Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?
אביי זאגט אז נאר לויט די שיטה אז תפלת ערבית רשות, איז אויב האט מען שוין אויפגעבינדן די גארטל דארף מען נישט מפסיק זיין, ווייל אויב איז תפלת ערבית חובה דארף מען ווען יא מפסיק זיין, אנדערש ווי מנחה ווייל ביי נאכטמאל איז דא א חשש שכרות, און ווייל מעריב איז א גאנצע נאכט קען מען פארגעסן, די גמ׳ פרעגט מאי כל הרעש זאל מען זיך צירוק אנטוהן די גארטעל, און וואס וועט געשעהן אז מ׳וועט דאווענען אן די גארטל, ענטפערט די גמ׳ אלס הכון לקראת אלוקיך ישראל איז ענין בחגורה.
דערנאך ברענגט די גמ׳ כמה מנהגים וויאזוי אמוראים האבן זיך אנגעטון צום דאווענען, און א דין דברים צווישן רבא אין רב המנונא צו מ׳זאל מפסיק זיין לערנען צום דאווענען.
באציענדיג זיך אויף די משנה וועגן מפסיק זיין א דין תורה ברענגט די גמ׳ א מחלוקת צו אנגעפאנגען הייסט משיתעטפו הדיינין אדער ווען די בעלי דינין הייבן אן.
די גמ׳ ברענגט א מעשה און א לימוד אז דיין הדן דין אמת נעשה שותף למעשה בראשית.
מ׳זיצט ביי דין תורה ביז זמן סעודה א לימוד פון א פסוק אי לך ארץ שמלכך נער וכו׳.
די גמ׳ איז ממשיך מיט די זמני אכילה פון אלע סארט מענטשן.
דאס וואס רב אדא בר אהבה זאגט אז מען מעג דאווענען אין א בית המרחץ רעדט מען דוקא אין א נייע, ווייל אין א אלטע אפילו שאין בו צואה טאר מען נישט, אין א ביה״כ אפילו א נייע איז א איבעיא.