מאנטאג צווייטע-האלב-סדר חברותות אויף א גרינע מיטוואך [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה] "פערדע טייל - ענדע ארויף"

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

מאנטאג צווייטע-האלב-סדר חברותות אויף א גרינע מיטוואך [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה] "פערדע טייל - ענדע ארויף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

די אלארם קלאק קלינגט 6:00 am. איך וויל האקן די סנוז באטן מיט א טאמאהאק מיסל.

ווער שטייט אויף אזוי פרי? מיין טאטע שטייט אויף אכטע, מיין ברודער (אינגערמאן) שטייט אויף צענע, מיין אנדערע ברודער (פון ישיבה גדולה) שטייט אויף עלעווע. נאר איך קליינע ישיבה קטנה בחור (ניין, "בחור'ל" מוז מען זאגן) מוז איך אויפשטיין זעקסע? נאר מיין זיידע שטייט נאך אויף 4:30 ווען די האן קרייט.

היינט גיי איך צוריק שלאפן, ביי!

אבער ס'גייט נישט אדורך קיין סקונדע און א קאלטקייט נעמט איבער מיינע מידע ביינער. די שטרענגע אויגן פונעם בייזן משגיח וואס שטארצן ארויס פון אן אויפגעבלאזענעם פנים פון אן איבערוואגיגן ריז איז מיך באלד ארויפגעקומען אין געדאנק.

אויב קום איך נישט היינט צו פארטאגס איז די טייערע פינעווער וואס איך האב נעכטן פארדינט פון פאקן ספרים, זייער זייער, זייער איינגעשטעלט.

אלעס ביז די פיניווער. כ'בין עס נישט גרייט צו פארלירן.

מיט א הויכן אוי-יו-יו ראול איך ארויס פון בעט און איך טוה מיך אן.

אוי בעט בעט דו ביסט מיך אזוי געטריי, אבער איך מוז דיך יעצט פארלאזן צו א פיינפולע רייזע פון לאנגע שעות, לא נתנשי מנך ולא תתנשי מנן מיין טייערע בעט.

***

איך לויף ארויס אין גאס. די גאסן זענען געווען פיל מיט פארסאפטע בחור'לעך וואס יאגן זיך צו ראטעווען זייער פינעווער פלאס באקומען קאלטס און ווארעמס פון דעם איבערוואגיגן משגיח.

6:25 לויף איך אריין אין די זויבער ריינע מקוה וואס האט זיך זיכער געוואונדערט ווער עס קומט אים אויפשאקלען אזוי פרי פארטאגס. א טובל ארויס ווי עס פאסט זיך פאר א ישיבה קטנה בחור'ל (וואס וויל נישט פארלירן זיין פינעווער).

איך יאג מיך ארויס ווייל ס'איז שוין 6:45 און איך מוז לויפן. איך געב א זעץ אריין אין א צווייטע בחור וואס איז געווען אויפ'ן וועג אריין אין מקוה. "האלא" געט ער שריי, "ביסט נארמאל?"

איך האב אויך פינעווערס עט סטעיק פונקט ווי דיר האב איך אים געוואלט אפענטפערן אבער די צייט ערלויבט נישט.

***

איך בין געלאפן ווי משוגענער און די גאס ווי נאר א ישיבה קטנה בחור קען, און איך בין אנגעקומען אין ישיבה 7:01.

די גראבע משגיח שטייט שוין ביים טיר.

"נפתלי יהודה מאיר ביזט שפעט."

שפעט?? ווי נאך אין די גאנצע וועלט איז 7:01 אנשטאט זיבענע קאנסידערד שפעט?

און בד"וו איך הייס תלי, פארשטייסט אליין.

אבער פאר די משגיח האב איך מיך נישט געוואגט צו זאגן א ווארט. כ'בין נאר געשטאנען מיט ציטערדיגע פיס און געווארט צו הערן מיין אורטייל.

"נאך איינמאל דו קומסט שפעט וועט מען מוזן נעמען ערענסטע שריט."

אה, איך אטעם אפ. ער האט נישט געלייגט קיין אויג אויף מיין פינעווער היינט.

"היינט וועל איך דיר אריינלאזן מיט בלויז פינף דאללער קנס."

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ.

***

ס'שוין אכט אזייגער. די גראבע משגיח טיילט פראסקעס פאר ווער ס'שמועסט אינדרויסן אדער האט נאכנישט אנגעטוען קיין תפילין. מ'זאגט שוין ברכות, שרייט ער ווי א צוגאנער.

איי חיים האט געזאגט אז ער האט אים קלאר געזען זונטאג אין בית מדרש אריינקומען צו ברכו?

איך גיי אריין אין בית מדרש, לשם יחוד, תפילין, און איך ווארט.

איך ווארט אז די טעם אין דאווענען זאל אנקומען. די מאגעטשיר האט קלאר געזאגט אז ס'גייט איין טאג קומען.

אפשר איז היינט די טאג?

ווי אזוי פילט עס, א טעם אין דאווענען? מיין טאטע האט עס? דעמאלסט פארוואס טעקסט ער א גאנץ דאווענען?

ס'קומט צוזאמען מיט די טעם אין שבת, אדער ס'קומט באזונדער?

א טעם אין שבת האט מיין טאטע יא. ביי די קידוש פאר'ן ליינען. מיין טאטע זאגט ס'איז נאר לכבוד שבת.

***

א גראדשע פונעם משגיח - וואס מעג יא רעדן מיט תפילין - וועקט מיך אויף פון מיינע געדאנקן.

"וואס דארפסטו א תפילה בכוונה סידור אז דו דאווענסט עניוועי נישט קיין איין ווארט? לעטס גאו מיט א ברען!"

איך זעה שוין אז היינט איז שוין אויך נישט אנגעקומען די טעם אין דאווענען. אזוי ווי נעכטן. און אייער נעכטן. און אייער אייער נעכטן. און אייאייאייאייאייער נעכטן. באשעפער פארוואס פונקט מיך??

***

די דאווענען דא נעמט א שעה אין א האלב. איך בין שוין געלאפן אין ביס כיס דריי מאל. ווען ענדיגט מען שוין?

די משגיח שטייט ביים עמוד זיכער מאכן אז טאמער האט די בעל תפילה געהאט א קלער אויסצולאזן תחנון וועגן וויזויהייסטער נאכאמאל'ס יארצייט, זאל ער גלייך זען די משגיח'ס גראבע הענט און שנעל איבערקלערן זיין פלאן.

פיינעלי איז מען אנגעקומען צו עלינו. איך שאקל מיך זייער שטארק ביי עלינו. עלינו איז נישט קיין חלק פון דאווענען?! הא?!

- המשך יבוא אי"ה -
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

מיר ווארטן אויפ'ן המשך!
איז נישט א סטעישאן װעגאן מער חסידיש װי א אדאסי? (@abeg דא )
אוועטאר
תולדות
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 1:20 pm
לאקאציע:בראשית

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולדות »

איך פיל ווי די האסט צוגענומען מיין טאגבוך.

אונז ווארטן אויף חלק ב'
אוועטאר
לעקסוס
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

יויש איז דאס גוט......



מגיד
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 1:42 am

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד »

די ריר'סט אן גוטע נושאים, א שטייגער ווי א טעם אין דאווענען, שבת, וכו'.
וויכטיגע נקודות וואס איז כדאי אויסצושמועסן.
ישר כח זיי ממשיך.

דרך אגב, זעט אויס אז דיין טאטע האט אויך געהאט אזא גראבע משגיח לויט ווי אזוי דו לייגסט אראפ זיין דאווענען.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אוי דו ביסט פיינע נייעס!! קאשמארן ברענגסטו מיר ארויף, אבער אזוי זיס....

שרייב ווייטער ווען דו קענסט, עס ציעט....

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:17 pm
לעטס גאו מיט א ברען!"
דא האב איך עקסטער אויסגעשאסן מיט א געלעכטער, איינער ווייסט פארוואס?......
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

אלא משגיחים פראסקען.
Any size
און עס טיט עם וויי אז ער דארף דיך שלאגן.
והקב"ה מצילנו מידם
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

א געשמאק געווען צו ליינען דיין ארטיקעל טראץ די קאשמארען וואס די האסט מיר ארויפגעברענגט….. ווארט מיר מיט שפאנונג אויף די באריכט פין שיעור עיון….
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

פאר יעדע שורה נאך א לייק ובפרט דאס
איך ווארט אז די טעם אין דאווענען זאל אנקומען. די מאגעטשיר האט קלאר געזאגט אז ס'גייט איין טאג קומען.

אפשר איז היינט די טאג?

ווי אזוי פילט עס, א טעם אין דאווענען? מיין טאטע האט עס? דעמאלסט פארוואס טעקסט ער א גאנץ דאווענען?
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

דענק איך ווי היינט...
איין טאג נאך אזא איבערלעבעניש, האביך אויסגעטוהן מיינע תפילין און זיך אראפגעיאגט צום לאנטש ראאם פאר פרישטאג...

פונקט, צו מיין מזל, האב איך אריינגעבאמט און די ראש ישיבה... אוי יוי יוי...
א גאנצע מוסר שמעוס אז א חשובע בחור מעג זיך נישט יאגן צו פרישטאג/עסן...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

גראדע שכל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:44 pm
דענק איך ווי היינט...
איין טאג נאך אזא איבערלעבעניש, האביך אויסגעטוהן מיינע תפילין און זיך אראפגעיאגט צום לאנטש ראאם פאר פרישטאג...

פונקט, צו מיין מזל, האב איך אריינגעבאמט און די ראש ישיבה... אוי יוי יוי...
א גאנצע מוסר שמעוס אז א חשובע בחור מעג זיך נישט יאגן צו פרישטאג/עסן...
און ווי קען מען פארגעסן אויב מען האט אויס געטוהן די תפילין פאר די תהלים וואס די ישיבה זאגט נאך די דאווען
אגב מאנטאג ווען עס קימוט אייער שפייז נעמט עפעס די דאווענען מיט א האלבע שעה לענגער אז די אייער וואס איז סיי ווי נישט צו הייס זאל ווערן פריסענג
זען בילדער און ווידאו'ס פין העריס איז פשוט אסור מן התורה
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

🤣🤣🤣🤣🤣
גאר פיין געשריבן..
דעמאלטס האסטו באקומען אזויפיל אויגן.... ?
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

יוי דעי צייטן!!

קענט וועיט פאר די המשך
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »



יענץ געלעכטער דאס.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:17 pm

לעטס גאו מיט א ברען!
א באזונדערערפאר דעם.
אוועטאר
א סארט מאלפע
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 4:53 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סארט מאלפע »

-
זיי פרייליך וועט דיר זיין גוט
אוועטאר
כתבית יהבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 9:39 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתבית יהבית »

הא הא הא!!! אוי איז דאס גוט. האסט מיך צוריקגעשליידערט א ים מיט יארן...

לייק פאר די שורות
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:17 pm
אזוי ווי נעכטן. און אייער נעכטן. און אייער אייער נעכטן. און אייאייאייאייאייער נעכטן. באשעפער פארוואס פונקט מיך??
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:17 pm
אויסצולאזן תחנון וועגן וויזויהייסטער נאכאמאל'ס יארצייט
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

ממש אזא רייכע געשמאקע שפראך איך האב מיר ממש געשפירט צאלן די פינעוו דולר🤤
אז די האסט שוין ארויף געברענגט די נושא פון פארטאגס וויל איך טאקע פרעגן וואס וויל מען נעבעך פון די יונגע בחורים
איך וויל קודם מאכן אן הקדמה איך בון א פארטאגס מענטש שוין פון אלץ יונגאל און איך שטיי נאך אלץ אויף 5:30 איעדן טאג
נישט ווייל איינער האט מיר געצווינגען דערצו נאר פשוט ווייל איך האב עס אייביג ליב געהאט
אבער וואס וויל מען פון די קליינע בחורים פארוואס דארף ער אויפשטיין פאר זעקסע און זיין טאטע שטייט אויף נאך אכטע
מילא אז סאיז עפעס וואס גייט אים אויס לערנען פאר די שפעטערדיגע יארן וואלט איך פארשטאנען אבער למעשה רוב יונגעלייט שטייען נישט אויף פארטאגס וואס וויל מען פון די קליינע בחור פארוואס פאניגט מען אים זיין טאטע שלאפט נאך און ער דארף זיך ארויסשלעפן פון בעט
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »



טונד.
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

די גוטע פעטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:23 pm
ממש אזא רייכע געשמאקע שפראך איך האב מיר ממש געשפירט צאלן די פינעוו דולר🤤
אז די האסט שוין ארויף געברענגט די נושא פון פארטאגס וויל איך טאקע פרעגן וואס וויל מען נעבעך פון די יונגע בחורים
איך וויל קודם מאכן אן הקדמה איך בון א פארטאגס מענטש שוין פון אלץ יונגאל און איך שטיי נאך אלץ אויף 5:30 איעדן טאג
נישט ווייל איינער האט מיר געצווינגען דערצו נאר פשוט ווייל איך האב עס אייביג ליב געהאט
אבער וואס וויל מען פון די קליינע בחורים פארוואס דארף ער אויפשטיין פאר זעקסע און זיין טאטע שטייט אויף נאך אכטע
מילא אז סאיז עפעס וואס גייט אים אויס לערנען פאר די שפעטערדיגע יארן וואלט איך פארשטאנען אבער למעשה רוב יונגעלייט שטייען נישט אויף פארטאגס וואס וויל מען פון די קליינע בחור פארוואס פאניגט מען אים זיין טאטע שלאפט נאך און ער דארף זיך ארויסשלעפן פון בעט
קשיא!!
אבער ניין !!!!!
למעשה זעט מען בחורים וואס זאגן אז פארטאגס איז דע בעסטע און געשמאקטע שעה און טאג
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: די גראבע משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

ירוחם פישל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:30 pm
מיר ווארטן אויפ'ן המשך!
ווען איך בין געווען אין ישיבה קטנה האב איך נישט געווארט אויפ'ן המשך...
תולדות האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:30 pm
איך פיל ווי דו האסט צוגענומען מיין טאגבוך.

אונז ווארטן אויף חלק ב'
אונז האבן געלערנט אין די זעלבע ישיבה? ס'איז א חשש גילוי דעס...
מגיד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:35 pm
דרך אגב, זעט אויס אז דיין טאטע האט אויך געהאט אזא גראבע משגיח לויט ווי אזוי דו לייגסט אראפ זיין דאווענען.
כ'וועל אים פרעגן וויפיל פוינטס ער האט געהאט אויף זיין עבודת התפילה קארטל.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:19 pm
אוי דו ביסט פיינע נייעס!! קאשמארן ברענגסטו מיר ארויף, אבער אזוי זיס....

שרייב ווייטער ווען דו קענסט, עס ציעט....
שקויעך.
צביירושלים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:25 pm
אלא משגיחים פראסקען.
Any size
און עס טיט עם וויי אז ער דארף דיך שלאגן.
והקב"ה מצילנו מידם
די גראבע קענען בעסער די מלאכה.
פשוטו כמשמעו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:52 pm
א געשמאק געווען צו ליינען דיין ארטיקעל טראץ די קאשמארען וואס דוצהאסט מיר ארויפגעברענגט….. ווארט מיר מיט שפאנונג אויף די באריכט פין שיעור עיון….
שיעור עיון? קודם זאל מען זיך ענדיגן שלאגן ווער וועט זיין מיין חברותא.
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

א שטיק געפיל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:56 pm
גראדע שכל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:44 pm
דענק איך ווי היינט...
איין טאג נאך אזא איבערלעבעניש, האביך אויסגעטוהן מיינע תפילין און זיך אראפגעיאגט צום לאנטש ראאם פאר פרישטאג...

פונקט, צו מיין מזל, האב איך אריינגעבאמט און די ראש ישיבה... אוי יוי יוי...
א גאנצע מוסר שמעוס אז א חשובע בחור מעג זיך נישט יאגן צו פרישטאג/עסן...
און ווי קען מען פארגעסן אויב מען האט אויס געטוהן די תפילין פאר די תהלים וואס די ישיבה זאגט נאך די דאווען
אגב מאנטאג ווען עס קימוט אייער שפייז נעמט עפעס די דאווענען מיט א האלבע שעה לענגער אז די אייער וואס איז סיי ווי נישט צו הייס זאל ווערן פריסענג
פוו די הארבסטע עבירות דאס....
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

צביירושלים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:24 pm
די גוטע פעטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:23 pm
ממש אזא רייכע געשמאקע שפראך איך האב מיר ממש געשפירט צאלן די פינעוו דולר🤤
אז די האסט שוין ארויף געברענגט די נושא פון פארטאגס וויל איך טאקע פרעגן וואס וויל מען נעבעך פון די יונגע בחורים
איך וויל קודם מאכן אן הקדמה איך בון א פארטאגס מענטש שוין פון אלץ יונגאל און איך שטיי נאך אלץ אויף 5:30 איעדן טאג
נישט ווייל איינער האט מיר געצווינגען דערצו נאר פשוט ווייל איך האב עס אייביג ליב געהאט
אבער וואס וויל מען פון די קליינע בחורים פארוואס דארף ער אויפשטיין פאר זעקסע און זיין טאטע שטייט אויף נאך אכטע
מילא אז סאיז עפעס וואס גייט אים אויס לערנען פאר די שפעטערדיגע יארן וואלט איך פארשטאנען אבער למעשה רוב יונגעלייט שטייען נישט אויף פארטאגס וואס וויל מען פון די קליינע בחור פארוואס פאניגט מען אים זיין טאטע שלאפט נאך און ער דארף זיך ארויסשלעפן פון בעט
קשיא!!
אבער ניין !!!!!
למעשה זעט מען בחורים וואס זאגן אז פארטאגס איז דע בעסטע און געשמאקטע שעה און טאג

שטותים. פרעג עני בחור נעבעך.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
בויען פרייליכערהייט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 12:23 pm

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויען פרייליכערהייט »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:57 pm
צביירושלים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:24 pm
די גוטע פעטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:23 pm
ממש אזא רייכע געשמאקע שפראך איך האב מיר ממש געשפירט צאלן די פינעוו דולר🤤
אז די האסט שוין ארויף געברענגט די נושא פון פארטאגס וויל איך טאקע פרעגן וואס וויל מען נעבעך פון די יונגע בחורים
איך וויל קודם מאכן אן הקדמה איך בון א פארטאגס מענטש שוין פון אלץ יונגאל און איך שטיי נאך אלץ אויף 5:30 איעדן טאג
נישט ווייל איינער האט מיר געצווינגען דערצו נאר פשוט ווייל איך האב עס אייביג ליב געהאט
אבער וואס וויל מען פון די קליינע בחורים פארוואס דארף ער אויפשטיין פאר זעקסע און זיין טאטע שטייט אויף נאך אכטע
מילא אז סאיז עפעס וואס גייט אים אויס לערנען פאר די שפעטערדיגע יארן וואלט איך פארשטאנען אבער למעשה רוב יונגעלייט שטייען נישט אויף פארטאגס וואס וויל מען פון די קליינע בחור פארוואס פאניגט מען אים זיין טאטע שלאפט נאך און ער דארף זיך ארויסשלעפן פון בעט
קשיא!!
אבער ניין !!!!!
למעשה זעט מען בחורים וואס זאגן אז פארטאגס איז דע בעסטע און געשמאקטע שעה און טאג


קען מען האבן דעים בנין אויפגעשפארט מיט איין מגיד שיעור פאר די בחורם...
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: די משגיח טיילט פראסקעס - חלק א' [מיין טאג בוך פון ישיבה קטנה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

אוי, דערמאנסט מיך צייטן
דענקעך איינמאל בין איך אנגעקומען אונמיטן דאווענען אין געוואלט
נעמען א קאפי,
שוין געהאלטן נאכ'ן מאכן די קאפי אין די מנהל קומט
צי אין געט עס א לייג אין גארבידש, יוש. דעס געווען בושות
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”