הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מה יעשה הרב איבערלעבער שבניו ובנותיו שהגיעו לחינוך קיבלו לא נתקבל בגלל 45K שכר לימוד חובות

מיר ווילן דיר שטיצן בס"ד ווי אין די פארגאנגענהייט. מיר האבן אריינגעשיקט אין קוויק פעי אזוי האסטו עס געווענליך בו ביום.
27
47%
מיר ווילן דיר שטיצן בס"ד ווי אין די פארגאנגענהייט, און מיר האבן אריינגעשיקט אין די חסד פאנד געגרינדעט דורך רחב"מ זצ"ל. אזוי גייט עס דירעקט צום בית חינוך כאטש מיט א היפשע דילעי.
13
23%
מיר ווילן דיר שטיצן, מיר וועלן נישט שטיצן, מיר האבן שוין גענוג געשטיצט אין די פארגאנגענהייט
5
9%
איך ווייס נישט ווי אזוי מיר האבן נאך טענות אויף א מלמד פון צייט צו צייט ער ארבייט דאך פאר FREE. איך וועל שרייבן א פאר ווערטער לטובת הענין בפרט און מלמדים בכלל
12
21%
סך הכל שטימען: 57

איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

[פארוויינט פארשעמט פארקלעמט פארצערט פארשפארט פארזעצט]
[אזוי פיהל פרובירט און דורכגעפאלן ב"ה איינגעפאלן אז די טענה "די קעפל פון די וואל בודקע קען נישט אנטהאלטן מער ווי 100 אותיות.... מיינט מען דארף ארויסנעמען אלע " " " פון די וואל קעפל... ב"ה אשר יעצנו]
אז איך בין ארויף דא אהער,
גיב א קליינע קלער,
איך האב דאך שוין אפגעמאכט אז נישט מער,
נישט קיין חילוק וואס און ווער,
עס איז נישט פער,
א לאנגע אפוועזענהייט זאגט לכאורה קלאר,
ער מיינט עס פשטות גאנץ וואהר,
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע גאר,
וואס טוט ער אין די צייט דא?
דאס הארץ צוגייט מיר פון די משא,
ווי מער איך פרוביר זיך נישט וויסענדיג צו מאכן לעת עתה,
די מציאות קלאפט אין פנים,
איך ווענט זיך צו אחינו בנ"י הקרויין למקום בנים,
שטיצט מיר לעת כזאת,
איך האלט עס באלד נישט אויס,
די חסדי השם איז זייער גרויס,
איך לייקן נישט אין דעם חלילה וחס,
אבער די הארץ קלעמט און די אויגן איז נאס,
עס איז נישט פשוט די קליינע זענען אין גאס,
מען נעמט נישט אהן אין חדר און אין סקול,
איך בין מודה דאסמאהל,
איך וואלט נישט געווען בעסער ווי זיי,
מען דארף דאך צאהלן כאטש די נידעריגע געהאלט,
פאר די געטרייע מחנכים אין די תורה אנשטאלט,
אפילו איך זאל נעמען א בי ענד עידש דשאב באלד,
וועלן די קליינע בלייבן עלנד און קאלט,
איך ווייס איך בין ככלב הצווח הב הב אוי ווי א שאנד,
איך שעם זיך און מיין פנים פון בושה פלאמט,
די גאנצע קיוסק איז הייס,
קיינער ווייסט נישט פארוואס זיי ווישן די שווייס,
בושה תכסה פנינו, כי לרש אין כל גורלנו, כל מה שעשיתי שלא לההזדקק לבשר ודם, לא עלתה בידי כי אם בדם, מה אעשה?
על כן בשכר זאת קל חי חלקינו צוה לברכתך לכל מי שיזכה להשתתף למלאות בקשתי אנחתי מעומק חדרי לבבי הנשבר אנא הצלה!!!! ארבעים וחמשה אלף אך ורק לבית הספר כאשר העסקנים ששולחים הכסף דירעקט צו זיי!!! זענען דא באקאנט און וועריפייען אלעס.
איך קען נישט מער שרייבן ווייל איך מוז האלטן עפעס בלוט אין מיר אנצוגיין נאך א טאג.
חדר איבער 20K סקול איבער 12K ישיבה איבער 14K
הרב איבערלעבער
אייער פריינד וואס אלע אייערע אזכרות ליגט נאך אלץ אין מיין טרערן געווייקטע תהלים

צוגעלייגטע
דאר שטארק צענזורירט
איך וואלט זיל באגאניגט דאס לעבן מיט א קליינע גארנישט. מה אעשה אז זי פארלאנגט [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]האון מאנט א סוס לרכוב עליו ורצים רצים לפניו.
נאך א זאך,[][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]ה וואלט עס געווען נאר איך מיט איהר איז איין זאך, עס איז דא ב"ה קע"ה א משפחהלע נ"י והבן היטב.
ליידער וויפיהל איך פרוביר קומט צו דעד ענדס. בעווה"ר בין איך נישט מצליח להביא טרף לביתי. וואס איך ריר צו ווערט גאלד בלשון סגי נהור.
איך לערן [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]ה מען צאהלט [][][] א טאג שוין אראפ צו [][][]. מלמד קרוב לחצי יובל יאהר באצאהלט ענדליך ][][][][][][][][][][][][ א יאהר א שפיי אין וואסער[][][][][][][][][][][][][][][]ה
לערנט מתמידים מיט קינדער א קורצע צייט שיין געהאלט ][][][][][][][][][][][][ קומט א רשע און רוידפט יעדער וואס שיקט צו מיר רעזאלט? 2 קינדער
הרה"צ רבי חיים בער זצ"ל האט אנגעהויבן שאפן און געזאגט ער וועט באצאהלן די מוסדות שכר לימוד ואותנו עזה לאנחות
לעת עתה האט מען אפגעזאגט מיינע קינדער[][][][][][][][][][][][][][][][][]
מיין טאכטער [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]פון קלאס על אף זיי האבן באקומען א גרויסע פעימענט היי יאהר בו בעת מיין ווייב איז געווען אין שפיטאל מיט די ניי געבוירענע איך בין געווען [][][][][][][][][][][][][]ה מיט מיין [][][] יעריגע מיט [][][][][][][][][][][][][][][]די נשמה איז געווען אין די האנט געלאפן אין חדר און פלוצים בום "טאטי מען לאזט מיך נישט אין קלאס again האסט געצאהלט ניין? יא! איך האב אפילו גערעדט מיט זיי לעצטע וואך וכו.
איך באשולדיג קיינעם נישט איך ברענג נאר ארויס וואס עס גייט פאר ב"ה וב"ש
וואוטשערס? אפלייעד אפראוווד א יאהר צוריק אלעס איז סטאק!! נאטינג מווינג
סעקשין [][][][][][][][][][][][][][][]צרות ווי א בארג פארגארנישט...
יעדע מיטוואך און דאנערשטאג [][][][][][][][][][][][][][]אפגעהאקט.
עס איז נישט מער ווי השי"ת האט א חשבון אונז ווייסן נישט אלעס.
שוין נישט צו רעדן די ][][][][][][][][][][][][ פינאנציעלע בראך וואס איך האב אויסגעשמיסט מיט הרה"צ רח"ב זצ"ל און ווי גוט ער האט מיר געמאכט פילן אז אפילו נישט די אלע שוידערליכע מעשיות וויל ער און ער דארף... מיר העלפן אלץ מלמד תורה פאר זיינע אידישע ברודער.
א[][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][] אלפים און מיך געלאזט הענגן [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]כמה וכמה אלפים לשנה דורך אויפמאכן צומאכן [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]ה
נאך [][][][][][][][][][][][][][][][][][][]חדשים האט אלעס געקראכט און איך בין געבליבן און געווארן א בעל חוב זיך נישט ארויסגעזעהן דערפון זייט דעמאלט. [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][] מיינע קינדער נעבן מיר [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]ה די xxxxxxxxxxx[][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]xxxxxxxxx[][][][][][][][][][][][][][][][]די געוויינען און געשרייען פון [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]גובר געווען אויף די הארטע xxxxxxxxאון זיי האבן איהם צוגערעדט נישט צו xxxxxxxxxxxשומו שמים. [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][] דין תורה ער? קיינמאל נישט זיך וויסענדיג געמאכט ביז א התראת סירוב [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]\wow ראיתי דעם בער במלא קומתו לנגד עיני. והסוף? [][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][] מיט מיין ווייבס רשות! די ווייבער זענען פרענדס די מענער זענען נישט צוקריגט די חובות אויף מיינע פלייצעס.
[][][][][][][][][][][]ה יאהר פיהל מיט חסדים טובים וואס איך בין נישט ווערד. [][][][][][][][][][][][]יאהר שווייס און בלוט אלעס געטראגן אליין אהן קיין סעד ותומך נאר א עזר "כנגדו" לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי. אן עושר העלפט מען שנעלער ווי א דורכפאל ווי מיר. עס איז דא אזוי פיהל געלט זאגט ר חיים בער מען דארף נאר איינער זאל עס אפנעמען. ולא לידי מתנת בשר ודם מה אעשה שכן גזרה חכמתו יתברך וכל מה שניסיתי ועשיתי לא להזדקק לזה לא עלתה בידי בעווה"ר ויה"ר שיתגלה לנו במהרה באנ[][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][][]א במהרה בימנו אמן
והוא רחום יכפר
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

ouchhhhhhhhhhhhhhhhhhhhhhhh
#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:13 pm
ouchhhhhhhhhhhhhhhhhhhhhhhh
הערשט יעצט האס איך אויסגעשאסן מיט טרערן אוי וויין איך. איך קען נישט צוהערן דיין ווייטאגליכע געשריי.
איך גיי.
אידן פליז מאך אן איבערקערעניש אן איבערדריי
יישר כח. ביי
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אוי אוי אוי כבוד הרב כקען עס נישט אויסהאלטן, כזיץ און וויין ליינענדיג דיין געשיכטע אונז שפיר מיר דיין צער!
די הארץ רייסט אזאנס צו הערן, גיי מיר בעז"ה פרובירן טוען וואס מקען ארויסצוהעלפן כאטש כווייס אז וויפעל איך קען העלפן גייט נישט אנפילן די ריזיגע לאך, אבער מיין חלק וועל איך טוען בעז"ה.

און צו דיר הרב כווייס נישט ווער איז זענט, אבער שכרך הרבה מאוד דיינע הרבצת תורה מיט יסורי איוב איז זיכער עפעס וואס ווערט נישט אדורגעלאזט אן גארנישט, שטארק זיך ברודער ווייל סקומט גוטע טעג בעז"ה!

כגלייב אז עצות דארפט איר נישט, נאר אז איר שרייבט דערוועגן וועל איך פרעגן, די וואוטשערס און סעקשאן 8 איז עפעס וואס איר האט שוין דורכגערעדט מיט א מומחה צו הערן וואס גייט פאר און ווי אזוי מקען עס מתקן זיין?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

חסד השם האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:22 pm

וואטשערס פון אלף
אכט האט נאך אויסזיכטן.

אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

הננו מוכן ומזומן - גיימיר געבן ווייטער, איך האב נישט קיין סאך אבער פארדעם שרייב איך דא אולי וועט דאס מעורר זיין נאך עטליכע אידן, איך האב שוין פאר דעם צוועק געגעבן עטליכע מאל און וועל בע"ה ווייטער געבן לויט וויפיל שייך. ואליכם אישים אקרא! חושו נא התאזרו נא! לאמיר גרינגער מאכן דעם חשובן איד.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

נעם ביטע אראפ די דריטע אפציע ווייל איך וועל נישט קענען צוקוקן אויב עס באקומט א שטימע.

אי"ה מארגן אין אפיס משתתף זיין.
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

יחיד מומחה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:29 pm
הננו מוכן ומזומן - גיימיר געבן ווייטער, איך האב נישט קיין סאך אבער פארדעם שרייב איך דא אולי וועט דאס מעורר זיין נאך עטליכע אידן, איך האב שוין פאר דעם צוועק געגעבן עטליכע מאל און וועל בע"ה ווייטער געבן לויט וויפיל שייך. ואליכם אישים אקרא! חושו נא התאזרו נא! לאמיר גרינגער מאכן דעם חשובן איד.
האב איך מאיזה סיבה איבעגערגעליינט דעם אנקעטע דא שוין נאכן געבן אינעם חסד פאנד און געזען אז געזען אז די קוויק פעי איז די שנעלסטע וועג מחי׳ צו זיין ידידינו הרב איבערלעבער האב איך טאקע געגעבן ווידעראמאל דארט אויך!

זאל דער אייבערשטער דיך אויפרעכטן מיט אונז אלע אינאיינעם בב״א!
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

יעצט געשיקט א קליינע נתינה (100 דאללער), הלוואי וואלט איך געגעבן מער.
האב מיר אינזין לפרנסה בהרחבה.
לעצט פארראכטן דורך משזר עריכה אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

לערנט מתמידים מיט קינדער א קורצע צייט שיין געהאלט ][][][][][][][][][][][][ קומט א רשע און רוידפט יעדער וואס שיקט צו מיר רעזאלט? 2 קינדער

וואס הייסט?
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

ווייל נישט מיך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:23 pm
לערנט מתמידים מיט קינדער א קורצע צייט שיין געהאלט ][][][][][][][][][][][][ קומט א רשע און רוידפט יעדער וואס שיקט צו מיר רעזאלט? 2 קינדער

וואס הייסט?
ווי איך פארשטיי האט ער געהאט א מתמידים פון 18 קינדער געמאכט שיין פרנסה דערפון, איינער א גוטע איד האט אים אונטערגעהאקט לכבוד דעם איז ער געבליבן מיט נאר 2 קינדער, סהייסט די איבעריגע זענען ארויס
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

איבערלעבער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:26 pm
חסד השם האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:22 pm
אוי אוי אוי כבוד הרב כקען עס נישט אויסהאלטן, כזיץ און וויין ליינענדיג דיין געשיכטע אונז שפיר מיר דיין צער!
די הארץ רייסט אזאנס צו הערן, גיי מיר בעז"ה פרובירן טוען וואס מקען ארויסצוהעלפן כאטש כווייס אז וויפעל איך קען העלפן גייט נישט אנפילן די ריזיגע לאך, אבער מיין חלק וועל איך טוען בעז"ה.

און צו דיר הרב כווייס נישט ווער איז זענט, אבער שכרך הרבה מאוד דיינע הרבצת תורה מיט יסורי איוב איז זיכער עפעס וואס ווערט נישט אדורגעלאזט אן גארנישט, שטארק זיך ברודער ווייל סקומט גוטע טעג בעז"ה!

כגלייב אז עצות דארפט איר נישט, נאר אז איר שרייבט דערוועגן וועל איך פרעגן, די וואוטשערס און סעקשאן 8 איז עפעס וואס איר האט שוין דורכגערעדט מיט א מומחה צו הערן וואס גייט פאר און ווי אזוי מקען עס מתקן זיין?
וואטשערס פון אלף
אכט האט נאך אויסזיכטן.
כמיין צו פרעגן אויב איר דארפט הילף אויף איינע פון די ענינים אדער איר דיעלט שוין מיט די וואס טוען עס?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

איך האב מיר אפאר טאג צירוק דערמאנט אז איך האב געהאט צוגעזאגט א געוויסע סכום ביים פאריגען קאמפיין און עס נאכנישט געגעבן, איך בין יעצט אביסל געדריקט, אבער איך וועל בל״נ משתדל זיין עס צו באצאלן ווי אומשנעלסטן.

לאז אויך וויסן אויב מקען דיר עפעס העלפן בנוגע וואטשערס, איך גלייב אז עס דארף נישט זיין שווער עס צו ערלעדיגן.
איפה יאסעלע?
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

ברענג א צעטל פון א רב, וועל איך שטיצן, בל"נ.
א דירעקט פעינמענט פאר די מוסדות / קאן עדיסאן,
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

Ozd האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:27 am
ברענג א צעטל פון א רב, וועל איך שטיצן, בל"נ.
א דירעקט פעינמענט פאר די מוסדות / קאן עדיסאן,
א גוט יאהר.
די צדיקים @לכאורה און @וויכטיג מאכער און זייער חברים האבן עס נאכגעגאנגען עד הסוף. וועריפייד און אליין גערעדט מיט רבנים נישט קיין בריוו. כאטש ווי עס זעהט אויס זיי זענען מיד פון מיר לעת עתה, זיי האבן מיט מסירת נפש אראפגענומען א ריזיגן חלק יאך פון מיינע חובות פון מיינע פלייצעס בשעתו, א גרויסע שווערע יאך איז פארבליבן. אינקאם שטארק געהויבן מיר קאווערן זיך חודשליך אבער די אנגעזאמעלטע איז קיינמאל נישט אראפ.

אפשר זענען מיר גרייט פאר אייער פארלאנג.
פון וויפיהל $ קען מען רעדן?
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, לי"ש יהבו"ה בשם כל ישראל. לשם מיינע קינדער מיינע זיסע שלא טעמו טעם חטא ובשם כל תלמידי בעבר ובהוה ובכח "מלמד תורה לעמו ישראל" זייענדיג שליחא דרחמנא און שליחא דידן"

"ווער שפייזט וועם"
הג"מ רבי מרדכי יפה שליט"א, פון די מירער ראשי ישיבה, א תלמיד פון הג"ר רבי שמואל אויערבך זצ"ל פארציילט בשם זיין רבי הג"ר רבי שמואל אויערבך זצ"ל. א איד א גביר פלעגט געבן מדי חודש בחודש א גרויסע סכום געלט פאר תמיכה לתלמידי חכמים, דער גביר פלעגט עס איבערגעבן און האט זיך אינגאנצען פארלאזט אויף הגה"צ ר' שלמה זלמן אויערבאך זצוק"ל ער זאל עס געבן פאר וועם ער פארשטייט. אזוי האט זיך עס געפירט פיהלע יאהרן. אויך נאך וואס ר' שלמה זלמן איז אוועק, האט דער גביר ממשיך געווען און איבערגעגעבן די סכום פאר רבי שמואל.
ר' שמואל האט אויסגעטיילט דאס געלט פאר תלמידי חכמים. א גרויסע חלק פון די געלט האט ער געגעבן פאר הגה"ח רבי סענדר פריינד זצוק"ל, מגאוני וצדיקי ירושלים. א מתמיד עצום און א בקי בכל התורה, אזוי האט ער זיך געפיהרט יעדע חודש.
איינמאל ערב ראש סיון איז עס געווען, און דער גביר איז געקומען איבערגעבן ווי שטענדיג דאס געלט פאר ר' שמואל, און ער איז איהם מודיע מיט טרערן אין די אויגן אז דאס איז עס ליידער. דאס וועט זיין די לעצטע שטיצע וואס ער קען געבן. די ביזנעס לא עלינו ולא עליכם איז אינטערגעגאנגען און ער קען מער נישט שטיצן אזוי ווי אמאהל.
רבי שמואל האט דאס פארציילט פאר זיין אויבנדערמאנטע תלמיד רבי מרדכי יפה, און ער האט צוגעלייגט מיט זארג אז זיין עיקר דאגה איז וועגן ר' סענדר, וואס פאר איהם איז די שטיצע ווי לופט צום אטעמען דאס איז אויף וואס ער לעבט. ממש פיקוח נפש. במשך די גאנצע חודש איז ר' שמואל
געווען פארנומען לחשוב מחשבות און מטכס עצה זיין, פון וואו וועט ער קענען עפעס צוזאמשטעלן, עפעס א שטיצע פאר ר' סענדר.
עס האט אבער נישט אויסגעפעלט. י"ט סיון איז ר' סענדר אוועק. די קומענדיגער ערב ראש חודש איז נאכנישט דא און ר' סענדער דארף שוין נישט די שטיצע...
כל העולם לא ניזון אלא בשביל חנינא בני!
ווען ר' שמואל האט געהערט פון ר' סענדרס פטירה, האט ער זיך אנגערופען צו צו זיין תלמיד ר' מרדכי, גיב א קוק א דבר פלא, דער גביר האט יאהרן לאנג זיך איינגערעט אז ער שטיצט און איז מפרנס ר' סענדר, אבער דער אמת איז גאר קאפויער. ר' סענדר האט געשטיצט דעם גביר! זיין גאנצע עשירות איז איהם נאר געקומען א דאנק ר' סענדר. די רגע וואס ר' סענדרס יאהרן האבן זיך געענדיגט, האט זיך דער גביר'ס ביזנעס צוזאמגעלייגט.
הפלא ופלא.
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איבערלעבער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:43 pm
.
טשעק דיין אישי
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

חסד השם האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:06 am
ווייל נישט מיך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:23 pm
לערנט מתמידים מיט קינדער א קורצע צייט שיין געהאלט ][][][][][][][][][][][][ קומט א רשע און רוידפט יעדער וואס שיקט צו מיר רעזאלט? 2 קינדער

וואס הייסט?
ווי איך פארשטיי האט ער געהאט א מתמידים פון 18 קינדער געמאכט שיין פרנסה דערפון, איינער א גוטע איד האט אים אונטערגעהאקט לכבוד דעם איז ער געבליבן מיט נאר 2 קינדער, סהייסט די איבעריגע זענען ארויס
איינער א גטער איד שיין.
ער איז א ש"ס איד א תלמיד חכם אן עושר און א בעל גאוה וואס האט נישט געגליכן דאס וואס איך האב געגעבן פאר זיין זוהן וואס איז נאך גרעסער פון טאטן אן אורחות צדיקים און מעודד געווען צו לערנען שער הגאווה..
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איינער פון די טייערע אידן דא האט מיט אוטענטישע זארג מיט א אידיש הארץ געפרעגט אין אישי.
איינער וואס דארף יעצט זיין אין חדר אדער סקול ישיבה, איז אינדרויסן מחמת חוסר ממון?
דער ענטפער איז ניין יעצט נישט.
וואס זאל איך ווארטן עס זאל געשעהן?
זאל איבערלעבער נישט איבערלעבן וועלן מיר טרעפן מיליאנען אין מינוטין! וואס גייט אהן די מענטשהייט אז איך גראדע לעב אויך אביסל?

יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7189
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

איבערלעבער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:40 pm
איינער פון די טייערע אידן דא האט מיט אוטענטישע זארג מיט א אידיש הארץ געפרעגט אין אישי.
איינער וואס דארף יעצט זיין אין חדר אדער סקול ישיבה, איז אינדרויסן מחמת חוסר ממון?
דער ענטפער איז ניין יעצט נישט.
וואס זאל איך ווארטן עס זאל געשעהן?
זאל איבערלעבער נישט איבערלעבן וועלן מיר טרעפן מיליאנען אין מינוטין! וואס גייט אהן די מענטשהייט אז איך גראדע לעב אויך אביסל?
ווייטאגליך ביז גאר! כ׳האב זייער שטארק דיר געוואלט געבן מער ווי די הונדערטער נעכטן, אבער כ׳קען נישט אויף די מינוט, בעז״ה בקרוב ממש!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:44 pm
איבערלעבער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:40 pm
איינער פון די טייערע אידן דא האט מיט אוטענטישע זארג מיט א אידיש הארץ געפרעגט אין אישי.
איינער וואס דארף יעצט זיין אין חדר אדער סקול ישיבה, איז אינדרויסן מחמת חוסר ממון?
דער ענטפער איז ניין יעצט נישט.
וואס זאל איך ווארטן עס זאל געשעהן?
זאל איבערלעבער נישט איבערלעבן וועלן מיר טרעפן מיליאנען אין מינוטין! וואס גייט אהן די מענטשהייט אז איך גראדע לעב אויך אביסל?
ווייטאגליך ביז גאר! כ׳האב זייער שטארק דיר געוואלט געבן מער ווי די הונדערטער נעכטן, אבער כ׳קען נישט אויף די מינוט, בעז״ה בקרוב ממש!
שכוח יקוש הצדיק! מיר קענען זיך נישט פון היינט. דיינע צקדות און ריין הארץ לא חוזרת ריקם.
ביי די וועי ע"פ חזל האב איך צוויי סימנים וואס חייו אינם חיים. וואס איך בעט איז נעמט אראפ אביסעל פון איינס און שוין...
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

וואס איז געבליבן מיט דעם?👇

ממוצע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:50 pm
ווי שוין געשריבן, ארבעט מען צו אוועקשטעלן דעם איד איינמאל פאר אלעמאל אויף א פראפעסיאנאלן אופן. עס נעמט צייט צו אימפלעמענטירן. אזוי אויך וויל מען האבן א קלארע בילד וואו מ'שטייט און וויפיל ס'פעלט זיך אויס. ווען דער פלאן וועט זיין צעמענטירט און מיט א קלארע וויזיע, וועט מען בעז"ה גיין ווייטער. מ'ארבעט דערויף ביזדערווייל.
🌻 🌻 🌻
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

להלכה, שכר לימוד על מי
בעל קורא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:46 pm
בהמשך צו viewtopic.php?t=65555 אל בנותי כי מר לי מאד מכם
בעל קורא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:54 am
מיט עטליכע יאר צוריק, ווען אני הדל האב געהאט א תפקיד אין א מוסד חינוך, איז צומיר צוגעקומען א גרויסער תלמיד חכם וואס האט מיר אביסל געקענט, ואלו דבריו, לויט דיין געשטעל זעה איך א פאטענציאל אז דו וועסט נאך אמאל באזעצן א תפקיד פון מנהל, אלזא זאלסטו וויסן אז ווען עס מאכט זיך א פאל, וואס איז ליידער זייער מצוי, אז עלטערן זענען נישט ביכולת צו צאלן שכר לימוד טאר דאס בשום אופן נישט זיין קיין אפהאלט פון אננעמען-האלטן קינדער אין מוסדות. ער האט געהאט אויף דעם א גאנצע אריכות דברים, ובאמת האט ער עס אנגעכאפט מיסודו טענהנדיג אז הלכה'דיג איז די געברויך פון אוועקשטעלן מוסדות, סיי פאר אינגלעך סיי פאר מיידלעך, בגדר צרכי העיר, וואס איז בעצם וראשונה מוטל אויף אלע בני העיר (כמבואר ביו"ד ובחו"מ), צו דערצו האט ער געוואוסט פון א הוראה פון הג"ר מנדל שאפרן אז עס איז די אחריות המוסדות, כלומר אז אין אנפירן א מוסד ליגט די אחריות צו דעקן די קאסטן פון דארט וואו עס דארף קומען. ועוד האריך אז עס איז נישט שייך צו הייסן עלטערן גיין נאך צדקה פאר זיך, אויף א זאך וואס איז בעצם מוטל אויפן ציבור, מען ווארפט איהם אריין אין בזיונות וואס קומט איהם בכלל נישט, משא"כ ווען דער מוסד גייט פאר געלט פארן קיום המוסד.
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:13 am
אפשר זענט איר אויך א חלק פונעם ציבור וואס דארף זיך זארגן פאר חינוך הבנים והבנות און איר זאלט אליין גיין נאך געלט פאר דעם צוועק? פארוואס דארף די מוסד גיין נאך געלט פאר אייך?
איך האב נאר צוגעברענגט דברי תלמיד חכם מובהק, וואס האט געהאט באמתחתו א פסק להלכה פון הג"ר מענדל שפרן שליט"א. כוועל אי"ה ווייטער ברענגען גופא דעובדא פון דעם פסק.

אבער נחזי אנן,
די שאלה בעצם איז פאר וועמעןדארף מען דא גיין פאר געלט. פאר דער טאטע, אדער פאר די מוסד וואס לערנט מיט אידישע קינדער.

בימי הגאון החזון איש האט מען געבויעט א מקוה טהרה אין איינע פון די ישובים, זיך צו מטהר זיין פארן דאווענען און לכבוד שבת וברגל, ובכל עת מצוא. זענען געווען דארט וואס האבן געטענה'ט אז זיי גייען אין מקוה נאר עיוה"ק און פאר די איין מאל איז א שאד צו בויען א מקוה אויפן פלאץ מקען אביסל צופארן, אויב אזוי האבן זיי זיך געוואלט פטר'ן פון זייער חלק. דער חזו"א האט געזאגט זיי זענען נישט גערעכט, ווייל די מקוה איז מכלל צרכי העיר וואס איז מוטל אויף אלע בני העיר צוגלייך, נישט קיין חילוק וויפיהל דו נוצסט עס.

בימים עברו איז געווען א מס פאר די אלע צרכים. און עס איז געווען א גאנצע מהלך לפי אמידות בני העיר צו איינטיילן אויף יעדן זיין חלק לפי יכלתו. אינקלודינג די וואס האבן נישט יעצט קינדער אין די בתי חינוך.
היינט איז דאס כמובן נישט דא. אבער די חיובים בלייבן אויף בני העיר (אויב מען נעמט אן אזוי אז אוועקשטעלן מוסדות גייט אריין אין דעם).

יעצט א טאטע וואס האט קע"ה א גאנצע מוסד אין שטוב, און צאלט אין עטליכע מוסדות למעלה מכפי יכלתו, האט דאך זיכער לכל הדעות איבער געצאלט פי כמה מהמוטל עליו.
מיר עלטערן טוען עס בשמחה. ווי ווען מוואלט געוואוינט אין א דארף אן א ציבור וואס זאלן צולייגן א האנט. ובפרט נאכדעם וואס סוף סוף איז עס שוין איינמאל פונעם צבור, אנגעהויבן ביי שכר לימוד פון נאך עלטערן, אא"ו.

דיין שאלה איז נאר ווער דארף עס קאלעקטן.
צום ערשט, איז דער טאטע גארניט אנדערש ווי יעדן אנדערש אין שטאט. סהאט נישט צו איהם. (א ודאי איז ער אנדערש אז ער האט אויך זיין אייגענע חיוב, ווען ער וואוינט צווישן מענטשן וואס האלטן נישט די שלחן ערוך, אדער סתם אזוי במקום שאין איש. דאס איז בינו לבין קונו, אבער בינו לבין המוסד ולבין בני העיר בלייבט עס זייער פליכט).
צווייטנס, אויב דארף די געלט ווערן געשאפן פאר די מוסד און נישט פארן טאטע, וואלט ער כאטש געדארפט האבן א מהלך צו גיין אין נאמען פונעם מוסד. נישט אלס נצרך.

אני כשלעצמי וואלט עס געטון בשמחה, משתדל זיין פאר די מוסדות פון מיינע קינדער. כאטש אז איך בין נישט קיין ערפארענע פאנדרעיזער, אבער די ביסל לאך וואס בלייבט ביי זיי צוליב מיינע קינדער וואלט איך זיך בע"ה א עצה געגעבן צו שאפן, אנע טשארדז'ן דעם מוסד אלס איינגעשטעלטע פאנדרעיזער.
המשכילים יבינו אז אויף דעם איז אויך נישט יעדער מסוגל.
און בכל אופן הדין עם האב, דו קומסט דא מוציא זיין פון איהם געלט וואס איז בכלל נישט מוטל אויף איהם,
ווילאנג ער נעמט עס נישט אויף זיך בכפיה גמורה..

דא זאגסטו מיך אבער אז דו ביסט נישט גרייט צו נעמען אויף זיך די עול, און אז אז עס איז מוטל אויף מיר, אלס א חלק פון מיין ברויט און פוטער. און איך זאל גיין שנארן פאר זיך.
רחמנא לשיזבן פון די בזיונות.

אויב איז דער תלמיד חכם גערעכט איז עס פלעין שפיכת דמים, דמים חדא משמע דמו בנפשו הוא.
כוויל נישאט אויפרענגען אויפן געדאנק ווי ווייט עס קען אויסקלאפן אין געוויסע פעלער, ומפי השמועה למדתי שכבר ירדו בתים לטמיון מזה.

דרשינן לשון הדיוט. איינטריט קארטל. עס איז איין טריט - כפסע, בינו ובין ה.., קרינן כפסע וכתיב כפשע וחטאה ונקה לא ינקה לשאינן שבין.
איך בין נישט חלילה מוסר דין לשמים. אין מיין פאל בין איך דא מגלה ברבים, אז אויב האט מען מיר באהאנדלט שלא כהוגן מחול לו מחול לו מחול לו במחילה גמורה ולא יענש שום אדם בסבתי. ואני מבקש מחילה אלף פעמים אויב האט זיך פון מיר ארויסגעכאפט עפעס ווייטאגליך מרוב שיחי וכעסי, דא אדער בשעתן זיך אויספראסקענען ביני ובינו. און באזונדער מכבוד התורה וכבוד הרב הדיין אויב רעדנדיג צו איהם האב איך איבערגעצויגן דרכי הנימוס ודרך ארץ. זייט מוחל, און געדענקט אז אין אדם נתפס על צערו.

איך בין אבער יא מוסר דעם דין פארן ציבור. דא דארף עפעס געטון ווערן באלדיג. למנוע שפיכת דמים פון משפחות שלימות בישראל.
און אפילו אויב הלכה'דיג פון שו"ע איז עס נישט די אחריות המוסד, און אפילו אויב עס איז נישט אחריות בני העיר, רעדט מען דא פון פשוט באבדן מולדתי, עס מוז גענומען ווערן אין די האנט.

דאס איז אמאל זיכער, אז מען האט דא אפגענויגט פון די מהלך וואס איז געווארן אוועקגשעטעלט דורך צדיקים חכמים וזקנים פון דער אלטער היים.
און אין מיין פאל וואס דער דיין זאגט קלאר ער האלט נשט דערפון גברה יד בעה"ב על דעת התורה.
דער באטרעפנדער טענהט אז ער האט זיך נאכגעפרעגט און אזוי גייט עס אין אנדערע מוסדות. און איך פרעג וואס זאגן די דיינים און רבנים אין אלע קהלות וואו מען טוט אזוי. דא זעה איך דאך.. איז דאס די מהלך היינט אז די אינגערע אומערפארענע בעל בתישע הבנה ווייסט דאס בעסטע. אדער האבן אנדערע יא הסכמות פון די רבנים.
און צו טאקע ממש דאס טוען אנדערע מוסדות, מען זאגט פארן טאטע אז דו האסט נישט גיי קאלעקטן.

די מעשה וואס הגר"מ שאפרן האט געפסקנט איז געווען פאר א מוסד וואס גייט בכלל נישט נאך געלט. עס איז געעפענט געווארן און ווערט אויסגעהאלטן (נאך שכ"ל פארשטייט זיך) דורך א משפחת אמידים. זיי האבן נישט געוואלט אננעמען א קינד, איך געדענק נישט יעצט פאר וועלכע סבה, אבער נישט באופן וואס יעדע מוסד מוז ארויסשטעלן דאס קינד, און זיי זענען געקומען בטענה אז עס איז א פריוואטע זאך און זיי זענען קיינעם גארנישט מחויב. והגר"מ פסק להם שאינו נכון מעיקר הדין, ברגע דו ביסט א מוסד וואס נעמט אפליקאציעס ביסטו דער וואס האט אויף זיך גענומען צוצושטעלן וואס ליגט אין א מוסד פאר וויפיהל תלמידים דו קענסט דערהייבן.
ולמבין הרי הדברים קל וחומר.

ומענין לענין.
כהאב אמאל בייגעוואוינט ווי א ראש ישיבה האט געפרעגט ביי הגרמי"ל לנדא מבני ברק ז"ל אז ער האט א בחור אין ישיבה וואס די עלטערן האבן נישט צו צאלן אבער דער זיידע איז א איש אמיד, צו מען קען איהם מחייב זיין בדין צו צאלן, ע"פ המבואר בהלכות ת"ת אז די חיוב ושננתם ליגט אויך אויפן זיידע. רב לנדא ז"ל האט איהם געזאגט עס וועט נישט ארבעטן אנע הסברים. עס איז דארט געווען א אינגערמאן א ת"ח, דוכט זיך א מגי"ש ביי יענעם אין ישיבה, האט ער געזאגט פאר דעם ראש ישיבה: וואס וועט איר טאן אז דער זיידע וועט טענה'ן אייתי ראיה אז דו לערנסט טאקע מיט איהם, אפשר שפילט איהר באלל, אדער חוש'ט מען סתם ארום מיט א"ג לומדות.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

בשם השם נעשה ונצליח
עשיתי ככל אשר צויתנו
עשיתי מה שמוטל עלי לעשות
והם יקחו את התכלת וגו'
רִבּוֹן הָעוֹלָמִים יָדַעְתִּי כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ לְבַד כַּחֹמֶר בְּיַד הַיּוֹצֵר.
וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבּוּלוֹת
וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי,
מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה.
וְאִם חָלִילָה יַחְפְּצוּ כֻּלָּם לְהָרַע אָז אַתָּה בְּחֶמְלָתְךָ תָּשִׂים עֵינֶיךָ עָלַי וְתַשְׁקִיף עָלַי לְטוֹבָה מִמְּעוֹן קָדְשְׁךָ.
הִנֵּה חֲבָלִים נָפְלוּ לִי בַּנְּעִימִים, וִישׁוּעָתִי בָּאָה, וְעֶזְרָתִי תִגָּלֶה. בב"א
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: הארצרייסענדע אנקעטע מ"ה השם אלקיך שואל מעמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אוי טאטע זיסע.
וואס וועט זיין מיט קעמפ?
מען דארף 12K פאר דעם אליין!
מען קען נישט רעגיסטרירן אהן געלט.
אוי טאטע העלף!
מאין יבא עזרי?
איך ווייס!
עזרי מעם השם עושי שמים וארץ.
הראינו השם חסדיך וישעך תתן לנו.
בכבוד רב ובברכות לרוב הרב איבערלעבער
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”