Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?
ביי לבינה זקופה דארפט איר לכאורה פארעכטן.אפאהידא רב האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:16 amשבת דף ז ע״א - סיכום העמוד
המשך דינים פון כרמלית,
דאס וואס צווישן די ציורים וואס די ברייתא ברענגט אויף כרמלית שטייט עקסטער ארויס ״והכרמלית״ איז מרבה צו זיין ״קרן זויות הסמוכה לרה״ר״,
איצטבא שלפני העמודים הייסט זיכער א כרמלית, בין העמודים וועט אויסקומען א מחלוקת ווייל לר׳ זירא א״ר יהודא וועט בין העמודין זיין א רה״ר,
לבינה זקופה וזרק וטח, ״אויף דעם״ איז חייב ווייל עס הייסט א רה״ר, אויף די זייט איז פטור ווייל מ׳רעדט גבוהה ג׳ ממילא איז עס נישט א חלק פון רה״ר, משא״כ זרק אויף היזמי והיגי אפילו ס׳איז נישט גבוהה ג׳ פטור ווייל מענטשן גייען זיכער נישט דערויף איז עס נישט א רה״ר, חייא בר אבא זאגט אבער אז ביי היזי והיגי פעלט אויך אויס גבוהה ג׳ נישט צו זיין רה״ר נאר צואה נישט, רב אשי האלט אפילו צואה איז אויך גט די תנאי פון גבוהה ג׳.
ר׳ יוחנן ברענגט אז א כרמלית מיז זיין לכה״פ ד׳ אמות צו זיין חייב, רב ששת לייגט צו אז עס גייט נאר ביז צען טפחים, דהיינו די זעלבע קולא ווי רשות הרבים אז למעלה מי׳ איז א מקום פטור קומט אויס כרמלית האט אלע קולות.
(יא דערוילעם זעהט אייער טעגליכע סיכום.)