Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?
זייער שיין אבער פארוואס האט מען גע'פסק'נט ווי בית הלל?ממי_שאמרו האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 8:10 amעס איז געווען אנהייב תקופת כרם ביבנה, און די חכמים האבן גאר שטארק געפייט אז עס זאל נישט ווערן צוויי כלל ישראל'ס מיט אנדערע בתי דינים וכו'תבלין כנגדו האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 6:59 amיג: משנה ברענגט אראפ אז בעליית חנניה בן חזקיהו האט מען געפסקנט ווי בית שמאי צוליב וואס אין יענער טאג האבן זיי געהאט די רוב
וואלט געווען אינטערעסאנט צו פארשטיין אביסל בעסער פארוואס טאקע מ'האט אין אלגעמיין געפסקנט ווי בית הלל און פארוואס מ'האט זיך אין יענער טאג נאר גערעכנט מיט די תלמידים וואס זענען געקומען צו חנניה בן חזקיהו.
פארדעם זעהט מען אז בית הלל און בית שמאי האבן זיך ווייטער משדך געווען וכו'
איינע פון די מהלכים איז געווען צוזאמנעמען די תלמידים און דורכגיין נושא ביי נושא ביז מ'קומט אן צו אן עמק השווה.
די גאנצע תקופה כרם ביבנה איז גאר אינטערעסאנט אז מ'זאל קענען פארשטיין למשל פארוואס מ'האט מעביר געווען רבי גמליאל וכו' אלעס האט מיט די זעלבע שורש, מ'האט געדארפט אויפשטעלן א נייע סארט מושג פון א נשיא וואס זיין ארבעט איז נאר צוזאמהאלטן די חכמים