איך וואלט מיר געוואלט באציען צו יעדן עקסטער, אבער אזויווי ס'איז א יסודות'דיגע נקודה וואס די וואס האבן דא ארגומענטירט האבן פארזעהן, וועל איך מאכן א כל הנערים, איך האף אז עס וועט ארויסקומען קלאר.
@ממוצע וויל וויסן פון וואס ספעציפיש איך רעד, @גרשון טענה'ט אז ס'איז א חכמה פון גאט ב'ה, @לעקסוס פארשטייט, אבער טענה'ט אז די רבנים זענען יא מסכים דערצו, וזה אומר דרשוני, ווי אויך טענה'ו אסאך אז מען דארף זיך רעכענען מיט די רבנים וואס זענען באהאוונט אינעם מענטל העלט פעלד, וואס כולם פה אחד שרייען זיי אז מען דארף זיך גיין היילן.
אלזא לאמיר פרובירן מסביר צו זיין מיין נקודה, קלארער, און טיפער, איך גיי אנרירן געוויסע נקודות וואס גרעניצן זיך מיט הייקעלע אמונה ענינים, כ'האב עס לכתחילה נישט געוואלט ארויפברענגען, אבער ההכרח לא יגונה, און כ'וויל בעטן מען זאל נישט ציען דעם שמועס אין יענעם ריכטונג.
והנה, איינע פון די יסודות פון די כופרישע וועלט איז א טערמין וואס הייסט 'דעטערמעניזם' דאס באדייט, עס איז נישטא אזא זאך ווי בחירה, אלעס איז דיטערמענט, דאס הייסט באשלאסן, יעדע זאך וואס דער מענטש טוט, אויב קענסטו אריינגיין טיף אין די קעמערלעך פון זיין מוח, וואלסטו געקענט וואוסן בעפאר אז דאס וועט זיין זיין אויסוואל.
דעטערמעניזם ברענגט א תפיסת העולם מאז א מענטש איז א סייענטיפישער פראדוקט, פונקט ווי א בהמה, און אלעס וואס ער טוט זענען סייענטיפישע רעאקציעס, אין די וועלט פון דעטערמעניזם, ווען א נגיד מאכט א חלוקה, דארפסטו באדאנקען די מאלעקיולס אין זיין מוח, וועלכע האבן אים געדרייווט צו מאכן א חלוקה.
עס איז איבריג אנצואווייזן אז דער מהלך המחשה איז קעגן די תורה, וואס שרייבט ' רְאֵה נָתַתִּי לְפָנֶיךָ הַיּוֹם אֶת הַחַיִּים וְאֶת הַטּוֹב וכו'... וּבָחַרְתָּ בַּחַיִּים, לְמַעַן תִּחְיֶה וכו'..'
די גאנצע תורה איז געבויט אויף דעם, און אונזערע חכמים זאגן אונז, יעדע מצב וואו א מענטש איז, האט ער די כוחות זיך ארויסצוזעהן דערפון.
פרעה, דער קעניג דער ארכי מערדער, דער קעניג וואס האט הנאה געהאט פון זיך באדן אין אידיש בלוט, אינעם פסיכאלאגיע בוך, וואלט ער פארצייכנט געווארן מיט א גאנצע רייע פסיכישע קרענק, א קאנדישן וואס דארף ערנסטע העלפ. וואונדער איבער וואונדער, די תורה זאגט אונז אז דער באשעפער האט אים געדארפט אוועקנעמען די בחירה, ווען נישט וואלט ער אליינס געקענט קלויבן, על אף זיין פסיכישן צושטאנד.
ווא מיר קוקן, אוין די ווערטער פון אונזערע הייליגע חכמים, די ווערטער פון מוסר ספרים, ראשונים אחרונים, ספרי חסידות, אין ערגעץ ווערט נישט דערמאנט אז דער מענטש קען זיין אין א צושטאנד וואס ער האט נישט קיין בחירה.
שפרינג נישט! עס ווערט דערמאנט אסאך אין חסידישע ספרים אזא נקודה ווי 'נשתרש בחטא' אבער וועסט קוקן, וועסטו זעהן אז די אלע שרייען אז הגם עס איז זייער שווער, איז בוודאי אז דער מענטש קען קלויבן.
פונקטליך וויאזוי אונזערע הייליגע ספרים זענען מסביר בחירה, וויל איך נישט אריינגיין, עס פארלאנגט אראפצוברענגען גאר אסאך טמא'נע ווערטער פון כופרים. אבער איר קענט זיין זיכער, דעטערמיניזם איז לעכערליך, א גוי'אישער בליק אויף די וועלט, עפעס וואס מאכט א מענטש פונקט ווי א בהמה, און ערגער.
אגב, רב דעסלער שרייבט אויף א געוויסן פראפעסאר, וועלכער שרייבט א גאנצע בוך אויפצואווייזן אז דעטערמינזם איז אמת, אז ער האט געקוקט אינעם שער בלאט, זעהט ער ווי דער פראפעסאר נעמט פולע קרעדיט פארן שרייבן דעם בוך, פרעגט ער: וואס האלטסטו זיך גרויס? האסט געמוזט שרייבן דעם בוך! נאו טשויס..
צוריק צום ענין, וויפיל איך האב געזוכט אין ספרים, געפרעגט ערליכע אידן, האב איך נישט געטראפן קיין אנדערע היילונג אויף פחד, ווי בטחון. קיין איין רפואה אויף רשעות, חוץ עבודת המדות. קיין איין רפואה אויף עצלות, נאר עס פייטן. איר ווילט מיר זאגן אז אונזערע גרויסע לייט האבן פארזעהן אז עס איז דא א צושטאנד וואו זייערע ווערטער זענען נישט גילטיג, נאר מען דארף אנקומען צו פראפעסיאנאלע הילף?
די איינציגע צושטאנד וואס מען טרעפט איז א משוגענער, רופט עס וויאזוי איר ווילט, און צו דעם איז יעדער מודה. און קיינער האט נישט קיין עצה דערפאר, חוץ פילן.
אלזא, לאמיר כאפן א בליק, ווער זענען געווען די וועלכע האבן אויפגעטראפן דעם מענטל העלט אינדוסטריע, עס איז באקאנט פאר יעדן, די מענטשן זענען געווען אזאנע וועלכע האבן נישט געגלייבט אין גארנישט, זיי האבן נישט געגלייבט אין קיין בורא עולם, אין קיין תורה, און זיכער נישט אין זאזא מושג ווי בחירה.
אט אזעלכע האבן אפירגעברענגט אז שוואכקייטן פונעם מענטש זענען א צושטאנד, און אויסגעטראפן היילונגען דערפאר.
אלזא נישט נוגע דער מהלך פונקטליך, נישט נוגע אז די געוואלדיגע חכמה האבן זיי באקומען פונעם בורא - אין וועם זיי האבן נישט געגלייבט.
עס איז א תפיסת העלם, וועלכע איז סותר אלעס אין וועלכע מיר גלייבן, אריינשטעקן א פינגער אין דעם ליניע איז שוין כפירה.
אלזא אנשטאט פרעגן דעם רב וועלכער איז באהאוונט אין מעדיקל ענינים, פרעגט דעם רב וועלכער איז באהאוונט אין עניני אמונה.
--
אזויווי איך פלאן מיר צו שיידן פון דעם פלאץ, אויף אייביג. ביטע האלט פאר אייערע אויגן דעם אלמלי אני חי והוא מת..