מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג
זעצט אייך אראפ
טוט אייך אויס דאס מאנטל
און מאכט אייך דאס מערסטע באקוועם
א הייסע טיי וואלט בכלל נישט געשאדט
וואס גייט שוין ווייטער פאר אין חזנות ווינקל?
אה! קומט העל איך אייך ערקלערן וואס גייט פאר!
א לאנגע צייט האב איך געזוכט נאך דעם און אט יעצט האב איך דעם כבוד און עהרע אייך פארצושטעלן א פארזעצונג!
וואס?
וואס האסטו?
און וואס שטעלסטו פאר?
אה! דו פרעגסט גוט
קום מיין פריינט, קוים אנגעקומען, אבער גארטלט אייך אן און לאמיר צוריק גיין צו א תקופה אויב נישט פון די שענסטע תקופות ביי דעם עם ישראל וואס האט עקזעסטירט פאר נישט לאנג צוריק,
"דער גאלדענע תקופה פון חזנות"
אה! דאס הערט זיך שוין אינטרעסאנט
א רגע כאפ נישט קיין הייסע לאקשן,
גיי מיר נישט סתם צוריקגיין אזוי ווי גרים גיימיר גיין מיט א טורגייד
און נישט סתם א טורגייד נאר איינער וואס האט געלעבט אין יענע גרויסע זמן!
און דאס איז עס?
ניין! בכלל נישט גיימיר גיין מיט איינע פון די גרעסטע חזנים וואס האט נאר עקזעסטירט ביי דעם עם ישראל! יא! איר האט גוט צוגעטראפן גיימיר מיט ר' זבולון
אבער א רגע,
איך הייב אים נישט אן צו קענען, ס'נישט באטעמט זיך ארויסצולאזן מיט אן אומבאקאנט פערזאן
וואס הייסט?
דו ווילסט מיר זאגן אז דו האסט קיינמאל קיין שטיקל פון קווארטין אויסגעהערט?
וואס רעדסטו, שאר האב איך, אבער גיב מיר עפעס אינפארמעישן וועגן אים
אה! נו ביזט דאך נאך נישט מער ווי גערעכט
איז לאמיר מאכן א שנעלע איבערזיכט אויף אימען
חזן זבולון קווארטין
איז געבוירן ג' ניסן שנת תרל''ד 25'סטן אין מערץ יארע 1874 למספרם צו זיין טאטע שלום, א טעקסטיל סוחר און צו זיין מאמע פעסל
אין שטעטעלע כאנאראד , אוקריינע
אין זיינע פריסטע יוגנט יארן האט ער געארבעט ביי זיין טאטען אין פארבריק, שפעטער האט ער געארבעט ביי א מוכר ספרים
זיין שוואגער פלעגט אים שטיפן זיך צו גיין לערנען דעם שטימע און ווערן א חזן, אבער קווארטין האט ענדערש געגליכן אפערע און קלאסישע מוזיק,
נאך זיין חתונה האט מען אים צוגעשיקט ביים שווער אין ביהמ''ד צו מפטיר מוסף און די רעסט איז היסטאריע
קודם איז ער געווען חזן אין זיין היימלאנד, שפעטער אין בודאפעסט, נאכער אין וויען, נאך די ערשטע וועלט מלחמה האט ער אימיגרירט אויף אמעריקע און געווען חזן אין ברוקלין, שפעטער ארויף אויף א"י, און נאכער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע און געווען חזן אין נוארק, ער איז נפטר געווארן י"ד תשרי תשי"ג דעם 3'טן אין אקטאבער יארע 1952, און געקומען למנוחה אין א"י
יעצט אז מיר האבן די קורצע שטריכן פון זיין לעבן, מיין איך קען מיר זיך ארויסלאזן אויפן לאנגע וועג צווישן די שורות פון זיין בוך, וואס ער אליין האט געשריבן 1 יאר פאר ער איז אוועק
פארזעצונג קומט אי"ה
און פאר איך פארגעס לייקן קאסט נישט קיין געלט
ובזה החלי בעזהשי"ת
- אטעטשמענטס
-
- images-5.jpg (3.95 KiB) געזען 4514 מאל
-
- images-3.jpg (14.47 KiB) געזען 4514 מאל
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!