בלאט 1פון 1

דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:46 pm
דורך שוואכער
ער שפירט
זיין לעבן געמיין
ער פראבירט
פארשטיין
פארוואס

ער קען זיך
נישט ארויסזען
פונקט צו מיך
איז געשען
דאס

ער שטודירט
מעשים זיינע
ער פראבירט
זיין מהנה
הקדוש ברוך הוא

אבער דאך
צעשטאכן
טיף אין לאך
צעבראכן
אבער נאך ווי

תירוצים ער זוכט
אויף זיין פראגע
קיין טראפ ציכט
זיין ביטערע לאגע
פארמאגט

אינגאנצן באנומען
פון זיינע פראגעס
קען נישט צו זיך קומען
אזויפיל דאגות
ער טראגט

---

א נקודה
איין
די מידה
פארשטיין
נישט מיר קענען

געדענקען
און וויסן
אפילו מיר טרענקען
און צעביסן
מיר זענען

נסתרים דרכי
השם
אפילו ס'טוט וויי
אין מח נעם
דאס אריין

אפילו ס'פלאגט
אומדערטרעגן
דער באשעפער זאגט
כ'האב מיינע וועגן
מיין

אנגיין מיר מוזן
אפילו ס'שטעכט
ווי מיט שארפע שפיזן
עכט
אונזער דעת איז ארעם

מ'פילט צעמישט
בלאס ווי קאלעך
מיר פארשטייען נישט
דעם אייבערשטנס מהלך
דרכיך נסתרים.

---

אגב; תגובה 5000.

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:00 pm
דורך איך הייק
מזל טוב !!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:02 pm
דורך הערשקא
קאנגרעטס,
געב מיר די טאן

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:04 pm
דורך נשמה
הערליך שיין

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:10 pm
דורך ראטשילד
יויש....
לך בדרכך זו

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:28 pm
דורך לפידות
מזל טוב!

ריינע געגועים!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:11 pm
דורך באשיינפערליך
וואה! ריין געפיל!

איך קען נאכנישט דיסיידן וואס דו טוסט שנעלער. שרייבן תגובות, אדער מאכן גראמען…

אגב, מזל טוב.

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:05 pm
דורך אן אייניקל
😭😭😭

יאפ דרכיך נסתרים ארויסגעברענגט קלאר
סציפט טיף ביז גאר
מיר געברענגט צו טרערן. שאאר
ריין געפיל. דאס איז וואר.

און נישט פארגעסן
די גוטע לעססאן
ארויפגעגאנגען אין ראנג
אונז געגעבן א געשאנק
מזל טוב

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:08 pm
דורך שוואכער
אן אייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:05 pm
😭😭😭

יאפ דרכיך נסתרים ארויסגעברענגט קלאר
סציפט טיף ביז גאר
מיר געברענגט צו טרערן. שאאר
ריין געפיל. דאס איז וואר.

און נישט פארגעסן
די גוטע לעססאן
ארויפגעגאנגען אין ראנג
אונז געגעבן א געשאנק
מזל טוב
וואף! שכח!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:04 pm
דורך אליהו ליכטענשטיין
הערליך.

כסדר מלא חידושים.

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:21 pm
דורך ממה נפשך
שיינע ליינס, צום פונקט!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:23 pm
דורך שוואכער
ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:21 pm
שיינע ליינס, צום פונקט!
אָה אַה! א קאמענט פון @ממה נפשך איז קיין קלייניקייט! שכח!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:48 pm
דורך קנאפער ידען
הערליך
און טיף
אן ערליך
באגריף.

מזל טוב
א דאנק
ארויף
א ראנק!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:53 pm
דורך שוואכער
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:48 pm
הערליך
און טיף
אן ערליך
באגריף.

מזל טוב
א דאנק
ארויף
א ראנק!
שיין! קונסטליך! שכח!!!

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:54 pm
דורך קרית יואל פלייש

Re: דרכיך נסתרים | תגובה 5000

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 8:15 pm
דורך קארלסבורג איד
אזא ריין הארץ איז דא ווייניג..צמאה נפשך לאלוקים. מזל טוב.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: