ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בס"ד

אין די יעצטיגע טעג קומט פאר א קאמפיין פאר די ביקור חולים סענטערוויל...

מיין קאזין האט מיך געקאלט אז ער האט א פעידזש, ער איז געווען אין סינסענעטי טשילדרענס האספיטאל פאר אפאר וואכן, ער זאגט מ'האט ממש געהונגערט! ביז די חברה האבן גענומען די זאך אין די הענט אריין...


כ'וועל איבערגיבן ס'ווארט פאר זיי אליין...

אויב האט איר נאכנישט געהערט פון "סינסינעטי טשילדערען'ס האספיטאל" דאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם אליין!

קיינער וויל נישט אנקומען אין שפיטאל, און אוודאי נישט אין אזא שפיטאל, אבער ווען די ניו יארק שפיטעלער גיבן אויף אדער זאגן אז ס'איז נישטא עכט וואס צו טוהן, דעמאלטס מוז מען ליידער צוקומען צו איינע פון די שפיטעלער וואס האבן שוין בס"ד געראטעוועט הונדערטער אידישע קינדער פון גאר שווערע מחלות.

זיין אין שפיטאל איז קיינמאל נישט באקוועם, אבער ווען די רעדע איז אין א ווייטע סטעיט, ווייט אפגערוקט פון די אייגענע סביבה און משפחה, איז די שווערעקייט פיהל פיהל גרעסער! ס'איז נישט מעגליך מיטנעמען עסן פאר 2 חדשים, און מ'קען נישט באקומען פרישע פונדערהיים טאג טעגליך. איז אויסער די עצם פראבלעם אז מ'דארף זיין אין שפיטאל פאר וואכן און חדשים, קומט מיט די פראבלעם פון מה נאכל... ס'איז פשוט נישטא וואס צו עסן דארט!

אזוי איז אלעס געווען ביז *ביקור חולים פון סענטערוויל* איז געגרינדעד געווארן! אצינד איז נייע צייטן... ביקור חולים ד'סענטערוויל האט פשוט גענומען די עסן פראבלעם אויף זיך! זיי שטעלן צו נארהאפטיגע סעודות דריי מאל א טאג אין די אלע שפיטעלער אין די "מידוועסט".

נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה פון ביקור חולים, מיט אפאר דאללער קענט איר ארויסהעלפן צענדליגער משפחות וואס זיצן חדשים אין שפיטאל אז זיי זאלן נישט דארפן מיטמאכן דאפעלט! נעמט אוועק די הונגערן חלק.

אין דעם זכות זאלט איר קיינמאל נישט וויסן וואס די שפיטעלער זענען געמאכט געווארן פאר, איר זאל זיין געזונט און זעהן נחת מיט הרחבת הדעת
ווער ס'קען און וויל זאל לייגן אויף מיין קאזינס פעידזש...

https://fundd.org/165/bkc/5359
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2461
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אה פון די קאזין... דערצייל די גאנצע מיט מיטמאכעניש פון nyu
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דערצייל וואס דו ווייסט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

ריפט אייך אן ווארעם
אטעטשמענטס
5C08A568-FE38-4726-8AF8-9527E809B565.jpeg
5C08A568-FE38-4726-8AF8-9527E809B565.jpeg (250.65 KiB) געזען 3147 מאל
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

נאך
אטעטשמענטס
8FF67604-669D-40FB-9E17-A5704E8BAE2E.jpeg
8FF67604-669D-40FB-9E17-A5704E8BAE2E.jpeg (236.14 KiB) געזען 3024 מאל
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

refill your cell phone 24hr 8453716602 or use this link https://bestcellrefill.com/login/rec.ph ... gs7g%3D%3D to buy a phone or to sign up for autopay call 929-276-4603 or email [email protected]
רעוועי
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 7:47 pm
לאקאציע: https://www.google.com/maps/place/Rahwa ... b1!4m6!3m5

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעוועי »

אנבעליבעוועל א איד האט זיך פאר"חובות"ט מיט קרעדיט קארדס עס אויפצוהאלטן
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

$245k
אטעטשמענטס
C8AB453C-F821-4047-AD1B-0C18A867DF7D.jpeg
C8AB453C-F821-4047-AD1B-0C18A867DF7D.jpeg (377.96 KiB) געזען 2696 מאל
אוועטאר
שפיציגער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 15, 2012 5:27 pm
לאקאציע:אינמיטען שארפן דאס פענע...

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיציגער »

אויב האט איר נאכנישט אריינגעשיקט פאר ש.ז. הירש בזכות ובהשתדלות "וויכטיג מאכער" דאן ליינט די פאלגענדע שורות און שיקט אריין פאר מיר...!!
יישר כחכם ותזכו למצוות!!!

ויקחו לי תרומה...!!! ביקור חולים ד'סענטערוויל...!!!‎‎‎‎‎‎

א גוט יאר טייערע חבר,
ביטע טוה מיר א טובה'לע, און נעם דיר אראפ די צוויי מינוט צו ליינען די קומענדיגע פאר שורות... יישר כח גדול!
השי"ת זאל העלפן אז דו זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט צו זיין אין שפיטאל מער ווי א טאג צוויי, און אפילו דאס, זאל נאר זיין איינמאל אין צוויי יאר פאר א מזל טוב...!!!
אבער לאמיר דיר אביסל מסביר זיין וואס דאס מיינט, (טאמער דו ווייסט ב"ה נישט...)
ווען אונזער ליבע טאטע אין הימל באשערט פאר א איד מיטצומאכן סיי וועלעכע שווערע דורכגאנג מיט אן ערנסטן געזונט פראבלעם ל"ע פאר קיין שום איד נישט!
צו איז דאס דער מענטש אליין ל"ע, צו איז דאס מיט א קינד ל"ע, סיי אן עלטערע קינד, סיי א קליין פיצל, צו איז דאס מיט עלטערן, אדער סיי וועלעכע נאנטן קרוב, אלע זאלן זיין געזונט און שטארק ביז 120!!!
דאס עצם זיין אין א שפיטאל, די לופט דארט, די אטמאספער, די פייפערייען פון די אלע סארט מאשינען, דאס געלויפעכטס און גערעדעכטס פון די אלע דאקטורים און נוירסעס...
דאס אליין קען שוין זיין גענוג סיבה צו ווערן דיזי און אויסגעמיטשעט, אפילו ווען מען זאל נאר האבן געגאנגען פאר א באזוך דארטן...
נו ווער רעדט נאך ווען מען איז דארטן בעת צר לו, מען מוטשעט זיך ל"ע אוועק גאנצעטע טעג און וואכן און צומאל חדשים, מיט עליות און ירידות, די מצב ווערט בעסער, ס'פאלט צוריק, וחוזר חלילה...
צומאל איז די רעדע פון א חולה וואס שוועבט ל"ע בין חיים לחיים... און מען ווייסט נישט וואס די מארגן וועט ברענגען...
מען איז מתפלל טאג און נאכט, מען וויינט זיך אויס מיט'ן תהלים'ל, די קאפ שוועבט, אין מח לויפן ארום אלע סארטן מחשבות ארויף און אראפ ווי א רוילערקאוסטער...
מען פארברענגט שעות אויף שעות מיט דאקטורים, עסקנים, מבינים, דיינים, און אלע סארט הילף אגענעזאציעס, מען איז מטכס עצה וואס צו טוהן אויף ווייטער, וואס איז די בעסטע וועג צו נעמען...
מען שלאפט נישט געהעריג, מען עסט נישט געהעריג, מען האט נישט קיין ישוב הדעת, אריין און שפיטאל ארויס פון שפיטאל, די קינדער אינדערהיים אליין, אדער גאר אויסגעטיילט צווישן גוטע אידן...
וואס זענען די אלע מצבים גורם...???
אז דער מענטש ווערט פיזיש און גייסטיש אפגעשוואכט, און קוים וואס ער פארמאגט די כוחות דורכצוגיין דעם נסיון...!!!
ישראל קדושים הם, עס זענען ב"ה פארהאן פילצאליגע הילף ארגענעזאציעס ביי אידישע קינדער, וואס מען העלפט זיך ארויס איינער דעם אנדערן אויף א געוואלדיגע פארנעם, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער!
אונז זעמער שוין צוגעוואוינט דערצו אז כמעט א יעדע שפיטאל וואו היימישע אידן דרייען זיך, איז פארהאן א ביקור חולים צימער, אויסשטאפירט מיט עסן און טרינקען, מאכלי שבת, וכל טוב וטוב...
געלויבט דער אייבישטער אז דאס טוט טאקע שטארק פארגרינגערן דעם מצב פון א איד און שפיטאל, אז מען עסט און טרינקט געהעריג, קען די מח פונקציאנירן, און מען קען זיך ב"ה מחזק זיין מיט אמונה אין בטחון...!!!
יעצט לאמיר דיר פארציילן, אז עס זענען פארהאן געוויסע פעלער פון געזונטהייט פראבלעמען, וואס די לאקאלע שפיטעלער אין מאנהעטען טוען זיך נישט אינגאנצן אויסצייכענען...
און מיט'ן אייבירשטען'ס הילף זענען פארהאן אנדערע גוטע שפיטעלער איבער גאנץ אמעריקע, מיט גאר גרויסע דאקטורים און ספעציאליסטן וואס קענען בעזהשי"ת היילן די פראבלעמען... (יעדע פראבלעם האט זיך זיין ספעציאליסט)
איינע פון די באקאנטסטע שפיטעלער, וואס עסקנים און גוטע אידן שיקן אהין, איז די גאר גרויסע און גוטע קינדער שפיטאל אין סינסינעטי אהייא (Cincinnati Children's Hospital)
פאר קינדער און אלע עלטער, בעיקר פאר ניי געבוירן פיצלעך, זיי טוען זיך ספעציאלירן און Air-way און GI, דאס הייסט אלע סארט לינגען און אטעמען פראבלעמען, און ווי אויך קישקע פראבלעמען...
דאס געפינט זיך אין די מיד-וועסט, ארום 10 שעה דרייוו פון ניו יארק, און דארט געפונען זיך ליידער כסדר היימישע ניו יארקע אידן וואס קומען אהין מיט זייערע קינדער פאר רפואה...
און דארט איז נישט פארהאן קיין ביקור חולים צימער, נישטא וואס צו עסן, נישטא וואס צו טרינקען, מען טרעפט זיך וואו אין א מדבר...
די נענסטע געשעפט וואס פארקויפט כשר'ס איז א "קראוגער געשעפט" צען-פופצן מינוט פון דארט, וואס דו קענסט דיך דארט דערקוויקן מיט פראדוקטן ווי: גרעיפ דזשוס, מצה, האניג, נודל זופ און סופער סנעק...
האט דער רבוש"ע ברוב רחמיו וחסדיו אזוי צוגעפירט, אז א הייפעלע חסידישע אידן פון ניו יארק, האבן באשלאסן זיך אוועקצוציען, און האבן געמופט קיין סענטערוויל אינדיאנא ארום דריי יאר צוריק, וגם אני בתוכם.
וואוינענדיג דא אין די מיד-וועסט, איז אנגעקומען צו אונז דעם רוף פון די חולי ישראל ומשמשיהן פון די שפיטעלער דא אינעם אומגעגנט, ווי סינסינעטי אהייא, ווי אויך ריילי קינדער שפיטאל אין אינדיאנאפאליס און נאך...
עס האט זיך אנגעהויבן אויף א קליינעם פארנעם, גוטע אידן האבן געקאכט און געבאקן ביי זיך און שטוב, אויף די אייגענע קאסטן, וואלאנטירן האבן אפגעטראגן די עסן צו די שפיטעלער, וואס דאס מיינט איינס ביז איינס א האלב שעה דרייוו.
ליידער און ב"ה... ליידער אז עס האט זיך שטארק פארמערט די געברויך, און ב"ה אז מיר האבן די זכי' ארויסצוהעלפן אידן אין זייער נויט... בעיקר טאקע אין סינסינעטי אהייא, אבער אויך נאך שפיטעלער און די גלילות...
היינט צוטאגס, פארמאגט סענטערוויל ביקור חולים א קאמערשעל קאך, באצאלטע קעכערין'ס, באצאלטע דרייווער, אויסער די וואלענטירן וואס העלפן כסדר וויפיל עס איז מעגליך לשם מצוה...
עס ווערט דעליווערט היימישע ווארעמע מאכלים, פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, מזונות און פירות, שבת'דיגע און יום טוב'דיגע געברויכן, אלעס אויף א געוואלדיגן פארנעם...
דאס טוט ב"ה אזוי פיהל פארגרינגערן און מחי' זיין די צובראכענע אידן וואס וויילן דא אין די שפיטעלער, ווי עס זאגן דערויף עדות פילע אידן וואס האבן זיך מחי' געווען...
איין ביישפיל פון א מעסעדזש: {א גוטן ר' .... ......... א ריזיגע יישר כח פאר די פיינע פרישע עסן! און פאר די גאנצע שבת פעקעדזש, דאס האט אונז ממש מחי׳ געווען און צוריקגעשטעלט די מוט און האפענונג ווייטער אנצוגיין.}
אבער ר' איד, דאס אלעס קאסט אפ שווערע געלטער, און מיר קענען דאס נישט אליין באווייזן, מיר דארפן דיין הילף און שטיצע...!!!
דו וואלסט זיכער געוואלט יעצט מחי' זיין און ברענגען כוחות אין חיות צו חולי ישראל און זייערע משפחות.
דו קענסט יעצט זיין א חלק דערפון דורך דרוקן יעצט דא...!!!
אדער רוף אריין 718-395-5018 דערנאך 1 דערנאך 5382
יישר כח! און תזכו למצוות!
בזכות זה זאל אייך השי"ת בענטשן מיט בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, חסד עושר וכבוד, ברכה והצלחה וסיעתא דשמיא וכט"ס...!!!
https://www.fundd.org/donate/165/bkc/5382
וואטש אוט...!!! מ'קען זיך צושטעכן...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זייער בראשור האט איינער?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
שפיציגער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 15, 2012 5:27 pm
לאקאציע:אינמיטען שארפן דאס פענע...

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיציגער »

דרייטצעך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:56 pm
זייער בראשור האט איינער?
Yanky's Article.pdf
(180.74 KiB) געווארן דאונלאודעד 31 מאל
וואטש אוט...!!! מ'קען זיך צושטעכן...
Kodak
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kodak »

Donated
Say cheese, it's a Kodak film
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: ביקור חולים סענטערוויל קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

שפיציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:21 pm
דרייטצעך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:56 pm
זייער בראשור האט איינער?
Yanky's Article.pdf
Wowowo. זייער אינטערעסאנט אין ווערד צי ליינען, וואלט כדאי געווען עס אריין צי קאפיען. נישט יעדער האט געדילד צי downloading
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”