פארטעבל / ווייערלעס סקרין פאר לעפטאפ
בס"ד
נאכן זיך מוטשענען מיט לייכטע לעפטאפ'ס וואס דארפן טעכניש זיין גוט אבער דעליווערן נישט למעשה, זיי ארבעטן זיך נישט צופיל איבער... האמיר זיך איינגעהאנדעלט א שטארקע דויערהאפטיגע לעפטאפ מיט גוטע ספעק'ס, די פראבלעם איז אבער אז (עכט) גוט מיט לייכט גייט נישט עכט אינאיינעם (שא עס איז א סוד..). עס קומט אויס אז דער העווי לעפטאפ ווערט מער ווי א דעסקטאפ ריפלעיסמענט אנשטאט א פארטעבל כלי.
איך וויל אבער האבן א לייכטערע מאשין אויכעט, און א (ביליגע) טאבלעט זעהט מיר נישט אויס געשמאק צו ארבעטן אויף, ווי אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו האבן continuity און ארבעטן אויף די זעלבע פיילס ווי אויפן קאמפיוטער א.א.וו.
איך קוק אלזא אריין אין די מעגליכקייט צו האבן א עקסטערנאל טאטש סקרין מאניטאר וועלכע זאל זיך קאנעקטן ווייערלעסלי צום לעפטאפ, און מען זאל קענען לייכט ארבעטן דערמיט און ארום טראגן (פארשטייט זיך אין קאנעקשן רעינזש) גרינג, האלטן אין די האנט א.א.וו. דאס גיבט מיר די מעגליכקייט צו ארבעטן אויפ'ן פאַקטישן קאמפיוטער אבער אן די גאנצע שלעפ. זינט דער מאניטאר דארף טעכניש גארנישט האבן אין זיך וויבאלד עס קאננעקט זיך בלויז צום קאמפיוטער, בלויז גוטע (אקוראטע און שנעלע) טאטש און סקרין רעזאלוציע, גענוג ליכטיג א.א.וו. וואלט עס אין טעאריע געדארפט זיין סיי ביליג און סיי לייכט.
מיין פראגע איז צו בין איך גערעכט, קען מען מאכן אזוינס ארבעטן, און אויב יא וואס וואלט געווען א גוטע רעקאמאנדירטע כלי פאר דעם צוועק.
איך טעג @קנאפער ידען אבער יעדער איז וועלקאם צו אריינקומען מיט אינפארמאציע. ייש"כ פון פאראויס