א בקשה-ראטעוועט א מוסד

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועטערבאריכט
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 02, 2021 5:18 am

א בקשה-ראטעוועט א מוסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועטערבאריכט »

א גוט מארגען,
אויב איהר זענט פון מיינע לייענערס אדער אפילו אויב נישט. איך שרייב די וועטער אלס א זייטיגע hobby, מיין עיקר באשעפטונג איז אין ספעציעל עדיוקעשען- חינוך.
איך ווייס אז איהר זענט אידען רחמים בני רחמנים. באמת עס איז נישט קיין וויץ דער קאמפיין איז די לעבענס בלוט פאר אונזער פראגראם.
איך ווייס אז אויב מיר קומען מען נישט אויס מיט די געלט וועט אונזער פראגראם זיך פארשפארען. טייל פון די אינגעלעך אין מיידעלעך פון א סאך הכל פון ארום 75 וועלען נישט האבען א פלאץ צו גיין לערנען תורה, דאווענען און אויפוואקסען ווי פיינע אידען. טייל פון זיי וועלען זיך דרייען אין די גאס , אראפגיין פון דרך חס ושלום. טייל פון זיי וועלען די עלטערען וואס האבען נישט די געלט שוקען צו פאבליק סקול. עס איז דא 14 שעה פון ווען איך שרייב און דערווייל האט דער מוסד נאר געשאפט אפשר 50% פון וואס זיי ברויכען צו דעקען די בודגעט.
איך אליין האב זיך אנגענימען צו שאפען $5,000 דאס איז נישט קיין ריזיגע אומענטשליכע אונטערנעמונג , אבער אפילו מיט דעם האב איך נאר געקענט אריינברענגען ארום $4,200.

איך בעט א יעדער וואס לייענט מיין וועטערבאריכט אדער אפילו וואס נישט זאל מיר ביטע העלפען אנפילען דער לאך אין די בודגעט, און העלפען אז די פראגראם וואס מען רופט ״זרעינו״ זאל ווייטער אנגיין און זיך נישט ענדיגען נאך כמעט 27 יאהר פון חינוך אויפן דרך הקדוש והטהור. יא אונזער קונדער און עלטערען זענען נישט חסידים פון א ספעציפיק רבי , אבער זיי זענען שומר תורה ומצוות. איך לבא למלך בלבוש שק. אויב די פראגראם שליסט זיך ווי אזוי וועט מען קענען זאגען ״ ידינו לא…. ועינינו לא ראיני.

ביטע געט מיט א ברייטען האנט דאס איז די לעטצטע מאל איך וועל אי״ה בעטען און שנארען. ווייל אויב עס מאכט זיך צו וועט נישט זיין פארוואס און פאר וועם צו בעטען געלד , עס וועט זיין צו שפעט.

ביטע עלינו איהר הארץ און בערזעל און געט מיט א הרחבה, עס זאל אייך זיין צו מצוה , און איהר און איך קען וויסען אז מיר האבען כאטש געטוהן וואס מיר קענען ( עד שידו מגעת) צו העלפען די טייערע קינדער .

יישר כח, און עס זאל זיין צו מצווה.

מיט א געבעהט צו די באשעפער אז איהר זאלט דעס אהנעמען מיט אן ערענסטקייט,
-וועטערבאריכט .

https://www.rayze.it/zareinu/Mwaxmanclass
https://chat.whatsapp.com/JH8WcQyKZkg7GazUQEYBZz וואטסאפפ היימישע אידישע וועטער

וועטער גערעדט-יעדער קען שרייבען , פרעגען , מעפס וועטער קליפס וכו׳ https://chat.whatsapp.com/GIhTEXA2BNTLYVyvsKmrrB

https://t.me/HeimisheWeather . טעלעגראם היימישע וועטער
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”