אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר
נעכטן אוונט, ארויפפארנדיג אינעם עלעוועיטאר, האב איך געדרוקט דעם קנעפל צום פערטן שטאק, און און צוגאב דערצו, האב איך מיט א גרייז (בטעות) אויך א דרוק געטאן אויפן קנאָפּ וואס פירט צום צווייטן שטאק.
דער עלעוועיטאר האט אנגעהויבן ארויפפארן, און ווי ערווארטעט זיך געעפנט ביים צווייטן שטאק. איך האב גלייך א דרוק געטון אויפן קנעפל וואס פאראורזאכט דעם טיר צו זיך גיך פארמאכן, און מיר זענען ווייטער געפארן צום ענדגילטיגן מקום, דעם פערטן שטאק.
בייוואוינענדיג דאס, איז מיר בייגעפאלן גאר א הארבע פראגע.
די ערשטע עלעוועיטאר פאר פריוואטע באנוץ איז אריין אין קראפט אין יאר 1853 וואס דאס איז 171 יאר צוריק. דעמאלט איז געווען אינעם עלעוועיטאר א דרייווער - אפערעיטאר.
אין יאר 1948, 76 יאר צוריק, איז אריין אין קראפט דער ערשטער עלעוועיטאר אָן א אפערעיטאר, דאס הייסט מיט קנעפלעך פון אויסוואלן, און מען האט אליינס אויסגעקליבן וואו מען וויל פארן.
מיר שטייען היינט אין יארע 2024, טעכנאָלאָגיע איז אין א הייעך ווי קיינמאל פריער, מענטשליך-פארבריצירטע (ארטיפישל) אינטעליגענץ נעמט איין די וועלט. פארוואס איז נישט שייך צו מאכן א נייע טעכנאלאגישע פארשריט אין די הינזיכט פון עלעוועיטאר באשלוסן, אז ווען איינער דרוקט בטעות א אומריכטיגע קנעפל זאל זיין שייך עס צו אנולירן (קענסלען)?
מען קען עס טון אויף צוויי מהלכים:
איינס: אויסער אלע אויסוואלן פון שטאקן, זאל זיין א קנעפל "קענסל אָלל" וואס דערמיט קען מען אנהייבן פון פריש.
צוויי: מען קען איינשטעלן, אז ווען מען דרוקט א קנעפל צום צווייטן מאל ווערט די אויסוואל אנולירט.
אויב איינער ווייסט מער דעטאלן איבער מיינע ווערטער, אדער א וויסנשאפט (ידיעה) אויב עס איז שוין פארהאן אזאנס, ביטע קאמענטירן.
און, א דרוק אויפן "לייק קנעפל" וועט נאר צוגעבן.
הצלחה!