנות דערפון. איך מאך נישט חוזק פונעם ארימאן וועגן זיין ארעמקייט, ווייל דאס איז פון הימל. אבער צו העלפן אז מער מענטשן זאלן ווערן ארעם פאר א משוגעת פון וואוינען פונקטליך אין עפעס א שטאט און פונקטליך אויף די דריי גאסן וואס ער האט אויסגעקליבן, איז א ליצנות פון די מענטשהייט צו מיטליידן.

עס איז נישט גרינג צו מופן אזוי ווי רש"י זאגט ביי אברהם. אבער דאס איז פונקט אזוי די רצון השם ווען מען קען נישט עפארדען צו וואוינען אין א געוויסע שטאט און מען קומט אפ אזוי ווי אונזערע צדיקים וואס זענען געגאנגען גלות ליידן. עספעשיעלי פאר א ארעמאן, משנה מקום משנה מזל.

די מציאות איז אז כמעט אלע וואס זענען pioneers זענען מיט די צייט סוקסעספול ווייל זיי זענען געווען pioneers. דאס מיינט נישט עשירות אבער יא סוקסעס. דאס מיינט איינקעשן די מציאות פון זיין א pioneer נאכן זיך מוטשען א לאנגע צייט.
זופ מאנדלען
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:38 pm

תגובה דורך זופ מאנדלען »

די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
קינגס הייוועי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:03 am

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינגס הייוועי »

זופ מאנדלען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:36 pm
די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
100% כהאב א קרוב וואס וואינט אין לינדען אין טראכט צוריק מאפן נאר וועגן דעם… משפחה מיט 7 קינדער אעז א פאר אלפים…. סטאטן איילענד איז אן עצה פאר דעים
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

זופ מאנדלען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:36 pm
די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
אזוי דארף צו זיין. יעדער אינדיווידועל דארף מאכן זיין אייגענע קאסט-בענעפיט אנאליז און מאכן א דעסיזשען. די דעסיזשען איז נישט פאר די עשירים צו מאכן פאר די ארעמעלייט.
טראגער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

Greeneryid האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:14 pm
טראגער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 2:26 am
Greeneryid האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 4:38 pm
איך מיין די גרינגסטע עצה איז אז די נגידים און קהילות זאלן מאכן א פאנד און יעדער וואס מופט זאל באקומען א מיליאן דאלאר אזוי וועט ער קענען רואיג מופן און פארטיג. ווייל עכט ליגט די אחריות פון צושטעלן דירות, מוסדות, גראסערי, שאפפינג וכו אויף די נגידים און די קהילות. די פשוטע מענטשן האבן נאר אן אחריות צו וואוינען וואו זיי ווילן, גיין שאפפינג, שיקן אין די מוסדות וועלכע ער איז צוגעוואוינט, דאווענען אין די שוהל וואס ער איז צוגעוואוינט וכו. ממילא איז א מיליאן דאלאר נארמאל אז מען זאל אים דאס געבן. וואס האלט דער עולם, איז א מיליאן דאלאר אינטערגעשאצט?
איך ווייס נישט וואס דו פרובירסט צו זאגן דא אז דו מוזט צוקומען צו ביליגע ליצנות, צו האלט איר טאקע דען אז די פשוטער מענטש האט א כח, צו האלט איר אז יעדער קען מופן צו א מדבר שממה וכו' צו האלט איר טאקע אז די אישי ציבור און נגידים האבן נישט קיין שום כח מער ווי די פשוטע איד צו שטופן אגענעדעס?
עקזעקטלי וואס איך זאג. די נגידים זענען קיינעם נישט שולדיג. דער יחיד איז אחריות פאר זיך און דארף זיך אויסלערנען צו טוהן די ארבעט פון אויספיגערן וואס עס איז אים די בעסטע. איך האב רחמנות אויפן יחיד אבער מיט א שיעור. איך וועל אים געבן א דאלאר אין ביהמ"ד אויב ער וועט גיין נאך געלט פאר זיין רענט און פאר זיין גראסערי וכו. אבער איך וועל בשום אופן נישט מחזק זיין א סאלושן וואס וועט מאכן דעם פראבלעם ערגער. מחזק זיין א סאלושן אז somehow די נגידים זאלן זיין אחראי אז דער פשוטער מענטש זאל קענען וואוינען אין א שטאט ווייל עס איז אים באקוועמער דאס קען איך נישט שטיצן און איך וועל מאכן ליצנות דערפון. איך מאך נישט חוזק פונעם ארימאן וועגן זיין ארעמקייט, ווייל דאס איז פון הימל. אבער צו העלפן אז מער מענטשן זאלן ווערן ארעם פאר א משוגעת פון וואוינען פונקטליך אין עפעס א שטאט און פונקטליך אויף די דריי גאסן וואס ער האט אויסגעקליבן, איז א ליצנות פון די מענטשהייט צו מיטליידן.

עס איז נישט גרינג צו מופן אזוי ווי רש"י זאגט ביי אברהם. אבער דאס איז פונקט אזוי די רצון השם ווען מען קען נישט עפארדען צו וואוינען אין א געוויסע שטאט און מען קומט אפ אזוי ווי אונזערע צדיקים וואס זענען געגאנגען גלות ליידן. עספעשיעלי פאר א ארעמאן, משנה מקום משנה מזל.

די מציאות איז אז כמעט אלע וואס זענען pioneers זענען מיט די צייט סוקסעספול ווייל זיי זענען געווען pioneers. דאס מיינט נישט עשירות אבער יא סוקסעס. דאס מיינט איינקעשן די מציאות פון זיין א pioneer נאכן זיך מוטשען א לאנגע צייט.
איך האב געשריבן אישי ציבור און נגידים (איך האב געשריבן נגידים נאר ארויסצוברענעגען א דוגמא פון דער וואס קען העלפן אינוועסטירן וכו'). ביים מיר אפפרעגן האסטו נאר גענוצט די ווארט נגידים מיט א אומשולדיגע טענה אז וואס איז דער נגיד שולדיג, אישי ציבור מיינט רבנים און קהלה פיהרערס וואס האבן מער די כח, זיי זענען זיכער מחוייב פאר זייער ציבור, און זיי קענען אויפטאהן,
למשל מען זאל נישט אויסגעבן מיליאנען צו בויען קהילה בנינים אין די טייערסטע ריעל עסטעיט אין די וועלט, וואס דאס מאכט זיכער אז מענטשען זאלן נאר וועלן בלייבן אין שטאט, נאר זאלן איבערפלאנצן,
achtov
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

...באזונדערט צווישען די סאטמארע חסידים...
ליין דעם ארטיקעל סאיז אייזען
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

קינגס הייוועי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:39 pm
זופ מאנדלען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:36 pm
די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
100% כהאב א קרוב וואס וואינט אין לינדען אין טראכט צוריק מאפן נאר וועגן דעם… משפחה מיט 7 קינדער אעז א פאר אלפים…. סטאטן איילענד איז אן עצה פאר דעים
אזוי גיט ארויסגעברענגט די נערישע טענה כאילו מופן איז די ישועה ביי די קאסט אף ליווינג אשכול viewtopic.php?t=65419&hilit=%D7%A7%D7%9 ... 7%A0%D7%92 איז גיט ארויסגעברענגט געווערן אז א משפחה מיט 6 קינדער איז 200 k חיי יום יום ווער רעדט נאך פין זייטיגע הוצאות אין מיטן שניידן 20 k פין מופן איז קיין ישועה נישט סקימט צי אינדרויסן אנדערע הוצאות אין די חבלי לידה ווי טראגן אין ברענגן קינדער יעדן טאג פין חדר וכו וכו
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לויב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:29 am
קינגס הייוועי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:39 pm
זופ מאנדלען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:36 pm
די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
100% כהאב א קרוב וואס וואינט אין לינדען אין טראכט צוריק מאפן נאר וועגן דעם… משפחה מיט 7 קינדער אעז א פאר אלפים…. סטאטן איילענד איז אן עצה פאר דעים
אזוי גיט ארויסגעברענגט די נערישע טענה כאילו מופן איז די ישועה ביי די קאסט אף ליווינג אשכול viewtopic.php?t=65419&hilit=%D7%A7%D7%9 ... 7%A0%D7%92 איז גיט ארויסגעברענגט געווערן אז א משפחה מיט 6 קינדער איז 200 k חיי יום יום ווער רעדט נאך פין זייטיגע הוצאות אין מיטן שניידן 20 k פין מופן איז קיין ישועה נישט סקימט צי אינדרויסן אנדערע הוצאות אין די חבלי לידה ווי טראגן אין ברענגן קינדער יעדן טאג פין חדר וכו וכו
ביטע….

אין וויליאמסבורג גייען די קינדער יעדן טאג בעמוד הענן משא״כ ערגעץ אנדערש איז וואס? טראסט מען די קינדער מיט א פערד און וואגן יעדן טאג?

און אויב דארף מען 200 אלפים א יאר איז 20 אלפים גארנישט ווערט? זיי מסביר ביטע בפרטיות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
עמוד יומי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:45 am

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוד יומי »

דור הפלגה. אזוי זעט עס אויס ווען איינער וויל נישט פארשטיין דעם צווייטן. רוב אפפרעגעכצע און וויכוחים דא איז ווייל דיר גייט גוט, ווייל דו ביסט יעצט מסודר אין דעם ענין.
טראגער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:24 am
לויב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:29 am
קינגס הייוועי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:39 pm
זופ מאנדלען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:36 pm
די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
100% כהאב א קרוב וואס וואינט אין לינדען אין טראכט צוריק מאפן נאר וועגן דעם… משפחה מיט 7 קינדער אעז א פאר אלפים…. סטאטן איילענד איז אן עצה פאר דעים
אזוי גיט ארויסגעברענגט די נערישע טענה כאילו מופן איז די ישועה ביי די קאסט אף ליווינג אשכול viewtopic.php?t=65419&hilit=%D7%A7%D7%9 ... 7%A0%D7%92 איז גיט ארויסגעברענגט געווערן אז א משפחה מיט 6 קינדער איז 200 k חיי יום יום ווער רעדט נאך פין זייטיגע הוצאות אין מיטן שניידן 20 k פין מופן איז קיין ישועה נישט סקימט צי אינדרויסן אנדערע הוצאות אין די חבלי לידה ווי טראגן אין ברענגן קינדער יעדן טאג פין חדר וכו וכו
ביטע….

אין וויליאמסבורג גייען די קינדער יעדן טאג בעמוד הענן משא״כ ערגעץ אנדערש איז וואס? טראסט מען די קינדער מיט א פערד און וואגן יעדן טאג?

און אויב דארף מען 200 אלפים א יאר איז 20 אלפים גארנישט ווערט? זיי מסביר ביטע בפרטיות
זאל יעדער מאכן זיין אויפריכטיגן חשבון, וואס עס קאסט אין שטאט טייערער. קעמפ אין קאנטרי און טרעפיק, דאס וואס אין שטאט דארף מען זיך מער צושטעלן צו אנדערע, וכו' וכו' און מצד שני די זאכן וואס אין די אנדער פלאץ קאסטן טייערער. און רעכענען צו עס איז יצא שכרו בהפסדו.
די אידן וואס רעדן דא אין די אשכול - האלטן נאכן מאכן די חשבון אדער האלטן זיי פארן מאכן די חשבון - אבער אפצופרעגן די מדובר דא אין די אשכול וואס רעדט וועגן די יקרות ביי א דירה, מיט די ענטפער אז עס איז דא נאך הוצאות גייט נישט אריין אין כלל פון שבעה דברים בחכם פון שואל כענין ומשיב כהלכה.
דרך אגב רופט איר עס אן שכירות אין שטאט, און איר רעדט נישט פון דאס אז מען קען כמעט נישט האבן א אייגענע דירה אין שטאט נאר אינדרויסן, און האבן א אייגענע דירה איז זייער א וויכטיגע זאך כמובן,
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

achtov האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:26 pm
...באזונדערט צווישען די סאטמארע חסידים...
ליין דעם ארטיקעל סאיז אייזען
?
achtov
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 1:02 pm
achtov האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:26 pm
...באזונדערט צווישען די סאטמארע חסידים...
ליין דעם ארטיקעל סאיז אייזען
?
viewtopic.php?p=4970884#p4970884
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
זופ מאנדלען
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:38 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מאנדלען »

טראגער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:59 pm
שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:24 am
לויב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:29 am
קינגס הייוועי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:39 pm
זופ מאנדלען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:36 pm
די קאסטן פון רענט איז נאר א חלק הוצאות פון א אידישע שטוב, שכר לימוד קאסט אויך אפאר טויזנט דאלער א חודש וואס אויף דעם איז דא וואוטשערס אין שטאט, ווייס איך נישט צו אינטערשטע שורה איז ביליגער צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט ווי אין שטאט
100% כהאב א קרוב וואס וואינט אין לינדען אין טראכט צוריק מאפן נאר וועגן דעם… משפחה מיט 7 קינדער אעז א פאר אלפים…. סטאטן איילענד איז אן עצה פאר דעים
אזוי גיט ארויסגעברענגט די נערישע טענה כאילו מופן איז די ישועה ביי די קאסט אף ליווינג אשכול viewtopic.php?t=65419&hilit=%D7%A7%D7%9 ... 7%A0%D7%92 איז גיט ארויסגעברענגט געווערן אז א משפחה מיט 6 קינדער איז 200 k חיי יום יום ווער רעדט נאך פין זייטיגע הוצאות אין מיטן שניידן 20 k פין מופן איז קיין ישועה נישט סקימט צי אינדרויסן אנדערע הוצאות אין די חבלי לידה ווי טראגן אין ברענגן קינדער יעדן טאג פין חדר וכו וכו
ביטע….

אין וויליאמסבורג גייען די קינדער יעדן טאג בעמוד הענן משא״כ ערגעץ אנדערש איז וואס? טראסט מען די קינדער מיט א פערד און וואגן יעדן טאג?

און אויב דארף מען 200 אלפים א יאר איז 20 אלפים גארנישט ווערט? זיי מסביר ביטע בפרטיות
זאל יעדער מאכן זיין אויפריכטיגן חשבון, וואס עס קאסט אין שטאט טייערער. קעמפ אין קאנטרי און טרעפיק, דאס וואס אין שטאט דארף מען זיך מער צושטעלן צו אנדערע, וכו' וכו' און מצד שני די זאכן וואס אין די אנדער פלאץ קאסטן טייערער. און רעכענען צו עס איז יצא שכרו בהפסדו.
די אידן וואס רעדן דא אין די אשכול - האלטן נאכן מאכן די חשבון אדער האלטן זיי פארן מאכן די חשבון - אבער אפצופרעגן די מדובר דא אין די אשכול וואס רעדט וועגן די יקרות ביי א דירה, מיט די ענטפער אז עס איז דא נאך הוצאות גייט נישט אריין אין כלל פון שבעה דברים בחכם פון שואל כענין ומשיב כהלכה.
דרך אגב רופט איר עס אן שכירות אין שטאט, און איר רעדט נישט פון דאס אז מען קען כמעט נישט האבן א אייגענע דירה אין שטאט נאר אינדרויסן, און האבן א אייגענע דירה איז זייער א וויכטיגע זאך כמובן,
פארוואס איז דאס נישט משיב כענין ווען מזאגט אז 75 פראצענט עולם אין שטאט האט וואוטשערס און דאס איז א ריזיגע גורם נישט צו ווילן אוועק מאפן, האבן אן אייגענע הויז איז טאקע דער אמעריקאנער חלום אבער אפצולאזן דיין היימשטאט און סגייט דיר נישט זיין ביליגער נאר טייערער איז נישט קאנווינסינג פאר א אינגערמאן צו מאכן אזא טשעינדש אין לעבן
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

זופ מאנדלען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 3:00 pm

פארוואס איז דאס נישט משיב כענין ווען מזאגט אז 75 פראצענט עולם אין שטאט האט וואוטשערס און דאס איז א ריזיגע גורם נישט צו ווילן אוועק מאפן, האבן אן אייגענע הויז איז טאקע דער אמעריקאנער חלום אבער אפצולאזן דיין היימשטאט און סגייט דיר נישט זיין ביליגער נאר טייערער איז נישט קאנווינסינג פאר א אינגערמאן צו מאכן אזא טשעינדש אין לעבן
עס גייט דיר אפשר זיין טייערער פאר די ערשטע יאר 2

און דערנאך מיט דיין אייגענע דירה וועט די געפ כסדר גרעסער ווערן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה אין די נעקסטע פאר וואכן אין ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך מיין אז "נגידים" זאלן ארויסהעלפן בויען דירות אין בארא פארק (און ווילי) איז נישט די עצה. פארוואס? ווייל מען ברויך ביליאנען (מיט א ב') צו העלפן די קריזיס.

נגידים קענען אבער יא ארויסהעלפן אין די נייע שכינות מיטן זיכער מאכן אלע קהלי'שע אונפרעסטרוקטור איז אין פלאץ. בתי מדרשים, מקוה טהרה, בוטשער מיט א היימישע הכשר, ישיבה קטנה, וכו'. פארדעם האלט איך אז אוקיטשובי (איך האף איך שרייב עס גוט), פלארידא איז גאר א פיינע פלאן. ווייל מען לייגט פונקט אזא דגוש אויף וואס א חסידישע - היימישע קהילה דארף, ווי אויף די הייזער אליינס. דהיינו, בתי מדרשים, מוסדות התורה, גראסערי, און אפילו א ביזנעס סענטער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
טראגער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

זופ מאנדלען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 3:00 pm
טראגער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:59 pm
שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:24 am
לויב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:29 am
קינגס הייוועי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 9:39 pm

100% כהאב א קרוב וואס וואינט אין לינדען אין טראכט צוריק מאפן נאר וועגן דעם… משפחה מיט 7 קינדער אעז א פאר אלפים…. סטאטן איילענד איז אן עצה פאר דעים
אזוי גיט ארויסגעברענגט די נערישע טענה כאילו מופן איז די ישועה ביי די קאסט אף ליווינג אשכול viewtopic.php?t=65419&hilit=%D7%A7%D7%9 ... 7%A0%D7%92 איז גיט ארויסגעברענגט געווערן אז א משפחה מיט 6 קינדער איז 200 k חיי יום יום ווער רעדט נאך פין זייטיגע הוצאות אין מיטן שניידן 20 k פין מופן איז קיין ישועה נישט סקימט צי אינדרויסן אנדערע הוצאות אין די חבלי לידה ווי טראגן אין ברענגן קינדער יעדן טאג פין חדר וכו וכו
ביטע….

אין וויליאמסבורג גייען די קינדער יעדן טאג בעמוד הענן משא״כ ערגעץ אנדערש איז וואס? טראסט מען די קינדער מיט א פערד און וואגן יעדן טאג?

און אויב דארף מען 200 אלפים א יאר איז 20 אלפים גארנישט ווערט? זיי מסביר ביטע בפרטיות
זאל יעדער מאכן זיין אויפריכטיגן חשבון, וואס עס קאסט אין שטאט טייערער. קעמפ אין קאנטרי און טרעפיק, דאס וואס אין שטאט דארף מען זיך מער צושטעלן צו אנדערע, וכו' וכו' און מצד שני די זאכן וואס אין די אנדער פלאץ קאסטן טייערער. און רעכענען צו עס איז יצא שכרו בהפסדו.
די אידן וואס רעדן דא אין די אשכול - האלטן נאכן מאכן די חשבון אדער האלטן זיי פארן מאכן די חשבון - אבער אפצופרעגן די מדובר דא אין די אשכול וואס רעדט וועגן די יקרות ביי א דירה, מיט די ענטפער אז עס איז דא נאך הוצאות גייט נישט אריין אין כלל פון שבעה דברים בחכם פון שואל כענין ומשיב כהלכה.
דרך אגב רופט איר עס אן שכירות אין שטאט, און איר רעדט נישט פון דאס אז מען קען כמעט נישט האבן א אייגענע דירה אין שטאט נאר אינדרויסן, און האבן א אייגענע דירה איז זייער א וויכטיגע זאך כמובן,
פארוואס איז דאס נישט משיב כענין ווען מזאגט אז 75 פראצענט עולם אין שטאט האט וואוטשערס און דאס איז א ריזיגע גורם נישט צו ווילן אוועק מאפן, האבן אן אייגענע הויז איז טאקע דער אמעריקאנער חלום אבער אפצולאזן דיין היימשטאט און סגייט דיר נישט זיין ביליגער נאר טייערער איז נישט קאנווינסינג פאר א אינגערמאן צו מאכן אזא טשעינדש אין לעבן
יעדער פארשטייט אז עס איז דא מעלות אין שטאט, אוועקציען פון ווי מען וואוינט שוין יארן איז א שווערע דורכגאנג, און פארלירן וואוטשערס איז אויך איינע פון די חסרונות ווען מען ציהט זיך ארויס פון שטאט, (הגם נישט צו יעדע שטאט ווי אין פלארידע וועט גאר זיין בעסער, אז מען מוז נישט זיין קיין ארעמען צו האבן שכ"ל הילף) אבער דא רעדט מען פון מענטשען וואס האבן אנערקענט אז דירה יקרות איז זייער גרעסטע פראבלעם, און אז מען קומט אריין אנהייבן צוריק מיט די פריערדיגע נושא אז ווער זאגט אז עס וועט זיין טאקע בעסער ערגעץ אנדערש איז לדעתי נישט געווען שואל כענין. (אנטשולדיגט פאר די אוסדרוק)
דרך אגב א אייגענע הויז איז נישט נאר א אמעריקאנער חלום אין א געשמאקע זאך, נאר גאר גאר א וויכטיגע זאך פאר יעדן איינעם, וועגן אסאך זאכן ואכמ"ל. אבער איין הויפט מעלה וואס דארף ווערן געזאגט איז אז פשוט מען גייט אויפהערן צו צאלן פאר די זאך פון דירה - אין אמעריקע האבן פאר די לעצטע פופציג יאר אין עווערידזש די וועליו פון יעדע הויז ארויף מיט כאטש דריי פראצענט - וואס דאס איז די אינפעלעישאן רעיט - (אין היימישע געגנט אסאך מער אין געוויסע פלעצער אזוי פיל ווי 8-10 פראצענט) און דאס מיינט אז מען האט עס פארקויפט כאטש פאר די פרייז וואס מען האט עס געקויפט קומט אויס אז יעדער וואס האט געקויפט האט געוואוינט אלע זיינע יארן "אומזיסט".
דאס איז א גרויסע סיבה אויב איינער זעט א מעגליכקייט צו אנקומען צו א אייגענע הויז זאל ער דורכמאכן די שוועריגקייטן פון אוועקצוציען.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

עמוד יומי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:41 am
דור הפלגה. אזוי זעט עס אויס ווען איינער וויל נישט פארשטיין דעם צווייטן. רוב אפפרעגעכצע און וויכוחים דא איז ווייל דיר גייט גוט, ווייל דו ביסט יעצט מסודר אין דעם ענין.
'דור הפלגה' קומט נישט לכאורה דא אריין, אבער די פוינט איז זייער זייער גערעכט.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: א ווייגעשריי! אכציג חתנים/כלות, וואס האבן חתונה און די נעקסטע פאר וואכן און ב"פ האבן נישט קיין דירה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

פאראויס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:43 pm
קינגס הייוועי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:41 pm
אן קיין בושת 3200!
3200$ פאר צוויי בעדרום בעיסמענט.....??

דאס איז מסתמא א טייפאו.

אין ווילי צאלט מען דאכט זיך פונקט האלב.
איר האט פילייכט נישט געזוכט קיין דירה לעצטענס אין ווילי... די נומערס זענען בעיסד אויף מיין ריסערטש נאכן רעדן מיט מענטשן וואס זוכן יעצטדירות,

1 בעדרום ארום צוויי אלפים (קיין דיסקאונט פאר בעיסמענט...)
2 בעדרום ארום דריי אלפים
3 בעדרום נישטא! אויב יא ארום פיר אלפים
4 בעדרום נישטא! אויב יא נישט אינטער פינף אלפים, ולמעלה אין להם שיעור
5 בעדרום נישטא! אויב יא נישט אינטער זעקס א האלב, ולמעלה אין להם שיעור

דער אכטער טראגט א ריזן שולד דא. זיי צאלן היינט כמעט פיר אלפים פאר א 4 בעדרום דירה. נו וואס איז שוין צו באצאלן א טויזענטער פון טאש + בראוקערס ברענגען מענטשן און בידן ארויס אנדערע מיטן צאלן איבער טויזענט דאלער מער ווי די אויבן דערמאנטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”