היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

הצלחה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:24 am
ב"ה אכשר דרא. מען קען האקן אויף היימישע טעראפיסטן.

זעט זיך אויס די ראצערלעך דא וואס רעדן שטותים האבן נאך נישט געדיעלט מיט א מיידל וואס איז suicidal. ב"ה אז זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט.

זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס האבן קוים א חתימת זקן ווייסן נישט וואס מיינט אז מען האט געראטעוועט א מיידל וואס איז שוין געווען מיט איין פיס אין די ערגסטע און מיט די אנדערע פיס אינגאנצן מיואש, און ב"ה היינט איז מען חתונה געהאט מיט אפאר לעכטיגע קינדערלעך.

זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס מיינען אז טעראפי מיינט נאר צו זוצן אין טעראפי פאר יארן ווען די טעראפיסט וויל נאר נאך וויזיטס (יא, דאס איז אויך דא). זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישוט פונעם חתן וואס האט געסנעפט אין שבע ברכות און היינט ב"ה אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער.

זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישט וואס מיינט טשיילדהוד טראמא וואס האט שיעור צוטראסקעט א אידישע שטוב און ב"ה מען האט עס געראטעוועט (וואס אין די זעלבע צייט בליטיגט דאס הארץ פאר די שטובער וואס ליידער האט מען נישט געקענט ראטעווען). און ניין, איך רעד נישט פון טראמע אז די טאטע האט אביסעלע געפאראסקעט. איך רעד נישט פון טראמע אז מען איז געווען אביסעל bullied אלטץ קינד. איך רעד פון עכטע PTST.

א טעראפיסט שנת תשפ"ד איז א דאקטער. צו דאס איז א סאושעל ווארקער, צו די איז א מענטעל העלט קאנסלער. א טעראפיסט היינט איז נישט בלויז קום זוצן אויף מיין קאוטש 2 מאל אוואך און צאל מיר. יא, דאס איז אויך דא. רוב פון אונזערע היימישע טעראפיסטן פאברענגן שעות מיטן רעדן צו רבנים. מיטן טרעפן סקולס פאר קינדער וואס מען האט נישט אנגענומען. מיטן העלפן באקומען די ריכטיגע רעגירונג הילף און ריסארסעס. און, ועל כולם, צו העלפן מאנכע פון וועם די וועלט האט פארגעסן. עס איז נישט helpful צו שרייבן אז depression קומט פון מידות מגונות. קום זאג עס פארן טאטע-מאמע וואס זייער לעכטיגע געלונגענע 17 יעריגע מיידל איז געגאנגן down the drain און וויל נישט ארויסקומען פון בעט. קום זאג עס פאר די געשוויסטער פון א בחור וואס איז אפגעפארן און רייכערט דראגס שבת דוקא אין שטוב און א טעראפיסט העלפט זיי to cope און זיי בויען. קום זאג עס פאר א מאמע וואס איר בחור א תלמיד חכם איז געווארן פארכאפט אין דראגס און דער טעראפיסט העלפט איר אז די גאנצע שטוב זאל נישט צופאלן.

קום זאג פאר די כלה וואס קומט פון א dysfunctional שטוב און האט ב"ה יא געמאכט א גוטע שידוך, און האט איצט קאלטע פיס אפאר וואכן פאר די חתונה. זי גייט פאר אביסעלע טעראפי איר צו בויען צו עקסעפטן די מאמע, און צו פארשטיין אז ב"ה, זי וועט אי"ה מיט די ריכטיגע הילף נישט אויפשטעלן א דיספאנקשענעל שטוב. קום זאג פאר די כלה וואס א חלק פון איר קאלטע פיס איז ווייל זי שפירט אז די מאמע קען נישט פירן די שטוב אן איר, און זי פילט גילטי חתונה צו האבן. ווייל ווער וועט וואשן די לאנדרי ווען די מאמע ליגט אין בעט דיפרעסט פאר וואכן.

זעט זיך אויס די ראצערלעך ווייסן בכלל נישט וואס מיינט א טעראפיסט. אדער ווייסן זיי נישט די פראלעם אז אינגע מיידלעך האבן געמוזט גיין צו טעראפיסט נישט משלנו, אדער אפילו אידישע מאדערענע "גוטע" טעראפיסטן, אבער זיי האבן נישט ארויס אונזער היימישע לעבנס שטייגער און קולטור.

אנטשולדיגט אז איך שרייב שארף. אבער איר ווייסט פארוואס איך בין נישט קיין מוהל? ווייל איך קען נישט. אז איר ווייסט נישט, שווייגט שטיל.

ועיין עוד מה שכתבתי לעיל:
Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:23 pm
מיינע צוויי צענט. און אפאר פונטקן.

איך זאג אייביג אז ווען חז"ל זאגן טוב שברופאים ל... האבן זיי געמיינט די טעראפיסטן.
אבער מען דארף דאקטוירים. און מען דארף טעראפיסטן. ניין, נישט איעדער דארף עס. טעראפי נוצט מען צופיהל. נישט פאר איעדע קליינע טראמא דארף מען טעראפי. אבער מען דארף עס זייער וויכטיג אפילו אין אונזער היימישע קאמיוניטי, און די אלע שרייבערלעך וואס שרייבן דא און ווייסן נישט בחייכון, זאלן טאקע נישט וויסן. נישט איעדער פארציילט אייך זייערע פראבלעמען...

קאלעדש: עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי א טעראפיסט אן קאלעדש. לויטן געזעץ, צו זיין א טעראפיסט מוז מען האבן א בעטשלערס מיט א מעסטערס. ווער עס טוט טעראפי אן א דעגרי הייסט אן אנ-לייסענד טעראפיסט. פונקט ווי איינער וואס געט הארץ מעדעצין אן זיין א דאקטאר. אדער א עסקן וואס געט טאבלעטן פאר איינעם זיך צו בארואיגן זיינע נערווען. יא, עס איז דא אזא מין זאך ווי א לייף קאוטש, א ביזנעס קאוטש, פונקט ווי עס איז דא א ביזנעס קאנסאלטענט, וואס איז נישט קיין לויער אדער אקאונטענט. און די זאכן חברה קענען זיין גאר גוט, פונקט ווי עס איז דא עסקנים וואס העלפן אידן וואס דארפן הילף. אלעס איז פיין ווילאנג דער לייף קאוטש פארקויפט זיך אלטץ א לייפ קאוטש און שפילט נישט טעראפיסט. און דער קאנסאלטענט פארקויפט זיך אויך באמת וואס ער איז, און זאגט נישט אז ער איז א לויער. און פאקט, רוב היינטיגע לייסענס דאקטוירים (סייקאראטיסט און סייקאלאזידש) וועלן גערן מיטארבייטן מיט א לייף קאוטש פאר זייער קלייענט, וואס איז אמאל נישט געהערט געווארן. אבער א טעראפיסט קען מען נישט זיין אן א דעגרי און לייסענס. פונטל. און יא מען "מוז" שטודירן. און יא, עס איז היינט דא זום קארסעס וואס מען קען טוהן אינדערהיים. אבער עס איז א נארמאלע קאלעדש, מיט קלאסן (אפילו עס איז אויף זום). און עס איז נישט דא קיין שאורטקאטס. און ניין, מען קען עס נישט טוהן אין אפאר חדשים.

מעג מען שטודירן? ביי אונז האט מען געהאלטן אז עס איז אסור. וואס איז מיט א CPA? היינט מוז מען האבן א דעגרי צו זיין א CPA. די גאנצע מעשה, בעטשלערס, מעסטערס און דערנאך די CPA Exam, וואס מיט 30 יאר צירוק האט מען נישט געמוזט די אלע זאכן צו גיין צום עקסעם. מעגן מען? איך בין נישט קיין פוסק. אבער איך ווייס פון א היימישע פרוי וואס לערנט זיך איצט צו זיין א טעראפיסט ווייל די רב פון איינע פון די גרעסטע קהילות האט איר געבעטן צו גיין. פארוואס? ווייל... ליינט ווייטער...

למעשה, ליידער ליידער, דארף מען צוקומען צו טעראפיסטן. און רוב פון זיי, אפילו די פרומע, זענען זייער אנגעגעסן פון דיעות כוזבות. און מען דארף פרומע היימישע טעראפיסטן. ניין, דא איז נישט געמאכט פאר רוב המון עם, אבער עס דארף זיין אפאר יחידי סגולה וואס ארבייטן מיט רבנים, הצלה, (עכטע) עסקנים צו ראטעווען נפשות בגוף ובנפש. איך שטוין פון אפאר שרייבערלעך דא וואס האקן אלעס ארונטער, כאילו זיי ווייסן אלעס וואס טוט זיך. ניין, מען דארף נישט "ארויפקוקן" היימישע טעראפיסטן. פונקט ווי איך קוק נישט ארויף אויף היימישע דעוועלאפערס, אדער היימישע קעכערס. אבער זאגט וואס איר ווילט, היימישע טעראפיסטן, מענטל העלטה קאנסלערס און סאושעל ווארקערס ראטעווען לעבענס. גאר אסאך פון זיי ארבייטן שעות אריכות אויף עמערדזענסי קעיסעס אן ווערן נארמאל באצאלט! אמאל איז עס זייער קלייענט וואס זיי האבן גערעכנט אויף די שעה, אבער ווען עס מאכט זיך אן עמערזענסי זענען זיי אויף ביז 4 פארטאגס גענצליך אומזיסט. יא, זיי ראטעווען נפשות ממש! צו דאס איז א טיענעידזער וואס איז suicidal, צו דאס איז א מיידל וואס איז נכשל געווארן און פארשידענס און מיינט שוין אז דאס איז עס, איצט מוז איך שוין ווערן א פולע אפגעפארענע. איז דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבענס. מען ראטעוועט מיידלעך וואס זענען שוין געווען כמעט אויף די אנדערע זייט, און למעשה האט מען זיי געשטעלט אויף די פיס, און זיי האבן חתונה געהאט און שטעלן אויף הערליכע אידישע דורות.
די שרייבסט זייער שיין אבער אביסל נישט אין פלאץ

די אלע מעשיות וואס די ברענגסט איז קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות, עס האט גאנץ קנאפ צו טוען מיט טעראפי.
אויב עפעס קען מען האבן אן ארגומענט אז טערעפי אפילו וואס העלפט וועט אפסטעמפלען אזא מענטש פאר אייביג אין וועט זיין שווער צו צירוק ווערן פונקט ווי מען איז געווען אין גוטע צייטן, משא"כ אויב גייט מען צו א רב מיט א שכל הישר קען די מענטש נאך ווערן שטערקער ווי ער איז געווען.

דאס זעלביגע זעהט מען ביי בחורים, אויב נעמט מען א יונגערמאן מיט א שכל הישר קען די בחור אויסוואקסן 100% נערמאל משא"כ אויב מען שיקט צו טעראפי אויף וויפיל איך ווייס אפילו זיי העלפן בלייבן זיי אנדערש אין אפגעסטעמפעלט אין ליידער אין אסאך פעלער וועלן זיי דארפן צוקומען צו טעראפי יארן לאנג, סאם האו האבן זיי נישט די כוח צו איבערקומען מצבים אין לעבן אין טערעפן זיך צוריק ביים טערעפיסט זייער שנעל אפילו נאך יארן לאנג.

מען כאפט נישט וואס פאר א סכנה דאס איז צו אפסטעמפלען א יונג קונד\בחור, מען מיינט אז היינט איז אן אפענע וועלט מיט מענטל העלט ממילא קען מען מאכן שנעלע החלטות (סלאגאן: יעדער גייט היינט) ר' איד די ווייסט נישט אין וואס פאר א סכנה די לייגסט אריין דיין קונד\(אפילו דיך אליין). זיי ביטע שוקל צו עס איז טאקע נישט דא אן אנדערע מהלך פאר די קאנעקסט אים צו א בענקל וואס ער גייט נישט קענען אויפשטעלן (עכ"פ נישט גרינג)
איר שרייבט זייער צום זאך, און איך בין זיך נישט אינגאנצן מחולק מיט אייך. אביסעלע יא...
ח"ו שיקן א בחור צו טעראפי ווייל ער קען נישט איינזיצן אין ישיבה, ער האט נישט קיין זוצפלייש. פונקט ווי ח"ו צו הייסן געבן "קענדיס" פאר א בחור ווייל די ראש ישיבה האט געהייסן.
ביידע איז זייער איבערגענוצט (לויפן צו טעראפי, און געבן קענדיס). געב דעם בחור צו פאקן ספרים, שיק אים מאכן copies אין אפיס. לאז אים אויסגעבען אביסעלע זיינע בחור'ישע הארמאנען. פארשטייט זיך מען רעדט נישט פון עקסטרעמע קעיסעס.

דאס וואס איר שרייבט אז "קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות", איז נישט אמת! מען האט אמאל נישט גערעדט פון די זאכן. מען האט געליטן צרות און געשוויגן. וויפיהל אינגעלייט וואס האבן שווערע OCD האט מען געהאלפן און זיי לעבן נארמאל, זענען ריספעקטפול מענטשן און פירן שיינע שטובער? מיט 40 יאר צירוק וואלטן זיי נישט געגאנגן פאר הילף. און ווען דער ווייב האט שוין נישט אויסגעהאלטן נאכן זיין חתונה געהאט 30 יאר און געווארן קליג האט זי אים געדאמפט? מען וואלט אים דאך ווען געקענט העלפן.

איך וועל איבערשרייבן. עס איז אמת אז מענטעל העלט איז overrated. עס איז אמת אז עס איז דא א חורבן מיטן געבען עי.בי.סיס. פאר האלב פון אונזער קינדער. עס איז דא טעראפי קאמפאניס וואס זענען נאר דא צו מאכן געלט. אבער עס איז אויך דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבן!

אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ. דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.

און די זעלבע צייט, ח"ו אוועקמאכן טעראפי ווען מען מוז עס האבן.
איך קען א טעראפיסט וואס האט געמאכט קולות אויפן ראש ישיבה שליט"א, הלמאי ער האט געהייסן אז מען זאל גיין צו דעם און דעם דאקטאר, און דער דאקטער וועס געבן קענדיס פארן בחור, און טאמער נישט וועט דער בחור פליען. די טעראפיסט האט געזאגט פארן ראש ישיבה, איר וועט זיין די הייליגע ראש ישיבה, אבער נישט דער דאקטאר. די עלטערן פונעם קינד וועלן גיין צו די דאקטאר וואס "זיי" טראסטען, און דער דאקטער וועט מחליט זיין.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:50 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:20 pm
בלויע רעקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:12 pm
שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:09 pm
בלויע רעקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:01 pm
פארוואס איז עס אזוי אז פונקט ביי די קאריערע זענען רוב פראפעסיאנעלן גנבים, נישט דא צו העלפן?
איך ווייס נישט וועגן רוב
אבער איינע פון די זאכן וואס פילע נישט געזונטע מענטשן האבן, איז א תאוה צו קאנטראלן א מענטש. און עס איז נישט דא נאך אזא גוטע פלאץ צו ערפילן דעם תאוה, ווי ווערן א טעראפיסט.
עס זענען דא נאך סיבות, אבער דאס די שטערקסטע.
נו אויב אזוי פארוואס א אינגערמאן וואס טוט דאס אָן לייסנענס בעסער? ער האט די זעלבע תאווה צו קאנטראלירן...
איך האב נישט גערעדט מיט לייסענס אדער אן. איך האב גערעדט פון דעם קאריערע בכלליות
סארי נישט געכאפט, די מיינסט בעצם יעדע וואס פראבירט צו העלפן א צווייטן גייסטיש... א רב, דיין, משפיע, משגיח, טערעפיסט......
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

בלויע רעקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:28 pm
שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:20 pm
בלויע רעקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:12 pm
שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:09 pm
בלויע רעקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:01 pm
פארוואס איז עס אזוי אז פונקט ביי די קאריערע זענען רוב פראפעסיאנעלן גנבים, נישט דא צו העלפן?
איך ווייס נישט וועגן רוב
אבער איינע פון די זאכן וואס פילע נישט געזונטע מענטשן האבן, איז א תאוה צו קאנטראלן א מענטש. און עס איז נישט דא נאך אזא גוטע פלאץ צו ערפילן דעם תאוה, ווי ווערן א טעראפיסט.
עס זענען דא נאך סיבות, אבער דאס די שטערקסטע.
נו אויב אזוי פארוואס א אינגערמאן וואס טוט דאס אָן לייסנענס בעסער? ער האט די זעלבע תאווה צו קאנטראלירן...
איך האב נישט גערעדט מיט לייסענס אדער אן. איך האב גערעדט פון דעם קאריערע בכלליות
סארי נישט געכאפט, די מיינסט בעצם יעדע וואס פראבירט צו העלפן א צווייטן גייסטיש... א רב, דיין, משפיע, משגיח, טערעפיסט......
קעכער, פלאמבער, פילאט, סורדזשענט, שוסטער, בוק קיפער...וגו'...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

א טעראפיסט האט זיך אפגערעדט צו מיר, איך האב דאך אזאלעכע שווערע קעיסעס... האב איך גענטפערט, יא, אוואדאי, ווייל די מענטשען קומן צו טעראפי, פונקט ווי מענטשן וואס די פוס טוט וויי, גייען צום פוס דאקטאר.

וואס פראביר איך צו זאגן? זייער אסאך מאל רעגט מען זיך אויפן טעראפיסט ווייל ער זאגט דעם אמת אין פנים אריין. עס איז דא טעראפיסטן צו וועם די סקולס האבן געשיקט מיידלעך. נאך א סעשען צוויי, ווערט מען געוואר אז די מאמע טוט שרעקליך קאנטראלירן, לאזט נישט לעבן, וכו'. און דער טעראפיסט זאגט פארן מאמען וואס מען האט צו זאגן. דער מאמע, וואס האט שוין פאראויס גערופן דעם טעראפיסט און פונקטליך אנגעזאגט "וואס" צו זאגן פאר איר קינד (וואס באמת פעלט פארן קינד גארנישט, נאר פארן מאמען), און וויאזוי צו זאגן פארן קינד, די מאמע האט איצט פיינט דעם טעראפיסט בתכלית השנאה. דער איידעלע אידישע מאמע, וואס נאך אפאר סעשענס האט זי זיך אויפגעמאכט און פארציילט שרעקליכע מעשיות וויאזוי דער חשובער מאן פירט זיך אויף. רשעות אן א עק, איסורי דאוירייתא, און דער טעראפיסט וויל באמת ראטעווען די שטוב. וויל ראטעווען די שלום בית און זאגט פארן מאן זיי מוחל shape up. דער אינגערמאן, אויב האט ער שכל העלפט ער זיך. און אויב איז זיינע שלעכטע מידות זייער שלעכט, דאן מאכט ער א גרויסע איסור אויפן טעראפיסט. ניין, איך רעד נישט פון טעראפיסטן וואס מען דארף טוישן זייער נאמען צו "מיסעס מסדר גיטין". מען דארף זיך טאקע זייער נאכפרעגן פאר מען גייט.

בקיצור, זייער אסאך מאל, דער וואס דארף נישט די טעראפי, דער גייט, און דער איגאואיסט, דער בארדער ליין אין די רילעישענשיפ, דער נארסיסט, וויל זיך נישט העלפן. און פארשטייט זיך אז דער טעראפיסט איז דער שלעכטער.

און איך האב א פילינג אז מאנכע דא האקן אויף אלע היימישע טעראפיסטן, ווייל עס האט זיי נישט געשמעקט וואס מען האט זיי געזאגט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:37 pm

👌👌👌👌
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הצלחה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:06 pm
בלויע רעקל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:01 pm
פארוואס איז עס אזוי אז פונקט ביי די קאריערע זענען רוב פראפעסיאנעלן גנבים, נישט דא צו העלפן?
גראדע אויך דענטיסט..
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:25 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:42 pm
אצינד אז מען רעדט פון אידן צדיקים ווי יחזקאל לונגער ובדומה לו, וואס העלפן אזויפיל אידן אראונד די קלאק, גיט אזויפיל לעקציעס "בחנם ממש" אויף קול מבשר מדי שבוע בשבוע, ער איז כסדר בקשר מיט רבנים ודיינים וואס זאלן אים פס'קענען דעם ריכטיגע דעת ודרך התורה על כל דבר קשה, ווי אזוי קען מען אפילו רעדן אויף אזעלכע אידן? זיי זענען צדיקים ממש!! יהי חלקי עמהם בגן עדן!
נעם ארויס די בחנם ממש..

ר' יחזקאל איז נאכאלץ א צדיק. אבער בעסער שטעלן זאכן על מכונו.
די שיעורים יעדע וואך אויף קול מבשר (נשמה ווינקל) איז נישט בחנם?
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:37 pm
.

און איך האב א פילינג אז מאנכע דא האקן אויף אלע היימישע טעראפיסטן, ווייל עס האט זיי נישט געשמעקט וואס מען האט זיי געזאגט.
ראביי קאושער, האסט אסאך גוטע נקודות דאקומענטירט דא אינעם אשכול, אבער די ליין איז א פוליצער געווינער!
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
הצלחה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:24 am
ב"ה אכשר דרא. מען קען האקן אויף היימישע טעראפיסטן.

זעט זיך אויס די ראצערלעך דא וואס רעדן שטותים האבן נאך נישט געדיעלט מיט א מיידל וואס איז suicidal. ב"ה אז זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט.

זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס האבן קוים א חתימת זקן ווייסן נישט וואס מיינט אז מען האט געראטעוועט א מיידל וואס איז שוין געווען מיט איין פיס אין די ערגסטע און מיט די אנדערע פיס אינגאנצן מיואש, און ב"ה היינט איז מען חתונה געהאט מיט אפאר לעכטיגע קינדערלעך.

זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס מיינען אז טעראפי מיינט נאר צו זוצן אין טעראפי פאר יארן ווען די טעראפיסט וויל נאר נאך וויזיטס (יא, דאס איז אויך דא). זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישוט פונעם חתן וואס האט געסנעפט אין שבע ברכות און היינט ב"ה אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער.

זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישט וואס מיינט טשיילדהוד טראמא וואס האט שיעור צוטראסקעט א אידישע שטוב און ב"ה מען האט עס געראטעוועט (וואס אין די זעלבע צייט בליטיגט דאס הארץ פאר די שטובער וואס ליידער האט מען נישט געקענט ראטעווען). און ניין, איך רעד נישט פון טראמע אז די טאטע האט אביסעלע געפאראסקעט. איך רעד נישט פון טראמע אז מען איז געווען אביסעל bullied אלטץ קינד. איך רעד פון עכטע PTST.

א טעראפיסט שנת תשפ"ד איז א דאקטער. צו דאס איז א סאושעל ווארקער, צו די איז א מענטעל העלט קאנסלער. א טעראפיסט היינט איז נישט בלויז קום זוצן אויף מיין קאוטש 2 מאל אוואך און צאל מיר. יא, דאס איז אויך דא. רוב פון אונזערע היימישע טעראפיסטן פאברענגן שעות מיטן רעדן צו רבנים. מיטן טרעפן סקולס פאר קינדער וואס מען האט נישט אנגענומען. מיטן העלפן באקומען די ריכטיגע רעגירונג הילף און ריסארסעס. און, ועל כולם, צו העלפן מאנכע פון וועם די וועלט האט פארגעסן. עס איז נישט helpful צו שרייבן אז depression קומט פון מידות מגונות. קום זאג עס פארן טאטע-מאמע וואס זייער לעכטיגע געלונגענע 17 יעריגע מיידל איז געגאנגן down the drain און וויל נישט ארויסקומען פון בעט. קום זאג עס פאר די געשוויסטער פון א בחור וואס איז אפגעפארן און רייכערט דראגס שבת דוקא אין שטוב און א טעראפיסט העלפט זיי to cope און זיי בויען. קום זאג עס פאר א מאמע וואס איר בחור א תלמיד חכם איז געווארן פארכאפט אין דראגס און דער טעראפיסט העלפט איר אז די גאנצע שטוב זאל נישט צופאלן.

קום זאג פאר די כלה וואס קומט פון א dysfunctional שטוב און האט ב"ה יא געמאכט א גוטע שידוך, און האט איצט קאלטע פיס אפאר וואכן פאר די חתונה. זי גייט פאר אביסעלע טעראפי איר צו בויען צו עקסעפטן די מאמע, און צו פארשטיין אז ב"ה, זי וועט אי"ה מיט די ריכטיגע הילף נישט אויפשטעלן א דיספאנקשענעל שטוב. קום זאג פאר די כלה וואס א חלק פון איר קאלטע פיס איז ווייל זי שפירט אז די מאמע קען נישט פירן די שטוב אן איר, און זי פילט גילטי חתונה צו האבן. ווייל ווער וועט וואשן די לאנדרי ווען די מאמע ליגט אין בעט דיפרעסט פאר וואכן.

זעט זיך אויס די ראצערלעך ווייסן בכלל נישט וואס מיינט א טעראפיסט. אדער ווייסן זיי נישט די פראלעם אז אינגע מיידלעך האבן געמוזט גיין צו טעראפיסט נישט משלנו, אדער אפילו אידישע מאדערענע "גוטע" טעראפיסטן, אבער זיי האבן נישט ארויס אונזער היימישע לעבנס שטייגער און קולטור.

אנטשולדיגט אז איך שרייב שארף. אבער איר ווייסט פארוואס איך בין נישט קיין מוהל? ווייל איך קען נישט. אז איר ווייסט נישט, שווייגט שטיל.

ועיין עוד מה שכתבתי לעיל:
Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:23 pm
מיינע צוויי צענט. און אפאר פונטקן.

איך זאג אייביג אז ווען חז"ל זאגן טוב שברופאים ל... האבן זיי געמיינט די טעראפיסטן.
אבער מען דארף דאקטוירים. און מען דארף טעראפיסטן. ניין, נישט איעדער דארף עס. טעראפי נוצט מען צופיהל. נישט פאר איעדע קליינע טראמא דארף מען טעראפי. אבער מען דארף עס זייער וויכטיג אפילו אין אונזער היימישע קאמיוניטי, און די אלע שרייבערלעך וואס שרייבן דא און ווייסן נישט בחייכון, זאלן טאקע נישט וויסן. נישט איעדער פארציילט אייך זייערע פראבלעמען...

קאלעדש: עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי א טעראפיסט אן קאלעדש. לויטן געזעץ, צו זיין א טעראפיסט מוז מען האבן א בעטשלערס מיט א מעסטערס. ווער עס טוט טעראפי אן א דעגרי הייסט אן אנ-לייסענד טעראפיסט. פונקט ווי איינער וואס געט הארץ מעדעצין אן זיין א דאקטאר. אדער א עסקן וואס געט טאבלעטן פאר איינעם זיך צו בארואיגן זיינע נערווען. יא, עס איז דא אזא מין זאך ווי א לייף קאוטש, א ביזנעס קאוטש, פונקט ווי עס איז דא א ביזנעס קאנסאלטענט, וואס איז נישט קיין לויער אדער אקאונטענט. און די זאכן חברה קענען זיין גאר גוט, פונקט ווי עס איז דא עסקנים וואס העלפן אידן וואס דארפן הילף. אלעס איז פיין ווילאנג דער לייף קאוטש פארקויפט זיך אלטץ א לייפ קאוטש און שפילט נישט טעראפיסט. און דער קאנסאלטענט פארקויפט זיך אויך באמת וואס ער איז, און זאגט נישט אז ער איז א לויער. און פאקט, רוב היינטיגע לייסענס דאקטוירים (סייקאראטיסט און סייקאלאזידש) וועלן גערן מיטארבייטן מיט א לייף קאוטש פאר זייער קלייענט, וואס איז אמאל נישט געהערט געווארן. אבער א טעראפיסט קען מען נישט זיין אן א דעגרי און לייסענס. פונטל. און יא מען "מוז" שטודירן. און יא, עס איז היינט דא זום קארסעס וואס מען קען טוהן אינדערהיים. אבער עס איז א נארמאלע קאלעדש, מיט קלאסן (אפילו עס איז אויף זום). און עס איז נישט דא קיין שאורטקאטס. און ניין, מען קען עס נישט טוהן אין אפאר חדשים.

מעג מען שטודירן? ביי אונז האט מען געהאלטן אז עס איז אסור. וואס איז מיט א CPA? היינט מוז מען האבן א דעגרי צו זיין א CPA. די גאנצע מעשה, בעטשלערס, מעסטערס און דערנאך די CPA Exam, וואס מיט 30 יאר צירוק האט מען נישט געמוזט די אלע זאכן צו גיין צום עקסעם. מעגן מען? איך בין נישט קיין פוסק. אבער איך ווייס פון א היימישע פרוי וואס לערנט זיך איצט צו זיין א טעראפיסט ווייל די רב פון איינע פון די גרעסטע קהילות האט איר געבעטן צו גיין. פארוואס? ווייל... ליינט ווייטער...

למעשה, ליידער ליידער, דארף מען צוקומען צו טעראפיסטן. און רוב פון זיי, אפילו די פרומע, זענען זייער אנגעגעסן פון דיעות כוזבות. און מען דארף פרומע היימישע טעראפיסטן. ניין, דא איז נישט געמאכט פאר רוב המון עם, אבער עס דארף זיין אפאר יחידי סגולה וואס ארבייטן מיט רבנים, הצלה, (עכטע) עסקנים צו ראטעווען נפשות בגוף ובנפש. איך שטוין פון אפאר שרייבערלעך דא וואס האקן אלעס ארונטער, כאילו זיי ווייסן אלעס וואס טוט זיך. ניין, מען דארף נישט "ארויפקוקן" היימישע טעראפיסטן. פונקט ווי איך קוק נישט ארויף אויף היימישע דעוועלאפערס, אדער היימישע קעכערס. אבער זאגט וואס איר ווילט, היימישע טעראפיסטן, מענטל העלטה קאנסלערס און סאושעל ווארקערס ראטעווען לעבענס. גאר אסאך פון זיי ארבייטן שעות אריכות אויף עמערדזענסי קעיסעס אן ווערן נארמאל באצאלט! אמאל איז עס זייער קלייענט וואס זיי האבן גערעכנט אויף די שעה, אבער ווען עס מאכט זיך אן עמערזענסי זענען זיי אויף ביז 4 פארטאגס גענצליך אומזיסט. יא, זיי ראטעווען נפשות ממש! צו דאס איז א טיענעידזער וואס איז suicidal, צו דאס איז א מיידל וואס איז נכשל געווארן און פארשידענס און מיינט שוין אז דאס איז עס, איצט מוז איך שוין ווערן א פולע אפגעפארענע. איז דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבענס. מען ראטעוועט מיידלעך וואס זענען שוין געווען כמעט אויף די אנדערע זייט, און למעשה האט מען זיי געשטעלט אויף די פיס, און זיי האבן חתונה געהאט און שטעלן אויף הערליכע אידישע דורות.
די שרייבסט זייער שיין אבער אביסל נישט אין פלאץ

די אלע מעשיות וואס די ברענגסט איז קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות, עס האט גאנץ קנאפ צו טוען מיט טעראפי.
אויב עפעס קען מען האבן אן ארגומענט אז טערעפי אפילו וואס העלפט וועט אפסטעמפלען אזא מענטש פאר אייביג אין וועט זיין שווער צו צירוק ווערן פונקט ווי מען איז געווען אין גוטע צייטן, משא"כ אויב גייט מען צו א רב מיט א שכל הישר קען די מענטש נאך ווערן שטערקער ווי ער איז געווען.

דאס זעלביגע זעהט מען ביי בחורים, אויב נעמט מען א יונגערמאן מיט א שכל הישר קען די בחור אויסוואקסן 100% נערמאל משא"כ אויב מען שיקט צו טעראפי אויף וויפיל איך ווייס אפילו זיי העלפן בלייבן זיי אנדערש אין אפגעסטעמפעלט אין ליידער אין אסאך פעלער וועלן זיי דארפן צוקומען צו טעראפי יארן לאנג, סאם האו האבן זיי נישט די כוח צו איבערקומען מצבים אין לעבן אין טערעפן זיך צוריק ביים טערעפיסט זייער שנעל אפילו נאך יארן לאנג.

מען כאפט נישט וואס פאר א סכנה דאס איז צו אפסטעמפלען א יונג קונד\בחור, מען מיינט אז היינט איז אן אפענע וועלט מיט מענטל העלט ממילא קען מען מאכן שנעלע החלטות (סלאגאן: יעדער גייט היינט) ר' איד די ווייסט נישט אין וואס פאר א סכנה די לייגסט אריין דיין קונד\(אפילו דיך אליין). זיי ביטע שוקל צו עס איז טאקע נישט דא אן אנדערע מהלך פאר די קאנעקסט אים צו א בענקל וואס ער גייט נישט קענען אויפשטעלן (עכ"פ נישט גרינג)
איר שרייבט זייער צום זאך, און איך בין זיך נישט אינגאנצן מחולק מיט אייך. אביסעלע יא...
ח"ו שיקן א בחור צו טעראפי ווייל ער קען נישט איינזיצן אין ישיבה, ער האט נישט קיין זוצפלייש. פונקט ווי ח"ו צו הייסן געבן "קענדיס" פאר א בחור ווייל די ראש ישיבה האט געהייסן.
ביידע איז זייער איבערגענוצט (לויפן צו טעראפי, און געבן קענדיס). געב דעם בחור צו פאקן ספרים, שיק אים מאכן copies אין אפיס. לאז אים אויסגעבען אביסעלע זיינע בחור'ישע הארמאנען. פארשטייט זיך מען רעדט נישט פון עקסטרעמע קעיסעס.

דאס וואס איר שרייבט אז "קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות", איז נישט אמת! מען האט אמאל נישט גערעדט פון די זאכן. מען האט געליטן צרות און געשוויגן. וויפיהל אינגעלייט וואס האבן שווערע OCD האט מען געהאלפן און זיי לעבן נארמאל, זענען ריספעקטפול מענטשן און פירן שיינע שטובער? מיט 40 יאר צירוק וואלטן זיי נישט געגאנגן פאר הילף. און ווען דער ווייב האט שוין נישט אויסגעהאלטן נאכן זיין חתונה געהאט 30 יאר און געווארן קליג האט זי אים געדאמפט? מען וואלט אים דאך ווען געקענט העלפן.

איך וועל איבערשרייבן. עס איז אמת אז מענטעל העלט איז overrated. עס איז אמת אז עס איז דא א חורבן מיטן געבען עי.בי.סיס. פאר האלב פון אונזער קינדער. עס איז דא טעראפי קאמפאניס וואס זענען נאר דא צו מאכן געלט. אבער עס איז אויך דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבן!

אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ. דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.

און די זעלבע צייט, ח"ו אוועקמאכן טעראפי ווען מען מוז עס האבן.
איך קען א טעראפיסט וואס האט געמאכט קולות אויפן ראש ישיבה שליט"א, הלמאי ער האט געהייסן אז מען זאל גיין צו דעם און דעם דאקטאר, און דער דאקטער וועס געבן קענדיס פארן בחור, און טאמער נישט וועט דער בחור פליען. די טעראפיסט האט געזאגט פארן ראש ישיבה, איר וועט זיין די הייליגע ראש ישיבה, אבער נישט דער דאקטאר. די עלטערן פונעם קינד וועלן גיין צו די דאקטאר וואס "זיי" טראסטען, און דער דאקטער וועט מחליט זיין.
בעצם האב איך אפ געזאגט מיינס אין געגאנגען ווייטער
איך האב זייער הנאה ווי אזוי איר שרייבט הגם איך ניץ נישט די לשון ראצער איך האב געזאגט זיי גייען פשוט איין טאג געווארווערן וואס גייט פאר אויפן וועלט
וואס איך וואלט יא געוואלט צי לייגען אז איר זענט נאר ביזי מיט פעלער וואס קוקען אויס עקסטרעם סקוקט אויס ווי איר ווייסט וואס גייט פאר אויפן וועלט אין עס איז דא טויזענטער בתוכינו וואס גייען דורך א שווערע צייט פאר פארשידענע סיבות נארמאלע מענטשטן מענטשען וואס די גאס קוקט זיי ארויף אין די צליב די מצב פאלן זיי אריין אין דיפרסיע אדער ענקזייעטע גייען זיי צו טעריפי זיך צו היילען טעריפי איז נישט נאר פאר אן אפגעפארן מיידעל אדער פאר ocd דיפרעשין אין ענגזייעטע קען היטן יעדעם ספעציעל אויף די עלטער
דער וואס קומען מיט אמאל קענען קיין היסטוריה נישט איך גיי נישט שרייבען אויף א פובליק פורם וואס איז געווען אמאל (איך וויל נישט מיינע ווערטער זאלן נישט גיט אויסגעטייטשט ווערן אדער חלילה זילזול אין אינזערע פריעדיגע) אבער רעדט אייך נישט איין אמאל איז גוט געווען אין מ איז געגאנגען צום רבין אין אלס איז גוט געווען
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:05 pm

באמת זענט איר גערעכט... איך וואלט נישט געמעגט נוצן דעם לשון "ראצערלעך".
עס איז געווען בערך 1:00 אינמיטן די נאכט, נאכן מיטהאלטן א קעיס פון א פיינער איד, אלע ציינער צוהאקט, אבער גייט נישט צום דענטיסט ווייל ער האט מורא אז ער וועט בקומען עידס. געט קיינעם נישט די הענט ווייל איעדער האט germs. געפירט אמאל אן אייגענע ביזנעס, אבער היינט האט גארנישט אחוץ חובות. איך קען נישט ארויסשרייבן צופיהל מפני כבוד המשפחה. אבער דא רעדט מען פון דירעקט א highly intellectual person. ווען נישט זיין עקסטרעימע OCD וואלט אים גארנישט געפעלט. א גאנצע משפחה אפגעהארגעט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

האט איר א 6-7 מינוט?
הערט אויס דעם שמועס מיט ר' יואל מייזליש, פון בערך א האלבע שעה (30:00) ביז 37:00
(איר קענט פארשנעלערן דעם ספיד אויב האט איר נאר 5 מינוט...)

https://www.yiddish24.com/health/188/99815
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ.דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.
לדעתך, אין א פאל וואס א רב קריגט אויפן מציל נפשות וועם דארף דער פאציענט פאלגן?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@הצלחה כווייס פון א גרויסע פסעקייעטריסט וועלכער איז בכלל נישט פאוקוסט צו ארויסקריכן מיט א ”דיאגנאז”.. אפשר שרייבט ער עס פריוואט פאר זיך אבער סאיז בכלל נישט עפעס וואס ער טיילט מיטן פאציענט דירעקט, אנלעסס מדרוקט אים דערפאר.
די גאנצע צוגאנג איז בערך כזה: וואס ברענגט דיך אהער? די פאוקוס איז אויף די פראבלעמען. דוגמת: נישט קענען שלאפן, עסן, פחדים, אבסעסיע וכו’ וכו’
כמובן נאך א שעה פון קשיות ארום און ארום און אבזערוואציע ענדיגט דער דאקטאר כזה: אקעי לאמיר פרובירן דאס און דאס, דאס וועט קעיר נעמען פון דאס און דאס, און יענץ נעם נאר ווען דו שפירסט אזוי און אזוי... קום צוריק נאך א חודש און לאמיר זעהן וויאזוי זאכן אנטוויקלען זיך, צו מיר זענען אויף די ריכטיגע דירעקציע.

נאך א חודש: וויאזוי איז דאס עסן? וויאזוי איז דאס שלאפן? די פחדים? די אבסעסיע? עני נייע פראבלעמען?
יעצט באשליסט דער דאקטער צו די מעדיצינען זענען די ריכטיגע פיט בכלל. אפשר א דאוז טשעינדזש... ארויף אדער אראפ וכו’

סך הכל, גארנישט קיין סטיגמע, גארנישט קיין קלעבאכץ. בס”ה א פראבלעם מיט די לעזונג. די מעדיצין העלפט יא צו ניין? איז די דאוז די ריכטיגע? סאיז די מיסיע צו העלפן דעם מענטש ”אנקומען” וואו ער וויל. נישט וואו ער איז ”יעצט".

דעריבער, בא’נערישט אייך נישט און לייגט נישט קיין פראבלעמען אינטערן קארפעט ווייל סוועט ארויסשפראצן אין אסאך אן ערגערע פארעם.. יענע מחלה איגנארט מען נישט.. וקל וחומר בן בנו של קל וחומר גייסטישע פראבלעמען.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:40 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ.דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.
לדעתך, אין א פאל וואס א רב קריגט אויפן מציל נפשות וועם דארף דער פאציענט פאלגן?
די רעדסט פון די פאר באקאנטע רבנים וואס זענען באהאוונט און רפואה ענינים, אדער פון סתם א רב וואס זיין עקספריענס באשטייט בעסיקלי פון נעמען טיינענאל?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:40 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ.דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.
לדעתך, אין א פאל וואס א רב קריגט אויפן מציל נפשות וועם דארף דער פאציענט פאלגן?
איר מיינט מיין דעת? איך בין נישט קיין פראפעשענעל און איך פסקען נישט.
איך האב נישט קיין דעת תורה. איך האב נישט קיין דעת אין מעדעצין.

אבער אין מיין עקספירענס, איך האב נאך נישט געהאט אז א רב זאל זיך קריגן אויף א מציל נפשות.
יא, מחולק געווען מיט א טעראפיסט. געזאגט אז דער דאטקאר קען מען נישט אזוי טראסטען, מען זאל גיין פאר א second opinion.

די גרעסטע רבנים זאגן, מען זאל פאלגן דעם דאקטאר. נאכאמאל, איך רעד נישט פון א הלכה חלק. איך רעד ווען עס איז נאר א קשיא אין רפואה.
איך האב שוין געהאט א פרומע דאקטאר פון Passaic האט געמאכט קולות אויף מיין רב ווייל ער האט געהאלטן אז stiches איז נישט קיין חציצה.
איך האב געזאגט פארן דאקטאר, די זאג די מעדעצין חלק. קען מען ארויסנעמען די stiches אפאר טעג פריער. דער רב וועט זאגן די הלכה חלק.

אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אז א רב זאל מחולק זיין מיט א דאקטאר. די "עכטע" רבנים שפילן נישט דאקטאר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

Kosher Travel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:21 am
באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:40 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ.דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.
לדעתך, אין א פאל וואס א רב קריגט אויפן מציל נפשות וועם דארף דער פאציענט פאלגן?
איר מיינט מיין דעת?
די דעת פון דער וואס האט געשריבן ''ווילאנג רבנים ווייסן זייער פלאץ''.

וואס באדייט די ליין??
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 2:27 pm

די אמת איז אז עס שטייט אין גמרא אז אפילו איינער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם און ירא שמים קען נאך אלץ זיין א טיפש. יא, אזוי שטייט אין גמרא, די גמרא אין מסכת נדה דף ט"ז ע"ב זאגט דדריש ר' חנינא בר פפא אותו מלאך הממונה על ההריון לילה שמו ונוטל טפה ומעמידה לפני הקב"ה ואומר לפניו רבש"ע טפה זו מה תהא עליה גבור או חלש חכם או טיפש עשיר או עני ואילו רשע או צדיק לא קאמר.

ר' חנינא בר פפא זאגט, די מלאך וואס איז פאראנטפערליך אויף די געבורט פון קינדער, נעמט די טיפה פון וואס די קינג וועט געבוירן ווערן און פרעגט אן ביי כביכול די רבוש"ע, וואס וועט זיין מיט דעם טיפה? וועט דער קינד זיין א שטארקער אדער א שוואכער? א חכם אדער א טיפש? רייך אדער ארעם? אבער ער פרעגט נישט אויב דאס קינד וועט זיין א צדיק אדער א רשע ווייל יעדער האט אן אייגענע בחירה.

אין אנדערע ווערטער, אפילו דער מענטש אויף וועם כביכול אליין בכבודו ובעצמו האט גוזר געווען אז ער זאל זיין א טיפש, קען נאך אויפוואקסן א צדיק! און נישט סתם א צדיק, נאר א צדיק אין די מושגים פון די הייליגע חז"ל! און ניין, דאס איז דער צדיק איז א טיפש, מאכט עס איהם גארנישט קלענער, ער וועט נאכאלץ זיצן אויבנאן אין גן עדן, עס איז ברייט באקאנט וואס די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט וועגן א צדיק א טיפש וואס וועט האבן א זיבן שטאקיגע גן עדן... עכ"פ ס'דא אזא זאך.

לעניינו, נישט אלע רבנים זענען באהאווענט אין אלע וועלטיליכע, עסקנישע און רפואה ענינים, אפגעזעהן פון זייער גדלות אין תורה, ירא"ש און צדקות, חז"ל לערנען אונז אין מסכת ברכות דף ד' ע"א למד לשונך לומר איני יודע, א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן 'איך ווייס נישט', נישט אלעס ווייסט מען און נישט אלעס קען מען וויסן, חז"ל לערנען אונז אויך אין אבות פרק ו' משנה ו' אז מ'דארף זיין א מכיר את מקומו, מ'דארף וויסן מיין קענטענסטין זענען אין שו"ע -נישט אין גמרא, אין יורה דעה -נישט אין הל' שבת, אדער אין תורה אין נישט אין רפואה -מענטעל העלט צו פיזישע העלט, דאס קען איך נישט, און אז מען קען נישט, דארף מען זאגן איני יודע -איך ווייס נישט.
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
הצלחה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:24 am
ב"ה אכשר דרא. מען קען האקן אויף היימישע טעראפיסטן.

זעט זיך אויס די ראצערלעך דא וואס רעדן שטותים האבן נאך נישט געדיעלט מיט א מיידל וואס איז suicidal. ב"ה אז זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט.

זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס האבן קוים א חתימת זקן ווייסן נישט וואס מיינט אז מען האט געראטעוועט א מיידל וואס איז שוין געווען מיט איין פיס אין די ערגסטע און מיט די אנדערע פיס אינגאנצן מיואש, און ב"ה היינט איז מען חתונה געהאט מיט אפאר לעכטיגע קינדערלעך.

זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס מיינען אז טעראפי מיינט נאר צו זוצן אין טעראפי פאר יארן ווען די טעראפיסט וויל נאר נאך וויזיטס (יא, דאס איז אויך דא). זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישוט פונעם חתן וואס האט געסנעפט אין שבע ברכות און היינט ב"ה אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער.

זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישט וואס מיינט טשיילדהוד טראמא וואס האט שיעור צוטראסקעט א אידישע שטוב און ב"ה מען האט עס געראטעוועט (וואס אין די זעלבע צייט בליטיגט דאס הארץ פאר די שטובער וואס ליידער האט מען נישט געקענט ראטעווען). און ניין, איך רעד נישט פון טראמע אז די טאטע האט אביסעלע געפאראסקעט. איך רעד נישט פון טראמע אז מען איז געווען אביסעל bullied אלטץ קינד. איך רעד פון עכטע PTST.

א טעראפיסט שנת תשפ"ד איז א דאקטער. צו דאס איז א סאושעל ווארקער, צו די איז א מענטעל העלט קאנסלער. א טעראפיסט היינט איז נישט בלויז קום זוצן אויף מיין קאוטש 2 מאל אוואך און צאל מיר. יא, דאס איז אויך דא. רוב פון אונזערע היימישע טעראפיסטן פאברענגן שעות מיטן רעדן צו רבנים. מיטן טרעפן סקולס פאר קינדער וואס מען האט נישט אנגענומען. מיטן העלפן באקומען די ריכטיגע רעגירונג הילף און ריסארסעס. און, ועל כולם, צו העלפן מאנכע פון וועם די וועלט האט פארגעסן. עס איז נישט helpful צו שרייבן אז depression קומט פון מידות מגונות. קום זאג עס פארן טאטע-מאמע וואס זייער לעכטיגע געלונגענע 17 יעריגע מיידל איז געגאנגן down the drain און וויל נישט ארויסקומען פון בעט. קום זאג עס פאר די געשוויסטער פון א בחור וואס איז אפגעפארן און רייכערט דראגס שבת דוקא אין שטוב און א טעראפיסט העלפט זיי to cope און זיי בויען. קום זאג עס פאר א מאמע וואס איר בחור א תלמיד חכם איז געווארן פארכאפט אין דראגס און דער טעראפיסט העלפט איר אז די גאנצע שטוב זאל נישט צופאלן.

קום זאג פאר די כלה וואס קומט פון א dysfunctional שטוב און האט ב"ה יא געמאכט א גוטע שידוך, און האט איצט קאלטע פיס אפאר וואכן פאר די חתונה. זי גייט פאר אביסעלע טעראפי איר צו בויען צו עקסעפטן די מאמע, און צו פארשטיין אז ב"ה, זי וועט אי"ה מיט די ריכטיגע הילף נישט אויפשטעלן א דיספאנקשענעל שטוב. קום זאג פאר די כלה וואס א חלק פון איר קאלטע פיס איז ווייל זי שפירט אז די מאמע קען נישט פירן די שטוב אן איר, און זי פילט גילטי חתונה צו האבן. ווייל ווער וועט וואשן די לאנדרי ווען די מאמע ליגט אין בעט דיפרעסט פאר וואכן.

זעט זיך אויס די ראצערלעך ווייסן בכלל נישט וואס מיינט א טעראפיסט. אדער ווייסן זיי נישט די פראלעם אז אינגע מיידלעך האבן געמוזט גיין צו טעראפיסט נישט משלנו, אדער אפילו אידישע מאדערענע "גוטע" טעראפיסטן, אבער זיי האבן נישט ארויס אונזער היימישע לעבנס שטייגער און קולטור.

אנטשולדיגט אז איך שרייב שארף. אבער איר ווייסט פארוואס איך בין נישט קיין מוהל? ווייל איך קען נישט. אז איר ווייסט נישט, שווייגט שטיל.

ועיין עוד מה שכתבתי לעיל:
Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:23 pm
מיינע צוויי צענט. און אפאר פונטקן.

איך זאג אייביג אז ווען חז"ל זאגן טוב שברופאים ל... האבן זיי געמיינט די טעראפיסטן.
אבער מען דארף דאקטוירים. און מען דארף טעראפיסטן. ניין, נישט איעדער דארף עס. טעראפי נוצט מען צופיהל. נישט פאר איעדע קליינע טראמא דארף מען טעראפי. אבער מען דארף עס זייער וויכטיג אפילו אין אונזער היימישע קאמיוניטי, און די אלע שרייבערלעך וואס שרייבן דא און ווייסן נישט בחייכון, זאלן טאקע נישט וויסן. נישט איעדער פארציילט אייך זייערע פראבלעמען...

קאלעדש: עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי א טעראפיסט אן קאלעדש. לויטן געזעץ, צו זיין א טעראפיסט מוז מען האבן א בעטשלערס מיט א מעסטערס. ווער עס טוט טעראפי אן א דעגרי הייסט אן אנ-לייסענד טעראפיסט. פונקט ווי איינער וואס געט הארץ מעדעצין אן זיין א דאקטאר. אדער א עסקן וואס געט טאבלעטן פאר איינעם זיך צו בארואיגן זיינע נערווען. יא, עס איז דא אזא מין זאך ווי א לייף קאוטש, א ביזנעס קאוטש, פונקט ווי עס איז דא א ביזנעס קאנסאלטענט, וואס איז נישט קיין לויער אדער אקאונטענט. און די זאכן חברה קענען זיין גאר גוט, פונקט ווי עס איז דא עסקנים וואס העלפן אידן וואס דארפן הילף. אלעס איז פיין ווילאנג דער לייף קאוטש פארקויפט זיך אלטץ א לייפ קאוטש און שפילט נישט טעראפיסט. און דער קאנסאלטענט פארקויפט זיך אויך באמת וואס ער איז, און זאגט נישט אז ער איז א לויער. און פאקט, רוב היינטיגע לייסענס דאקטוירים (סייקאראטיסט און סייקאלאזידש) וועלן גערן מיטארבייטן מיט א לייף קאוטש פאר זייער קלייענט, וואס איז אמאל נישט געהערט געווארן. אבער א טעראפיסט קען מען נישט זיין אן א דעגרי און לייסענס. פונטל. און יא מען "מוז" שטודירן. און יא, עס איז היינט דא זום קארסעס וואס מען קען טוהן אינדערהיים. אבער עס איז א נארמאלע קאלעדש, מיט קלאסן (אפילו עס איז אויף זום). און עס איז נישט דא קיין שאורטקאטס. און ניין, מען קען עס נישט טוהן אין אפאר חדשים.

מעג מען שטודירן? ביי אונז האט מען געהאלטן אז עס איז אסור. וואס איז מיט א CPA? היינט מוז מען האבן א דעגרי צו זיין א CPA. די גאנצע מעשה, בעטשלערס, מעסטערס און דערנאך די CPA Exam, וואס מיט 30 יאר צירוק האט מען נישט געמוזט די אלע זאכן צו גיין צום עקסעם. מעגן מען? איך בין נישט קיין פוסק. אבער איך ווייס פון א היימישע פרוי וואס לערנט זיך איצט צו זיין א טעראפיסט ווייל די רב פון איינע פון די גרעסטע קהילות האט איר געבעטן צו גיין. פארוואס? ווייל... ליינט ווייטער...

למעשה, ליידער ליידער, דארף מען צוקומען צו טעראפיסטן. און רוב פון זיי, אפילו די פרומע, זענען זייער אנגעגעסן פון דיעות כוזבות. און מען דארף פרומע היימישע טעראפיסטן. ניין, דא איז נישט געמאכט פאר רוב המון עם, אבער עס דארף זיין אפאר יחידי סגולה וואס ארבייטן מיט רבנים, הצלה, (עכטע) עסקנים צו ראטעווען נפשות בגוף ובנפש. איך שטוין פון אפאר שרייבערלעך דא וואס האקן אלעס ארונטער, כאילו זיי ווייסן אלעס וואס טוט זיך. ניין, מען דארף נישט "ארויפקוקן" היימישע טעראפיסטן. פונקט ווי איך קוק נישט ארויף אויף היימישע דעוועלאפערס, אדער היימישע קעכערס. אבער זאגט וואס איר ווילט, היימישע טעראפיסטן, מענטל העלטה קאנסלערס און סאושעל ווארקערס ראטעווען לעבענס. גאר אסאך פון זיי ארבייטן שעות אריכות אויף עמערדזענסי קעיסעס אן ווערן נארמאל באצאלט! אמאל איז עס זייער קלייענט וואס זיי האבן גערעכנט אויף די שעה, אבער ווען עס מאכט זיך אן עמערזענסי זענען זיי אויף ביז 4 פארטאגס גענצליך אומזיסט. יא, זיי ראטעווען נפשות ממש! צו דאס איז א טיענעידזער וואס איז suicidal, צו דאס איז א מיידל וואס איז נכשל געווארן און פארשידענס און מיינט שוין אז דאס איז עס, איצט מוז איך שוין ווערן א פולע אפגעפארענע. איז דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבענס. מען ראטעוועט מיידלעך וואס זענען שוין געווען כמעט אויף די אנדערע זייט, און למעשה האט מען זיי געשטעלט אויף די פיס, און זיי האבן חתונה געהאט און שטעלן אויף הערליכע אידישע דורות.
די שרייבסט זייער שיין אבער אביסל נישט אין פלאץ

די אלע מעשיות וואס די ברענגסט איז קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות, עס האט גאנץ קנאפ צו טוען מיט טעראפי.
אויב עפעס קען מען האבן אן ארגומענט אז טערעפי אפילו וואס העלפט וועט אפסטעמפלען אזא מענטש פאר אייביג אין וועט זיין שווער צו צירוק ווערן פונקט ווי מען איז געווען אין גוטע צייטן, משא"כ אויב גייט מען צו א רב מיט א שכל הישר קען די מענטש נאך ווערן שטערקער ווי ער איז געווען.

דאס זעלביגע זעהט מען ביי בחורים, אויב נעמט מען א יונגערמאן מיט א שכל הישר קען די בחור אויסוואקסן 100% נערמאל משא"כ אויב מען שיקט צו טעראפי אויף וויפיל איך ווייס אפילו זיי העלפן בלייבן זיי אנדערש אין אפגעסטעמפעלט אין ליידער אין אסאך פעלער וועלן זיי דארפן צוקומען צו טעראפי יארן לאנג, סאם האו האבן זיי נישט די כוח צו איבערקומען מצבים אין לעבן אין טערעפן זיך צוריק ביים טערעפיסט זייער שנעל אפילו נאך יארן לאנג.

מען כאפט נישט וואס פאר א סכנה דאס איז צו אפסטעמפלען א יונג קונד\בחור, מען מיינט אז היינט איז אן אפענע וועלט מיט מענטל העלט ממילא קען מען מאכן שנעלע החלטות (סלאגאן: יעדער גייט היינט) ר' איד די ווייסט נישט אין וואס פאר א סכנה די לייגסט אריין דיין קונד\(אפילו דיך אליין). זיי ביטע שוקל צו עס איז טאקע נישט דא אן אנדערע מהלך פאר די קאנעקסט אים צו א בענקל וואס ער גייט נישט קענען אויפשטעלן (עכ"פ נישט גרינג)
איר שרייבט זייער צום זאך, און איך בין זיך נישט אינגאנצן מחולק מיט אייך. אביסעלע יא...
ח"ו שיקן א בחור צו טעראפי ווייל ער קען נישט איינזיצן אין ישיבה, ער האט נישט קיין זוצפלייש. פונקט ווי ח"ו צו הייסן געבן "קענדיס" פאר א בחור ווייל די ראש ישיבה האט געהייסן.
ביידע איז זייער איבערגענוצט (לויפן צו טעראפי, און געבן קענדיס). געב דעם בחור צו פאקן ספרים, שיק אים מאכן copies אין אפיס. לאז אים אויסגעבען אביסעלע זיינע בחור'ישע הארמאנען. פארשטייט זיך מען רעדט נישט פון עקסטרעמע קעיסעס.

דאס וואס איר שרייבט אז "קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות", איז נישט אמת! מען האט אמאל נישט גערעדט פון די זאכן. מען האט געליטן צרות און געשוויגן. וויפיהל אינגעלייט וואס האבן שווערע OCD האט מען געהאלפן און זיי לעבן נארמאל, זענען ריספעקטפול מענטשן און פירן שיינע שטובער? מיט 40 יאר צירוק וואלטן זיי נישט געגאנגן פאר הילף. און ווען דער ווייב האט שוין נישט אויסגעהאלטן נאכן זיין חתונה געהאט 30 יאר און געווארן קליג האט זי אים געדאמפט? מען וואלט אים דאך ווען געקענט העלפן.

איך וועל איבערשרייבן. עס איז אמת אז מענטעל העלט איז overrated. עס איז אמת אז עס איז דא א חורבן מיטן געבען עי.בי.סיס. פאר האלב פון אונזער קינדער. עס איז דא טעראפי קאמפאניס וואס זענען נאר דא צו מאכן געלט. אבער עס איז אויך דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבן!

אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ. דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.

און די זעלבע צייט, ח"ו אוועקמאכן טעראפי ווען מען מוז עס האבן.
איך קען א טעראפיסט וואס האט געמאכט קולות אויפן ראש ישיבה שליט"א, הלמאי ער האט געהייסן אז מען זאל גיין צו דעם און דעם דאקטאר, און דער דאקטער וועס געבן קענדיס פארן בחור, און טאמער נישט וועט דער בחור פליען. די טעראפיסט האט געזאגט פארן ראש ישיבה, איר וועט זיין די הייליגע ראש ישיבה, אבער נישט דער דאקטאר. די עלטערן פונעם קינד וועלן גיין צו די דאקטאר וואס "זיי" טראסטען, און דער דאקטער וועט מחליט זיין.
שטארקע דיבורים👍
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 2:27 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:21 am
באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:40 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ.דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.
לדעתך, אין א פאל וואס א רב קריגט אויפן מציל נפשות וועם דארף דער פאציענט פאלגן?
איר מיינט מיין דעת?
די דעת פון דער וואס האט געשריבן ''ווילאנג רבנים ווייסן זייער פלאץ''.

וואס באדייט די ליין??
איר האט מיך גע'קוואוט און מיך געפרעגט א קשיא.
איך האב דאס נישט געשריבן.
איך שרייב נישט אזוי אויף רבנים. און טאמער איך האב דאס געשריבן, צו איך צירוק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שוין... א אידיש קינד האט עפעס געפילן. נישט זיכער צו עכטע צו איינגערעדטע. נישט זיכער בכלל פארוואס מען האט געדארפט קיין צו א טעראפיס פאר דעם. אבער מען איז געגאנגן. איינער א טעראפיסט וואס האלט זיך "ארטאדאקסיש". דער טעראפיסט האט "אריינגעלייגט" אינעם איידעלע קינד זאכן אין קאפ אריין וואס האט בכלל נישט באלאנג דארט. "להוי ידוע, איר דארפט טרעפן אייערע איידענטיטי", עס איז דא וואס הייסט על. דשי. וכו'. אויסגעלערנט א אינג איידעלע אידיש מיידעל פון 16 יאר די גאנצע עי.בי.סיס. איך גיי איצט נישט אריין אין די נושא, אבער דאס קינד האט בכלל נישט געליטן אין די נושא בכלל. דאס קינד האט ווען געדארפט גיין צו א "היימישן טעראפיסט". איצט פאר אלע האקערס אויף די היימישע טעראפיסטן... וואס זאגט איר איצט?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

Kosher Travel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:13 pm
שוין... א אידיש קינד האט עפעס געפילן. נישט זיכער צו עכטע צו איינגערעדטע. נישט זיכער בכלל פארוואס מען האט געדארפט קיין צו א טעראפיס פאר דעם. אבער מען איז געגאנגן. איינער א טעראפיסט וואס האלט זיך "ארטאדאקסיש". דער טעראפיסט האט "אריינגעלייגט" אינעם איידעלע קינד זאכן אין קאפ אריין וואס האט בכלל נישט באלאנג דארט. "להוי ידוע, איר דארפט טרעפן אייערע איידענטיטי", עס איז דא וואס הייסט על. דשי. וכו'. אויסגעלערנט א אינג קינד די גאנצע עי.בי.סיס. איך גיי איצט נישט אריין אין די נושא, אבער דאס קינד האט בכלל נישט געליטן אין די נושא בכלל. דאס קינד האט ווען געדארפט גיין צו א "היימישן טעראפיסט". איצט פאר אלע האקערס אויף די היימישע טעראפיסטן... וואס זאגט איר איצט?
מהאט שוין פראבירט א מוסר ספר?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בלויע רעקל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:16 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:13 pm
שוין... א אידיש קינד האט עפעס געפילן. נישט זיכער צו עכטע צו איינגערעדטע. נישט זיכער בכלל פארוואס מען האט געדארפט קיין צו א טעראפיס פאר דעם. אבער מען איז געגאנגן. איינער א טעראפיסט וואס האלט זיך "ארטאדאקסיש". דער טעראפיסט האט "אריינגעלייגט" אינעם איידעלע קינד זאכן אין קאפ אריין וואס האט בכלל נישט באלאנג דארט. "להוי ידוע, איר דארפט טרעפן אייערע איידענטיטי", עס איז דא וואס הייסט על. דשי. וכו'. אויסגעלערנט א אינג קינד די גאנצע עי.בי.סיס. איך גיי איצט נישט אריין אין די נושא, אבער דאס קינד האט בכלל נישט געליטן אין די נושא בכלל. דאס קינד האט ווען געדארפט גיין צו א "היימישן טעראפיסט". איצט פאר אלע האקערס אויף די היימישע טעראפיסטן... וואס זאגט איר איצט?
מהאט שוין פראבירט א מוסר ספר?
מיין פונקט איז נישט צו מען האט בכלל געדראפט פאר טעראפי, ווי געשריבן.
מיין פונקט איז אז אויב שוין יא, דאן... א היימישער פרוי טעראפיסט וואלט זיך בעסער פארשטאנען. ווייל זיי פארשטייען אונזער קולטור, אונזער קאמיוניטי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

בלויע רעקל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 3:13 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 2:27 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:21 am
באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:40 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 6:24 pm
אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר בלעטער צירוק, האב איך שטארק מחשיב געווען עסקנים, לייף קאוטש, רבנים, וכו'. ווילאנג אבער זיי ווייסן זייער פלאץ.דער עסקן זאל טוהן וואס ער קען, אבער נישט שפילן דאקטאר.
לדעתך, אין א פאל וואס א רב קריגט אויפן מציל נפשות וועם דארף דער פאציענט פאלגן?
איר מיינט מיין דעת?
די דעת פון דער וואס האט געשריבן ''ווילאנג רבנים ווייסן זייער פלאץ''.

וואס באדייט די ליין??
די אמת איז אז עס שטייט אין גמרא אז אפילו איינער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם און ירא שמים קען נאך אלץ זיין א טיפש. יא, אזוי שטייט אין גמרא, די גמרא אין מסכת נדה דף ט"ז ע"ב זאגט דדריש ר' חנינא בר פפא אותו מלאך הממונה על ההריון לילה שמו ונוטל טפה ומעמידה לפני הקב"ה ואומר לפניו רבש"ע טפה זו מה תהא עליה גבור או חלש חכם או טיפש עשיר או עני ואילו רשע או צדיק לא קאמר.

ר' חנינא בר פפא זאגט, די מלאך וואס איז פאראנטפערליך אויף די געבורט פון קינדער, נעמט די טיפה פון וואס די קינג וועט געבוירן ווערן און פרעגט אן ביי כביכול די רבוש"ע, וואס וועט זיין מיט דעם טיפה? וועט דער קינד זיין א שטארקער אדער א שוואכער? א חכם אדער א טיפש? רייך אדער ארעם? אבער ער פרעגט נישט אויב דאס קינד וועט זיין א צדיק אדער א רשע ווייל יעדער האט אן אייגענע בחירה.

אין אנדערע ווערטער, אפילו דער מענטש אויף וועם כביכול אליין בכבודו ובעצמו האט גוזר געווען אז ער זאל זיין א טיפש, קען נאך אויפוואקסן א צדיק! און נישט סתם א צדיק, נאר א צדיק אין די מושגים פון די הייליגע חז"ל! און ניין, דאס איז דער צדיק איז א טיפש, מאכט עס איהם גארנישט קלענער, ער וועט נאכאלץ זיצן אויבנאן אין גן עדן, עס איז ברייט באקאנט וואס די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט וועגן א צדיק א טיפש וואס וועט האבן א זיבן שטאקיגע גן עדן... עכ"פ ס'דא אזא זאך.

לעניינו, נישט אלע רבנים זענען באהאווענט אין אלע וועלטיליכע, עסקנישע און רפואה ענינים, אפגעזעהן פון זייער גדלות אין תורה, ירא"ש און צדקות, חז"ל לערנען אונז אין מסכת ברכות דף ד' ע"א למד לשונך לומר איני יודע, א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן 'איך ווייס נישט', נישט אלעס ווייסט מען און נישט אלעס קען מען וויסן, חז"ל לערנען אונז אויך אין אבות פרק ו' משנה ו' אז מ'דארף זיין א מכיר את מקומו, מ'דארף וויסן מיין קענטענסטין זענען אין שו"ע -נישט אין גמרא, אין יורה דעה -נישט אין הל' שבת, אדער אין תורה אין נישט אין רפואה -מענטעל העלט צו פיזישע העלט, דאס קען איך נישט, און אז מען קען נישט, דארף מען זאגן איני יודע -איך ווייס נישט.
זייער א שטארקע נקודה וואס מענשטן זענען נישט אזוי באואוסטזיניג צו.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:36 pm
כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:23 am
לענ"ד אמתדיגע גדולי ישראל "תלמודי חכמים וואס לערנען תורה לשמה" פארשטייען און קענען אסאך בעסער העלפן ווי טערעפיסטן. דאס איז ליידער א חלק פון די שיפלות הדור

איר פרעגט וואס מען האט אמאל טון? אמאליגע צייטן איז מען געגאנגען צום רב פון די שטאט אדער געפארן צו א גרויסע צדיק ובכוח תורתם האבן זיי געהיילט "אן א דעגרי". ודו"ק כי קצרתי
זיי האבן געהאט א העכערע כח, אזוי ווייט ווי ארויסנעמען דיבוקים און בחוש אויסהיילן אלע סארטן קרענק. זכותם יגן עלינו.
ווי קענסטו עס פארגלייכן מיט די צדיקים היינטיגע צייטן?
דאס שרייב איך טאקע....

אמאליגע צייטן איז געווען א סאטמארע רבי ז"ל, געווען א חזון איש, געווען דער סטייפלער וכ"ו מילא זייער חכמה און פיקחות צוזאמען מיט די רעספעקט וואס מען האט געהאט צו זיי האט מען נישט געדארפט אזוי אסאך צוקומען צו טעראפיסטן.

ועכשיו שחסרנו כל אלה ...
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

כמיין אז איינע פון די זאכן וואס מען קען זיך נאכפרעגן פאר מען שליסט א שידוך אלס א סגולה על כל צרה שלא תבוא אויב די רב פון די אנדערע מדוברת האלט פון טעראפי ודו"ק.

דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל זיין שלום ושלווה מיט געזינט בגוף ונפש פאר אלע יודן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”