ס׳איז דיני נפשות!!
איך האב געהאט א בחור אין מיין כיתה אין ישיבה, ער האט געהאט א שטארקע טאלאנט וואס איז געווען צו צוברעכן קופקעס, ווי נאר ער האט דערגרייכט א קופקע איז די עולם געווארן משוגע ביזי..
בקיצור א מעכטיגן גאסט (אורח בלע״ז),
איין טאג האט ער זיך דערקלערט אז זיין תכונות הנפש איז מער חב״ד, ער האט זיך געוואלט פילן מעכטיג און ערוואקסן, ער האט זיך גלייך איינגעהאנדעלט אזא שווארצע תניא, און ויסעו מ׳גייט זיך דערטרענקען..
ס׳האט מיר פערזענדליך שרעקליך נערווירט, ווייל ער פלעגט זיכער מאכן אז די עולם האלט מיט זיינע משוגים און זיינע כארויסעס.
ס׳האט געפעלט א האר אז איך זאל נעמען עקשען און אויפפלאצן אויף איהם.
ביז איינער האט מיר געזאגט אן שטארקע נקודה! אט הערטס!
ס׳איז געווען אין לעיקוואד איינער פון די איינגעשטעלטע און בית מדרש גבוה, אן איד א בעל בית, וואס זיין תפקיד איז געווען צו מסדר זיין די פלעצער אינעם היכל הבית מדרש, איינמאל פארן נייען זמן האט איהם איינער פון די ראש הישיבות געזאגט אזוי.
״דארפסט פארשטיין איין זאך! די ביסט א בעלבאטישע איד, די האסט א הויז, א קאר, א זומער הויז, א ביזנעס, און בדרך אגב אויך א זיץ אין בית מדרש!
משא״כ די ישיבה׳שע כולל יונגערמאן האט גארנישט!! נאר זיין זיץ אין בית מדרש, זאלסטו וויסן ס׳איז דיני נפשות! און נעם עס נישט לייכט!
עד כאן המעשה.
ס׳דא בחורים אדער יונגערלייט וואס זענען געלונגען זענען מצליח, האבן אייביג א גוט ווארט וכו׳, האבן סיפוק אין כולל אדער פון זיין ארבעט וכדומה, נאכדעם איז דא חברה וואס זענען נישט עפעס ווער ווייסט וואס, בכלל נישט געווען די פאפולערע בחור קיינמאל געהאט עפעס משוגע אסאך חברים, איך פארשטיי אז אסאך מאל מאכט ער דיר נערוועז, אבער זאלסט וויסן אז אפילו ער טוט עפעס וואס נערווירט דיר ביזן לעבער, מאך נישט חוזק, הער אים אויס, ער האט נאר דאס! יא! ער נעמט סיפוק פון איבערזאגן אנעליזן פון קול מבשר, און בעיקר אזעלכע וואס יעדער האט שוין געהערט! ס׳מאכט נערוועז! אבער געב אכטונג פאר די מאכסט אים אוועק! ס׳קען זיין אז דאס איז זיין סיפוק פונעם טאג!
זייער מעגליך אז עס איז דיני נפשות!
מ׳קען מאריך זיין..
א גוטע נאכט..