מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

אחראי: יאנאש

אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

ברשות "לכאורה" גיי איך פתיחה אויף דעם אשכול, וואו מען וועט בלויז דורכלאזן טרוקענע נייעס און רעזולטאטן פון די שטאטישע וואלן אין מדינת ישראל.
---

אלעד:

ויזניץ (שיכון) גייט מיט די ספרדישע קאנידאט יהודה בוטבול.

בן גביר האט מודיע געווען אז ער שטיצט די חסידישע קאנידאט ישראל פרוש.
לעצט פארראכטן דורך nobody אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בית שמש:

אלע פראקציעס פון חב"ד האבן זיך פאראייניגט צו שטיצן די ליטפישע קאנידאט שמואל גרינברג פאר מעיאר און די שלומי אמונים פארטיי פאר סיטי קאונסיל.
לעצט פארראכטן דורך nobody אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

צפת:

אנדערש ווי עס האט געהייסן ביז יעצט, קוקט אויס אז דגל מיט אגודה גייען נישט שטיצן די ספרדישע קאנידאט יוסי קאקאן נאר זיי גייען גיין מיט די אמטירענדער מעיאר שוקי אוחנה (ליכוד).

מודיעין עילית:

היינט האט דער מעיאר קאנידאט יצחק לובצקי פון די זך (בני תורה) פארטיי זיך ארויסגעצויגען פונעם פארמעסט,

מיט דעם בלייבט די אמטירענדע מעיאר יעקב גוטרמן (דגל) דער איינציגסטער קאנידאט,

עס גייט אבער זיין א אפציע פון א "גרינע צעטל" וואס דאס מיינט "קעגן" אויב 51% שטימען אנטקעגן איהם גייט די כח צו ערוועלן א מעיאר אריבער צו די סיטי קאונסיל.
לעצט פארראכטן דורך nobody אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בית שמש:

קהלת פני מנחם (הגר"ש אלתר) שטיצט די ליטפישער מעיאר קאנידאט שמואל גרינברג, ווי אויך די שלומי אמונים פארטיי פאר סיטי קאונסיל.
לעצט פארראכטן דורך nobody אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

מען ווייסט שוין זיכער ווען די וואלן גייען פארקומען?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יישר כוח.

קענט איר זיי מוחל פשוט מאכן א קורצע סך הכול,
ווער לויפט אין אלע היימישע שטעט, און ווער שטיצט וועם.
בני ברק, ירושלים, בית שמש, אלעד, צפת, ביתר, וכו’

פשוט די טריקענע פאקטן.
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 2:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

"קורצע טרוקענע איבערבליק"

ירושלים

פאר סיטי קאונסיל פארמעסטן זיך 4 חרדישע פארטייען,

דגל התורה - האט יעצט 6 בענקלעך.
אגודת ישראל - האט יעצט 3 בענקלעך.
שס - האט יעצט 5 בענקלעך.
עץ - האט יעצט 1 בענקל.

די איינציגסטע ערנסטע קאמפ איז דורך די אגודה פארטיי וועלעכע פרובירט מיט אלע כוחות צו פארגרעסערן זייער כח און נישט איבערשפילן זייער דורכפארל פון לעצטע מאל (6-3).

לגבי די מעיאר אמט איז נישטא קיין ערנסטע פארמעסט און די אמטירענדע מעיאר משה ליאון איז ערווארטעט גרינגערהייט צו געווינען.

בני ברק

פאר סיטי קאונסיל פארמעסטן זיך די פאלגענדע פארטייען

אגודת ישראל
דגל התורה - צוזאמען האבן זיי יעצט 16
שס - האט יעצט 6
עץ - האט יעצט 3
ליכוד - האט יעצט 1
טובת העיר (שלמה אלבוים ממקורבי הגר"ש אלתר)

דארט איז דא א גאר ערנסטע קאמף בעיקר ווייל דגל מיט אגודה לויפן צום ערשטען מאל עקסטער און עס איז ערווארטעט אז דגל וועט אריינקומען אסאך שטערקער ווי אגודה,
ווי אויך איז דא די "ליכוד" פארטיי וואס נעמט מאדערנע ליטווישע קולות און די "טובת העיר" פארטיי וואס קען אוועק נעמן קולות פון חסידישע,
ווי אויך טוט די יחד פארטיי שטיצן שס.

לגבי די מעיאר אמט זענען יעצט דא דריי קאנידאטען

חנוך זייבירט (הסיעה המרכזית) - ווערט דערווייל געשטיצט דורך אגודה מיט עץ
אוריאל בוסו (שס) - איז ערווארטעט זיך ארויסצוציען פונעם פארמעסט
יעקב ווידער (ליכוד)

דגל האט געזאגט אז ביזדערווייל שטיצן זיי נישט קיינעם.

המשך יבא.
לעצט פארראכטן דורך nobody אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בית שמש:

די ציונות הדתית פארטיי האט געמאלדן אז זיי שטיצן די אמטירענדע מעיאר בלוך.
אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

סקר דיירקט פולס (גענומען פאר עליזה בלוך)

בית שמש מעיאר

בלוך - 37%
משה אבוטבול - 26%
שמוליק גרינברג - 20%
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

nobody האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:54 pm
צפת:

אנדערש ווי עס האט געהייסן ביז יעצט, קוקט אויס אז דגל מיט אגודה גייען נישט שטיצן די ספרדישע קאנידאט יוסי קאקאן נאר זיי גייען גיין מיט די אמטירענדער מעיאר שוקי אוחנה (ליכוד).
פון די אנדערע זייט "חבד" וואס לויפט אונטער א אייגענע פארטיי אין צפת האט געמאלדען אז זיי גייען מיט קאקאן.

נ.ב. צפת איז די איינציגסטע שטאט וואו זיי לויפן אונטער א אייגענע פארטיי

פרישע באריכטן אז די בני תורה פארטיי גרייט זיך צו שטיצן די ספרדישע מעיאר קאנידאט יהודה בטבול.

דאס איז אין ראם פון זייער נאציאנאלע דיל מיט די "הסיעה המרכזית".

כדאי אנצומערקן אז לויט די וועטראן זשארנאליסט יעקב ריבלין איז די פארמעסט גאר שמאל און גייט זיך ענדיגן 51/49 און עס איז נישט שייך פארצוזאגן א געווינער.
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

אשדוד?
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בית שמש:

פריש!

קהלת אלכסנדר שטיצט אבוטבול פאר מעיאר און הסיעה המרכזית פאר סיטי קאונסיל (ערווארטעט).

קהלת נדבורנה ירושלים כנ"ל (ביז יעצט געווען מיט שלו"א/גרינברג).

ביידע פארמאגן ארום 20 קולות.
לעצט פארראכטן דורך nobody אום מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

nobody האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 2:47 pm
nobody האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:54 pm
צפת:

אנדערש ווי עס האט געהייסן ביז יעצט, קוקט אויס אז דגל מיט אגודה גייען נישט שטיצן די ספרדישע קאנידאט יוסי קאקאן נאר זיי גייען גיין מיט די אמטירענדער מעיאר שוקי אוחנה (ליכוד).
פון די אנדערע זייט "חבד" וואס לויפט אונטער א אייגענע פארטיי אין צפת האט געמאלדען אז זיי גייען מיט קאקאן.

נ.ב. צפת איז די איינציגסטע שטאט וואו זיי לויפן אונטער א אייגענע פארטיי
און ליכט פון די אלע שמועות איז היינט פארגעקומען א זיצונג פון אגודת ישראל, דגל התורה, שס, חבד, וואו אלע האבן קלאר געשטעלט זייער שטיצע פאר קאקאן.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

שנעלער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:51 am
אשדוד?
בערך,

צו די סיטי קאונסיל פארמעסטן זיך 3 חרדישע פארטייען

אגודת ישראל (גור/ויזניץ שיכון/ויזניץ מרכז/פיטסבורג) - הפלג
מחזיקי הדת - שלומי אמונים - הגר"ש אלתר- דגל התורה
שס

דאס איז די ערשטע מאל וואס אגודה לויפט דארט עקסטער, פארשטייט זיך אז עס איז גאר א אנגעשטרענגטע פארמעסט ווי יעדער פרובירט צו ווייזן זייער כח.

שס און אשדוד איז גאר א שטארקע פארטיי בעיקר צווישען מסורתיים, און איז פאריגע בחירות גאר שטארק געוואקעסען.

לגבי די מעיאר אמט,

ביידע אשכנזישע פארטייען שטיצן דער אמטירענדע מעיאר יחיאל לסרי (ליכוד) וועלעכע איז ערווארטעט צו געוואונען אדער לכה"פ אנקומען צום צווייטן ראונד.

שס לעומת זה האט בשו"א נישט געוואלט שטיצן לסרי צוליב דעם האבן זיי פרובירט צו ברענגן א קאנידאט ברק סרי (מלפנים א יועץ פון אריה דרעי) עס איז אבער נישט געלונגען.
איז דער לאקעלע שס פירער אליינס אריין און די פארמעסט, אבער עס ווערט אנגעקוקט ווי א שטרוי קאנידאטור מיטן ציל אוועקצונעמן קולות פון לסרי,
זיי האבן אבער קיינעם אנדערש וואס זיי קענען שטיצען ווייל אלע אנדערע מעיאר קאנידאטען זענען אפיציעל אנטי חרדים (כידוע אז אשדוד איז א שטארקע רוסישע שטאט).

אגב היינט האט זיך ברק סרי אפיציעל ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און געמאלדן אז ער שטיצט שמעון כצנלסון (ישראל ביתנו).
לעצט פארראכטן דורך nobody אום מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

המשך: אלעד

פאר סיטי קאונסיל פארמעסטן זיך די פאלגענדע (ערנסטע) פארטייען

שס - האט יעצט 5
אגודת ישראל - האט יעצט 4
דגל התורה - האט יעצט 3
ישי (תימנים) - האט יעצט 1
איגוד הקהלות (הרב מאזוז) האט יעצט 1
מזרחי - האט יעצט 1
בני תורה - 0 (באקומען לעצטע מאל 612 קולות)
יצחק חלה - 0 (באקומען לעצטע מאל 624 קולות)

די עיקר פארמעסט ביי סיטי קאונסיל איז צווישן שס און די אנדערע ספרדישע פארטיייען אלעס אנדערש איז ערווארטעט צו בלייבן בערך די זעלבע.

מעיאר פארמעסט:

עס זענען דא צוויי קאנידאטען ישראל פרוש (אגודת ישראל), יהודה בוטבול (שס)

בוטבול ווערט ביזדערווייל געשטיצט דורך:

שס
ויניץ שיכון (די גרעסטע חסידישע קהלה אין שטאט)
די לאקאלע מזרחי - בצלאל סמוטריץ
יצחק חלה
(ווי אויך נאך א קליינע פארטיי וולעכע לויפט צום ערשטען מאל און איז נישט ערווארטעט אנצוציען קיין סאך)

פרוש:

אגודת ישראל (יעדער אויסער ויניץ שיכון)
דגל התורה
ישי
איגוד הקהילות
איתמר בן-גביר

בני תורה האט נאכנישט מחליט געווען,

ווי שוין געשריבען ווערט עס פארעכנט אלץ א גאר שמאלע פארמעסט, ווי אויכעט איז עס די מערסט נאכגעקוקטע חרדישע פארמעסט איבער דאס לאנד.
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

ביתר?
רכסים?
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בני ברק:

פרישע אנקעטע אויף די סיטי קאונסיל פארמעסט:

דגל התורה - 27% (בערך 8)
שס - 27% (כנ"ל)
אגודת ישראל - 18% (בערך 5)
ליכוד - 7% (בערך 2)
טובת העיר - 7% (כנ"ל)
בני תורה - 4% (בערך 1)

מעיאר פארמעסט:

אוריאל בוסו - 37%
חנוך זייברט - 28%
יעקב וידר (ליכוד)- 8%
צבי רייך (עץ) - 2%

(JDN-מכון אסקריא)
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

nobody האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 6:30 pm
אלעד:

פרישע באריכטן אז די בני תורה פארטיי גרייט זיך צו שטיצן די ספרדישע מעיאר קאנידאט יהודה בטבול.

דאס איז אין ראם פון זייער נאציאנאלע דיל מיט די "הסיעה המרכזית".
סופי!

בני תורה (תחת הגר"א דויטש) האט געחתמעט מיט בוטבול.

ס"ה קולות וואס יעדע קאנידאט האט, מיטן חשבון אז יעדער גייט מיט די קאנידאט וואס זיין פארטיי שטיצט:

בוטבול
שס- 5263 + חלה- 624 + בני תורה- 612 + ויזניץ (בערך) 1339 ס"ה 7838

פרוש
דגל התורה- 3145 + תימנים- 1198 + א"ה- 1444 + אגודה- (בערך) 2300 ס"ה 8087

נאכדעם איז דא די מזרחי וואס איז צוטיילט צווישן זיך און נישט מעגליך פארצוזאגן.

(די נומערן זענען פון פאריגע בחירות)
לעצט פארראכטן דורך nobody אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישארף
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 2:05 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישארף »

ייש"כ פאר די קלארע 'טרוקענע' פאקטן, גיי אן!
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בני תורה(הגר"א דויטש):

אין ראם פון די נאציאנאלע אפמאך מיט די הסיעה המרכזית איז היינט דא א מודעה אין די הפלס צייטונג איבער וועלעכע קאנידאטען זיי שטיצען, ווי פאלגענד:

בני ברק : חנוך זייברט
אלעד: יהודה בוטבול
אשדוד: יחיאל לסרי

אין ביתר גייען זיי מיט רובינשטיין (האט נישט קיין ערנסטע קעגנער) ווי אויך אין בית שמש שטיצן זיי בידערווייל זייער אייגענע (שטרוי) קאנידאט.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

די באקאנטע "איש המספרים" אברהם ובר (דגה"ת), וועלעכע האט פינקטלעך פארגעזאגט די רעזולטאטען אין 2018, או איז גאר אנגענומען איבעראל אלץ א יודע דבר,
איז היינט ארויסגעקומען מיט א דעטאלירטע חשבון אז די ליטווישע קאנידאט שמואל גרינברג אין בית שמש וועלעכע ווערט אויך געשטיצט דורך שלו"א
האט גאר גרויסע טשענסעס אנצוקומען צו 41% שוין ביי די ערשטע ראונד.

נ.ב. דארט ארבעט עס אזוי ווי דא ביי די מעיאר וואלן אז אויב קיינער האט נישט 40% גייט מען צו א צווייטע ראונד.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: מדנ"י שטאטישע וואלן "בלויז טרוקענע נייעס און רעזולטאטען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

nobody האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:42 am

אין ראם פון די נאציאנאלע אפמאך מיט די הסיעה המרכזית

ווי אויך אין בית שמש שטיצן זיי בידערווייל זייער אייגענע (שטרוי) קאנידאט.
שכח @nobody פאר די באריכטן.
אויב די קענסט ביטע מסביר זיין וואס איז הסיעה המרכזית, און וואס איז די דיל?
און וואס הייסט א שטרוי קאנדידאט?
Break
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”