די כאאטישע סטאק מארקעט

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

@ר' יום טוב אונז האבן שטארק הנאה פון דיינע קאמענטארן/מיינונגען און וויאזוי דו צולייגסט עס.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:01 pm
אין מיין מיינונג ווערט די היינטיגע מארקעט געפירט דורך אלגעריטמ'ס און ריטעיל טרעידער'ס וואס הייבן נישט אן צו וויסן בחייכון. עס איז דא דאטא דערויף. בלויז 3% פון די פלאוט איז געבעיזד אויף פונדעמענטאלע פיינענשלס.
די שאלה איז, וואס מיינט ס'גייט פלאצן, מ'גייט נישט אויפהערן נוצן אלגאריטמס, ס'איז העיר טו סטעי.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

'די מארקעט איז ראנג'

לאמיר זען עטליכע סטאקס וואס די מארקעט האט מעגליך ארויס ראנג און די סיבות דערצו.

די קאמפאני CVS איז לעצטנס זייער געפאלן נאך א אוירנינג מיס. די מארקעט נעמט פאלש אן די סיבה דערפון, זי האלט אז CVS איז די לעצטע פון די קייט-נעץ פארמאסי געשעפטן וואס זענען נאכנישט צוזאמגעפאלן, אבער נאך אביסל וועט זי האבן די זעלבע גורל ווי rite-aid און Walgreens, וואס זענען אין די אדמה צוליב די אויפשטייג פון mail order און פארמאסי אפטיילונגען אין די גרעסערע געשעפטן ווי וואלמארט, טארגעט, און עמעזאן.

אבער באמת איז די הויפט ביזנעס פון cvs היינט צוטאגס לאנג נישט זייער ריטעיל פארמאסי נעץ. CVS איז בעצם א parent company וואס האט א העלט-אינשורענס ביזנעס, א PBM, א העלט-קעיר מענעדזשמענט און סעלושענס ביזנעס, מעדיצינישע קליניק און telehealth, און נאך.

די לעצטיגע אוירנינג מיס איז מיינסטנס צוליב א צייטווייליגע טויש אין די וועג וויאזוי מעדיקעיר באצאלט פאר אירע קאנטראקטס מיט די אינשורענס פירמע'ס, און די HUM אינשורענס פירמע איז אויך געפאלן צוליב דעם.

פערזענליך גלייך איך נישט די CVS פירמע, אבער איך מוז מודה זיין אז עס איז פון די ביליגסטע סאלידע פירמע'ס אויף די מארקעט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די קומענדיגע אויף די ליסטע איז PFE

זי איז א גאר פארפיינטעטע סטאק ביי די מארקעט. די דומע מארקעט קעפ האלטן אז די קאמפאני איז עפעס א סימבאלישע קאוויד קאמפאני, נו אויב איז נאך דא א פירמע וואס האט אנגעזעצט קאוויד מאסקעס אין א ווערהויז, גייט ער דאך זיכער קראכן.

די ווארהייט איז אבער, אז די פירמע איז שוין געשטאנען 100 יאר פאר קאוויד, און טוט פראדוצירן הונדערטער מעדיצינען וואס האט נישט קיין שייכות צו קאוויד.
נאכמער, זי האט גענוצט די שווערע ביליאנען וואס זי האט פארדינט פון די קאוויד וואקסין אויסצוקויפן א האנדפול קאמפאני'ס וואס גייט אין ברענגען נאך צענדליגער ביליאנען רווחים יערליך.

PFE איז די סאמע גרעסטע פארמאסיוטיקל פירמע אין רעוועניו, ביי איבער 60 ביליאן יערליך, (JNJ איז גרעסער אבער זי האט אויך מעדיקעל דיווייסעס), אבער איז נומבער 10 אין מארקעט קעפ.

---

ווידעראום די אנדערע קאוויד וואקסין קאמפאני MRNA איז שרעקליך אויפגעבלאזן ביי די מארקעט. ביי א גראבע 50 ביליאן די מארקעט קעפ, (א דריטל פון PFE !!) בעת וואס זי גייט מאכן קומענדיגע קווארטל שפאטישע אפשר 50 מיליאן דאלער אין רעוועניו.

עס איז דא נאך אייטעמ'ס אין איר פייפליין, אבער נישט עפעס מורא'דיג. די נעקסטע זאך וואס זי קומט ארויס בקרוב איז א RSV וואקסין וואס ס'איז שוין דא צוויי פירמע'ס PFE און GSK וואס מאכן עס אין א פיל בעסערע ווערסיע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ביז א יאר צוריק האט די מארקעט געהאלטן אז AMGN איז נאך א קלאציגע קאמפאני אן קיין צוקונפט.

אבער גאנץ לעצנטס האט די מארקעט געמוזט מיט בושות מודה זיין אין איר דורכפאל, ווען די קאמפאני האט געצייגט טרייעל דאטא וואס דראעט גענצליך אוועקצולייגן די יארן לאנגע מארקעט ליבלינג LLY פאר גוד.

די דאטא צייגט גאר פאזיטיווע רעזולטאטן אויף א דייעט שטעכער וואס מ'וועט דארפן נעמען בלויז איינמאל א חודש מיט ווייניגער זייטן ווירקונגען. עס איז יעצט אריין אין פאזע דריי טעסטן און וועט זיין צובאקומען אין א יאר צוויי.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די מארקעט איז עקסטרעם אבסורד בנוגע אינדעווידואלע סטאקס, אבער אפילו אינערהאלב מערערע סטאקס אינערהאלב די זעלבע אינדעסטריע ווערן געשטעלט עליונים למטה ותחתונים למעלה אויף א צעדרייטן פארנעם. די איינרעדעניש פון די מארקעט אז היינטיגע באזעסענע קאמפאני'ס גייען מארגן מער נישט עקזיסטירן און היינטיגע חלומות זענען מארגנדיגע מעגא-קעפס איז הימל רייסענד.

איין פאסיגע עקזעמפל:
אז מ'מאכט א חשבון זענען דא 12 גרויסע (large cap) אמעריקאנער מעדיצינישע פירמע'ס.
ווי פאלגענד: LLY JNJ MRK ABBV AMGN PFE VRTX REGN BMY GILD MRNA BIIB

די עווערידש מארקעט קעפ פון די זעקס טייערסטע פון די איז 269 ביליאן און די עווערעדזש יערליכע רעוועניו איז 25 ביליאן. ד.מ. אז די מארקעט קעפ איז 11 מאל רעוועניו.
דאקעגן איז די עווערידזש מארקעט קעפ פון די זעקס ביליגערע 166 ביליאן און די עווערידזש רעוועניו איז 47 ביליאן. ד.מ. אז די מארקעט קעפ איז 3.5 מאל די רעוועניו.

די אוירנינג מארדזשינס זענען גאר ענליך ביי די אלע פירמע'ס.

וירא העם וישפוט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א גרינע טאג היינט אויף די מארקעט. (אויף די עכטע..)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וואס איז די מעשה מיט CMCSA
איך נעם נישט קיין שטעלונג אויף די קאמפאני וואס טרעידעט ביי א pe ratio פון 8.

אבער די מארקעט איז אזוינס בייעס קעגן איר, אז איך בין עס ממש נישט סובל. לאמיר נישט פארגעסן אז די מארקעט מאכט נייע הויכן טעגליך.
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 9:51 am
די מארקעט איז עקסטרעם אבסורד בנוגע אינדעווידואלע סטאקס, אבער אפילו אינערהאלב מערערע סטאקס אינערהאלב די זעלבע אינדעסטריע ווערן געשטעלט עליונים למטה ותחתונים למעלה אויף א צעדרייטן פארנעם. די איינרעדעניש פון די מארקעט אז היינטיגע באזעסענע קאמפאני'ס גייען מארגן מער נישט עקזיסטירן און היינטיגע חלומות זענען מארגנדיגע מעגא-קעפס איז הימל רייסענד.

איין פאסיגע עקזעמפל:
אז מ'מאכט א חשבון זענען דא 12 גרויסע (large cap) אמעריקאנער מעדיצינישע פירמע'ס.
ווי פאלגענד: LLY JNJ MRK ABBV AMGN PFE VRTX REGN BMY GILD MRNA BIIB

די עווערידש מארקעט קעפ פון די זעקס טייערסטע פון די איז 269 ביליאן און די עווערעדזש יערליכע רעוועניו איז 25 ביליאן. ד.מ. אז די מארקעט קעפ איז 11 מאל רעוועניו.
דאקעגן איז די עווערידזש מארקעט קעפ פון די זעקס ביליגערע 166 ביליאן און די עווערידזש רעוועניו איז 47 ביליאן. ד.מ. אז די מארקעט קעפ איז 3.5 מאל די רעוועניו.

די אוירנינג מארדזשינס זענען גאר ענליך ביי די אלע פירמע'ס.

וירא העם וישפוט.
וואס איז די עוורעדזש מארקעט קעפ קעגן די יערליכע רעוועניו?

ווי איך פארשטיי האט עס נישט דוקא מיט די אינדעסטרי, נאר איבעראל איז אזוי, ווי מער די רעוועניו איז וועט אויך מיטוואקסן די פראצענט וואס די מארקעט קעפ איז קעגן די רעוועניו.

דא איז עס גראדע אויף א שטארקע עקסטרים אפגעריקט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לאמיר זאגן אז ס'איז דא ריכטיגע הסברים פארן היינטיגן ראטאציע, אבער פארוואס פונקט היינט און פארוואס אזוי מאסיוו?
כ'מיין ס'איז אסאך מאל דא גרעסערע אינפלעישאן נייעס, און גארנישט רוקט זיך נישט.

עס קוקט אויס מער און מער ווי נישט פיזישע מענטשן זענען אין די מארקעט, נאר געציילטע גולמים און דוממים אלגעריטמ'ס בלע"ז פירן די זאך, און יעדע טרענד נאך די אנדערע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

געוויסע גרויסע ריעל עסטעיט סטאקס זענען היינט העכער מיט 5-7%
ARE BXP WPC
ס'איז נאכאלץ א שפיי פון וואס זיי זענען געווען בעפאר כאאס האט איבערגענומען די מארקעט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פון די אנדערע זייט זענען רעזידענשאל ריעל עסטעיט סטאקס אין די רויט!
AVB - EQR - INVH - UDR
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב מורא אז די וועלכע קויפן יעצט די 52 וויק לאו סטאקס און שארטן די 52 וויק היי וועלן מאכן אבאנטש.
איך מיין אז די אלגעריטמ'ס טוען יעצט בערך דאס, נאכן טוען קאפויער צוויי יארן נאכאנאנד.

צעפראסקעט איז א אנדערסטעיטמענט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אויב האלט די יעצטיגע מארקעט טרענד אן פאר נאך א וואך צוויי דאן קען מען שפארן די אשכול. פאר די מארקעט קען נעמען בלויז געציילטע טעג צוריקצודרייען כאאס פון צוויי יאר.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די טריליאנען וואס זענען משך צוויי יאר ארויסגעפלאסן פון די נארמאלע קאמפאני'ס בכדי צו קענען פאמפן די עי איי שגעון קומט יעצט צוריק צו זייער באשטימטע ארט ווי א פידעלע.
די גרעסטע נער האט דאס געקענט פארזאגן, אבער די גרעסטע חכמים זענען געפאלן פארן שגעון.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אויב ס'איז דיך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגן וויאזוי ס'קען געשען אז די נעסדעק איז אזויפיל שטערקער ווי די ראסעל און אנדערע אינדעקסן, דאן פרעג מיר יעצט נישט וויאזוי ס'קען זיין אז די ראסעל איז שטערקער ווי די נעסדעק.
און ס'נאכנישט פערטיג, די ראסעל און וועליו סטאקס האבן נאך א וועג צו גיין ביז נארמאלעזאציע.

ס'אלעס ווענדט זיך ווער ס'האט די לעצטע לאך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ר' יום טוב דארף זיין זייער פרייליך און זיך שפירן ווינדיקעיטעד היינט...
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024

רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר

וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

ר' יום טוב האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:47 am
אויב ס'איז דיך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגן וויאזוי ס'קען געשען אז די נעסדעק איז אזויפיל שטערקער ווי די ראסעל און אנדערע אינדעקסן, דאן פרעג מיר יעצט נישט וויאזוי ס'קען זיין אז די ראסעל איז שטערקער ווי די נעסדעק.
און ס'נאכנישט פערטיג, די ראסעל און וועליו סטאקס האבן נאך א וועג צו גיין ביז נארמאלעזאציע.

ס'אלעס ווענדט זיך ווער ס'האט די לעצטע לאך.
אזא בלוט באד....
אטעטשמענטס
Screenshot_15.jpg
Screenshot_15.jpg (264.19 KiB) געזען 435 מאל
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

SAVE

הארגעסט מיין טאג!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די פינאנציעלע מידיא כאפט נאכאלץ נישט וואס דא קומט פאר. זיי זענען מהפך הכערה על פי' און לייגן עס אראפ כאילו צוליב די ערווארטעטע אינטרעסט ראטע שניטן גייען אינוועסטירער אוועק פון "פארזיכערטע" טעק מעגא-קעפס און זיי קויפן מער "ריסקי" קליינע קאמפאני'ס מיט חובות אויפן בעלענס שיט.

די אמת איז אבער פונקט קאפויער. יא, מען פארקויפט טאקע מעגא קעפס, ווייסט'זשע פארוואס? ווייל צוליב די אפגעשוואכטע עקענאמיע איז ערווארטעט אז עס וועט זיין ווינציגער געלט אין די מארקעט וואס זאלן קענען שטופן נאך העכער די וואלקן קראצער סטאקס וואס זענען שוין ביי הימל שרייענדע וועליועשאן'ס. און מען קויפט סמאל קעפ'ס, ווייסט פארוואס? נישט ווייל מ'נעמט מער ריסק, ווייל הגם געוויסע פון די קאמפאני'ס האבן טאקע דעבט, זענען זיי יעצט אזוי ביליג ווי בארשט, אז אינוועסטירער האבן זיך געמאכט א חשבון אז ס'לוינט זיך צו קויפן אפילו ס'קומט א רעסעסיע, איי חובות? נו אז די צינזן גייען אראפ איז דאס שוין נישט אזא פראבלעם.
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ר' יום טוב האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:37 am
די טריליאנען וואס זענען משך צוויי יאר ארויסגעפלאסן פון די נארמאלע קאמפאני'ס בכדי צו קענען פאמפן די עי איי שגעון קומט יעצט צוריק צו זייער באשטימטע ארט ווי א פידעלע.
די גרעסטע נער האט דאס געקענט פארזאגן, אבער די גרעסטע חכמים זענען געפאלן פארן שגעון.
נאכנישט אזוי שנעל.

טראמפ'ס קאמאנטארן איבער טייוואן איז אנגעבליך געווען די עיקר גורם.
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

INTERESTING SECTOR ROTATIONS OVER THE LAST 5 DAYS
אטעטשמענטס
Screenshot_17-min.jpg
Screenshot_17-min.jpg (159.43 KiB) געזען 292 מאל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א גרינע טעפיך היינט אין די מארקעט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

Just a few weeks back you were wondering when would they stop buying. Now you’re going to wondering when will they stop selling.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

BIGBUBBLES.JPG
BIGBUBBLES.JPG (53.25 KiB) געזען 173 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”