אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה 22#

IMG-20240602-WA0070.jpg
IMG-20240602-WA0070.jpg (172.89 KiB) געזען 1916 מאל
בילדער קרעדיט: @אונטערגעשריבענערהייט

בעזר השי''ת וועלן מיר ארומשמועסן היינט אין א נייע נושא אין די סוגיא פון מוקצה.

ווי באקאנט איז דא פעלער אין מוקצה וואו ס'איז אסור צו מטלטל זיין בכל אופן, ווי למשל מוקצה מחמת גופו אדער מוקצה מחמת חסרון כיס, און ס'איז דא די סוגיא פון כלי שמלאכתו לאיסור וואס ווערט אויך אנגערופן מוקצה, וואס איז מותר צו ריקן לצורך גופו ומקומו.

ווען א מענטש זעהט ווי זיין קליינע יונגל שפילט זיך מיט א מוקצה טוי אדער זיין סעלפאון אויף שבת, וועט די נאטורליכע רעאקציע זיין מוקצה !! נו, לייג עס שנעל אראפ !! אבער איין מינוט, איז עס טאקע מוקצה ?

ווען א קינד שפילט מיט א מוקצה טוי איז ער סך הכל מטלטל א כלי שמלאכתו לאיסור לצורך גופו, נו, וואס איז די פראבלעם ?

אה''נ, מ'קען טענה'ן אז נישט יעדע רגע שפילט ער דערמיט און אפטמאל האלט ער עס סתם, אבער אויב ער האט עס אויפגעהויבן בהיתר און ער פלאנט אין אפאר מינוט ארום צו שפילן ווייטער דערמיט, דארף עס לכאורה צו זיין מותר כמוש''כ הט''זבסי' ש''ח אז מ'מעג מטלטל זיין א כשמל''א אויב מ'וויל זיך באנוצן דערמיט שפעטער.

איי, וואס טוט זיך מיט חינוך ? אז כ'וועל אים קיינמאל נישט זאגן אז כשמל''א איז אסור בטילטול שלא לצורך, וועט ער דאך עס נישט וויסן ? די תירוץ איז אז מ'קען אים אויסלערנען אז געוויסע סארט מוקצה מעג מען נאר ריקן אויב מ'טוט עפעס מיט עס.

אויב די טאטע איז חושש אז אויב וועט ער שפילן מיט די מוקצה וועט ער צוקומען צו א מלאכה, ווי למשל אנצינדן א לייט אויף די שפילצייג, קען ער אים זאגן אז מ'טאר נישט שפילן מיט דעם שבת ווייל ס'קען געשעהן א מלאכה.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה 23#

20181107190835_IMG_65491 (1).jpg
20181107190835_IMG_65491 (1).jpg (79.45 KiB) געזען 279 מאל

א מת רח''ל איז מוקצה שבת. מוקצה מחמת גופו, עס האט נישט קיין שום נוצן. אבער ביי א מת איז די איינציגסטע מאל ווי חז''ל האבן געגעבן א ספעציעלע היתר אים צו ריקן דורך ארויפלייגן א ככר או תינוק אויף אים, די מת ווערט בטל צו די חפץ וואס טראגט מער חשיבות, אבער נאר מפני כבודו של מת.

דהיינו, מ'מעג נאר מטלטל זיין די מת ממקום למקום אויב ס'איז דא א חשש בזיון המת, ווי למשל מפני הדליקה, אדער שלא יסריח אויב די מת געפינט זיך אין א הייסע שטיקעדיגע פלאץ, דאן טראגט מען אים ממקום למקום דורך א ככר או תינוק.

אמאל פלעגט זיין די מנהג אז מ'פלעגט אייביג לייגן די מת אויף די קאלטע ערד שלא יסריח, כהיום, אויב א מת איז בבית און ס'איז דא עירקאנדישען איז נישטא עכט קיין חשש פון שמא יסריח, די ערד מאכט נישט אויס מער ווי די בעט, אבער עכ''ז איז געבליבן די מנהג אז אין פאל פון א מת בשבת רח''ל לייגט מען די מת אויף די ערד מיט א ככר או תינוק אדער א אנדערע דבר היתר, ובפוסקי זמנינו מוטשען זיי זיך אויף וואס די היתר איז געבויט.

ב''אוצר הלכות'' זאגט ער אז די מנהג איז געבליבן אזוי צוליב א חשש אז אויב מ'וועט אויפהערן לייגן די מת אויפ'ן ערד וועט מען ביי אנדערע פעלער נישט לייגן אראפלייגן די מת אפילו במקום וואס ס'וועט יא זיין א צורך, אנדערע זאגן אז די מנהג פון לייגן על הקרקע האט אויך שטארקע טעמים עפ''י קבלה און ממילא טוט מען אזוי בכל אופן.

ויה''ר אז די הלכות זאלן זיך נאר געפונען אין שו''ע אין נישט זיין נוגע למעשה.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

@אליהו ליכטענשטיין אין דיין ערשטען שיעור ביסטו מסביר אז א פעמפער איז מוקצה. און סתם האלטען דאס קינד נישט כדי צו טוישען די פעמפער איז אסור. דער עולם האט מגיב געווען איבער די נושא פון טלטול מן הצד. אבער איך מיין אז עס איז מער ווי דעם.

א פעמפער איז כלל נישט מוקצה! די גאנצע סיבה פארוואס א פעמפער איז מוקצה נאכן עס אויסטוהן פונעם קינד איז וויבאלד עס האט נישט קיין השתמשות. משא''כ א פעמפער וואס ליגט נאך אויפן קינד האט נאך א נארמאלע השתמשות. איי ס'שמעקט? נישט נוגע. עס איז עדיין ראוי פאר דאס וואס עס איז מתחילה געמאכט געווארן. איינמאל די מאמע מאכט אפ אז עס איז צייט צו טוישען, ווערט עס מוקצה מחמת גופו. אבער ווי לאנג דער קינד האט עס אן, איז עס מותר לכתחילה בטלטול. כנלענ''ד. און צו זאגן אז צואה ומי רגלים אינעם פעמפער זאל זיין אסור פאר זיך, געפונען מיר נישט אזא זאך אין די פוסקים. לויט דעם טאר מען נישט האלטען א נייע געבוירען קינד, וואס בכל רגע ורגע איז זיין פעמפער אומריין.

אינעם דריטען שיעור רעדט איר פון גארבידזש קענס. און איר שרייבט אז די דעקל פון די גארבידזש קען וועט זיין א כלי שמלאכתו לאיסור. לעניית דעתי איז דאס קלאר א כלי שמלאכתו להיתר. און איז מותר. די דעקל איז נישט קיין חלק פון די בסיס און עס איז מותר אפי' שלא לצורך ככלי שמלאכתו להיתר. ווייטער לגבי א פירקעלעיטאר אויב עס איז מוקצה מחמת גופו אדער נישט. זאגט איר דאך אז איר האט נאכגעקוקט און געזעהן מתירים אויף דעם ממימלא דארך איך נישט מאריך זיין צו פארשטיין געבן די צד ההיתר.

בנוגע א גארבידזש קען אין א לעדל. איז שוין געשמועסט געווארן פון דא און ווייטער. כלים וואס מען האט אוועקגעווארפען פאר שבת איז מוקצה און כלים וואס מען ווארפט אוועק אום שבת איז נישט מבטל תורת בסיס. און ווי אויך איז די גארבידזש אפי' ווען עס האט גארבידזש בעגס נישט לצורך דבר המותר.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.

האט איר א פילטער אויף אייער סמארטפאון? viewtopic.php?t=69961
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17482
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לגבי א פעמפער, איז די מוקצה שבו נישט וועגן ס'איז נישט קיין כלי, נאר ווייל עס איז א גרף של רעי וואס איז מוקצה מחמת מיאוס אפילו עס איז א כלי. וכן איז פשוט אין שו"ע אז צואה ומ"ר זענען מוקצה.

ולגבי א גארבידזש קען, איז חוץ פונעם בסיס למוקצה מחמת גופו, וואס אסר'ט עס צו רוקן בכלל, איז עס אויך א כלי שמלאכתו לאיסור אפילו עס איז ליידיג, וכדין מיטה שייחדה למעות (סי' שי ס"ז), מילא איז די דעקל וואס איז א חלק פונעם כלי א כשמל"א.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הר ההר האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:06 pm
@אליהו ליכטענשטיין אין דיין ערשטען שיעור ביסטו מסביר אז א פעמפער איז מוקצה. און סתם האלטען דאס קינד נישט כדי צו טוישען די פעמפער איז אסור. דער עולם האט מגיב געווען איבער די נושא פון טלטול מן הצד. אבער איך מיין אז עס איז מער ווי דעם.

א פעמפער איז כלל נישט מוקצה! די גאנצע סיבה פארוואס א פעמפער איז מוקצה נאכן עס אויסטוהן פונעם קינד איז וויבאלד עס האט נישט קיין השתמשות. משא''כ א פעמפער וואס ליגט נאך אויפן קינד האט נאך א נארמאלע השתמשות. איי ס'שמעקט? נישט נוגע. עס איז עדיין ראוי פאר דאס וואס עס איז מתחילה געמאכט געווארן. איינמאל די מאמע מאכט אפ אז עס איז צייט צו טוישען, ווערט עס מוקצה מחמת גופו. אבער ווי לאנג דער קינד האט עס אן, איז עס מותר לכתחילה בטלטול. כנלענ''ד. און צו זאגן אז צואה ומי רגלים אינעם פעמפער זאל זיין אסור פאר זיך, געפונען מיר נישט אזא זאך אין די פוסקים. לויט דעם טאר מען נישט האלטען א נייע געבוירען קינד, וואס בכל רגע ורגע איז זיין פעמפער אומריין.

אינעם דריטען שיעור רעדט איר פון גארבידזש קענס. און איר שרייבט אז די דעקל פון די גארבידזש קען וועט זיין א כלי שמלאכתו לאיסור. לעניית דעתי איז דאס קלאר א כלי שמלאכתו להיתר. און איז מותר. די דעקל איז נישט קיין חלק פון די בסיס און עס איז מותר אפי' שלא לצורך ככלי שמלאכתו להיתר. ווייטער לגבי א פירקעלעיטאר אויב עס איז מוקצה מחמת גופו אדער נישט. זאגט איר דאך אז איר האט נאכגעקוקט און געזעהן מתירים אויף דעם ממימלא דארך איך נישט מאריך זיין צו פארשטיין געבן די צד ההיתר.

בנוגע א גארבידזש קען אין א לעדל. איז שוין געשמועסט געווארן פון דא און ווייטער. כלים וואס מען האט אוועקגעווארפען פאר שבת איז מוקצה און כלים וואס מען ווארפט אוועק אום שבת איז נישט מבטל תורת בסיס. און ווי אויך איז די גארבידזש אפי' ווען עס האט גארבידזש בעגס נישט לצורך דבר המותר.
יישר כח פאר די הערות. כ'מיין אז אוראייניקל האט שוין מער ווייניגער געענטפערט. יש עוד לדון ועוד חזון למועד.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
לך על זה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

א גרויסע שכח די הלכות זענען זייער קלאר און צום פינטל.לגבי הלכה 3 זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז א פירקאלעיטיר הייסט א גופו. סך הכל איז עס א מחמת איסור וואס האט נישט קיין אפיציעילע תשמיש היתר. וואס סגייט אריין אין די מחלוקת ראשונים.און די הלכה בלייבט דאך אז סאיז מותר

לגבי הלכה 4 איז יכול להיות אז סהייסט כבוד הבריות וויי ער דארף דאך עס האבן וואו צו לייגן און אז נישט בךייבט אויפן טיש אויב אזוי האט מען די היתר פון מטלטלי גרף של רעיה
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

לך על זה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:43 pm
א גרויסע שכח די הלכות זענען זייער קלאר און צום פינטל.לגבי הלכה 3 זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז א פירקאלעיטיר הייסט א גופו. סך הכל איז עס א מחמת איסור וואס האט נישט קיין אפיציעילע תשמיש היתר. וואס סגייט אריין אין די מחלוקת ראשונים.און די הלכה בלייבט דאך אז סאיז מותר
ס'איז א מחלוקת פון היינטיגע אחרונים צו מ'גייט בתר עיקר הכלי וואס דאן איז עס ס''ה א כשמל''א, אדער מ'קוקט עס אן אז די עיקר בכלי איז די שלהבת וואס איז מוקצה מחמת גופו, כ'מיין אז מ'קען גראדע יא מקיל זיין משום שאינו דומה לשלהבת בימי חז''ל ועוד נדון בזה.

יישר כח פאר די הערות.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה 24#

document.jpeg
document.jpeg (85.05 KiB) געזען 90 מאל

ס'איז דא א שאלה וואס איז נוגע היינטיגע צייטן מיט א נפל-סטילבאורן בלע''ז רח''ל.

בעצם מעג מען נאר ריקן א מת מיט א ככר או תינוק ווען ס'איז לצורך המת, אבער אין די פוסקיםזענען זיי דן נאך מציאות'ן ווען ס'איז דא א גרויסע צורך צו מטלטל זיין א מת, ווי למשל לצורך כהנים אדער לצורך חולה, וכו''.

אסאך היינטיגע דאקטוירים זענען מייעץ פאר א מאמע וואס האט רח''ל פארלוירן א קינד בשעת לידה, אז די מאמע זאל נעמען אפאר מינוט צו האלטן די קינד און זיך געזעגענען פון אים אדער איר, עס קען העלפן די מאמע פארמאכן די פרשה און גיין ווייטער, עס האט א שטיקל סברא, ואכמ''ל. ויש לדון אויב מ'מעג האלטן דאס קינד שבת ע''י כא''ת.

בעצם יש לצרף אז די יולדת האט א דין פון א חולה שיש בה סכנה וואס מ'מעג מחלל שבת זיין ליתובי דעתה, אבער מ'קען דן זיין ווי ווייט מ'וועט אננעמען די סברא אז ס'איז טאקע א צורך פאר די מאמע.

ויה''ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
לך על זה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:23 pm
לך על זה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:43 pm
א גרויסע שכח די הלכות זענען זייער קלאר און צום פינטל.לגבי הלכה 3 זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז א פירקאלעיטיר הייסט א גופו. סך הכל איז עס א מחמת איסור וואס האט נישט קיין אפיציעילע תשמיש היתר. וואס סגייט אריין אין די מחלוקת ראשונים.און די הלכה בלייבט דאך אז סאיז מותר
ס'איז א מחלוקת פון היינטיגע אחרונים צו מ'גייט בתר עיקר הכלי וואס דאן איז עס ס''ה א כשמל''א, אדער מ'קוקט עס אן אז די עיקר בכלי איז די שלהבת וואס איז מוקצה מחמת גופו, כ'מיין אז מ'קען גראדע יא מקיל זיין משום שאינו דומה לשלהבת בימי חז''ל ועוד נדון בזה.

יישר כח פאר די הערות.
איך מיין אז סאיז א פשוטע חילוק א שלהבת איז בכלך נישט קיין כלי משאכ א wire אפילו ווען סווערט א פייער איז עס אבער א כלי
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:02 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:23 pm
לך על זה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:43 pm
א גרויסע שכח די הלכות זענען זייער קלאר און צום פינטל.לגבי הלכה 3 זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז א פירקאלעיטיר הייסט א גופו. סך הכל איז עס א מחמת איסור וואס האט נישט קיין אפיציעילע תשמיש היתר. וואס סגייט אריין אין די מחלוקת ראשונים.און די הלכה בלייבט דאך אז סאיז מותר
ס'איז א מחלוקת פון היינטיגע אחרונים צו מ'גייט בתר עיקר הכלי וואס דאן איז עס ס''ה א כשמל''א, אדער מ'קוקט עס אן אז די עיקר בכלי איז די שלהבת וואס איז מוקצה מחמת גופו, כ'מיין אז מ'קען גראדע יא מקיל זיין משום שאינו דומה לשלהבת בימי חז''ל ועוד נדון בזה.

יישר כח פאר די הערות.
איך מיין אז סאיז א פשוטע חילוק א שלהבת איז בכלך נישט קיין כלי משאכ א wire אפילו ווען סווערט א פייער איז עס אבער א כלי
אין נועם השבת איז ער מצדד להקל מכח די סברא אבער וויבאלד דער מנחת יצחק ועוד באטראכטן עס יא ווי א מוקצה מחמת גופו איז ער נאר מיקל בשעת הדחק אבער פארשטייט זיך אז א LED איז פשוט אז עס איז נאר א כלי שמלאכתו לאיסור
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
לך על זה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

4g קאפ האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:29 pm
לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:02 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:23 pm
לך על זה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:43 pm
א גרויסע שכח די הלכות זענען זייער קלאר און צום פינטל.לגבי הלכה 3 זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז א פירקאלעיטיר הייסט א גופו. סך הכל איז עס א מחמת איסור וואס האט נישט קיין אפיציעילע תשמיש היתר. וואס סגייט אריין אין די מחלוקת ראשונים.און די הלכה בלייבט דאך אז סאיז מותר
ס'איז א מחלוקת פון היינטיגע אחרונים צו מ'גייט בתר עיקר הכלי וואס דאן איז עס ס''ה א כשמל''א, אדער מ'קוקט עס אן אז די עיקר בכלי איז די שלהבת וואס איז מוקצה מחמת גופו, כ'מיין אז מ'קען גראדע יא מקיל זיין משום שאינו דומה לשלהבת בימי חז''ל ועוד נדון בזה.

יישר כח פאר די הערות.
איך מיין אז סאיז א פשוטע חילוק א שלהבת איז בכלך נישט קיין כלי משאכ א wire אפילו ווען סווערט א פייער איז עס אבער א כלי
אין נועם השבת איז ער מצדד להקל מכח די סברא אבער וויבאלד דער מנחת יצחק ועוד באטראכטן עס יא ווי א מוקצה מחמת גופו איז ער נאר מיקל בשעת הדחק אבער פארשטייט זיך אז א LED איז פשוט אז עס איז נאר א כלי שמלאכתו לאיסור
אויב מעגליך אלס וואס זאגט די מנחת יצחק אז סאיז א גופו ווייל פשטות איז עס נישט דומה צו א שלהבת וואס איז נישט קיין כלי משאכ א wire וואס איז פשטות יא א כלי
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”