היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אמת
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

וויאזוי קען זיין אז אויב גייט זיך איינער לערנען טעראפי, וואס דאס מיינט גיין אין קאלעדש אדער אנליין, קוקט אים זיין סביבה אראפ אז ער איז געגאנגען שטודירן וכד', אבער פלוצלינג ווען ער באקומט די דעגרי, איז ער שוין א שיינע היימישע טעראפיסט, ממ''נ אויב איז גיין אין קאלעדש און שטודירן נאכאלץ היימיש איז פארוואס מאכט מען א עסק דערקעגן, אויב איז עס נישט היימיש איז פארוואס הייסט ער שפעטער א היימישע טעראפיסט?
נ.ב. איך נעם נישט קיין שום צד, איך וויל פשוט פארשטיין.
לעצט פארראכטן דורך אמת אום מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מכובד'יג ביי? מענטשן וועלכע זענען פאר'שיכור'ט פאר מענטל העלט, און יעדע זאך וואס רירט אן דערצו איז קודש קדשים?

אויב ווילסטו פארשטיין וואס איך מיין, דאן קוק די תגובות וואס וועלן נאכקומען.
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

ווער קוקט ארויף היימישע טערעפיסטן ??
כמאך זיי נישט אוועק אבער ווער קוקט זיי ארויף ?
אמת
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

איך מיין ארויסצוברענגען אז זיי הייסן נאכאלץ היימיש, כאפטס מיר נישט אויפן ווארט.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אמת האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:19 pm

נישט ביי מיר.

ביי מיר זענען זיי קליינקעפיגע פערזאנען וועלכע פראקטיצירן זינלאזע גוישע מעטאדן אויף אידן ווי כאילו זיי זענען די זעלבע סייענטיפישע פראדוקט ווי דעם גוי.

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:22 pm

אויב אזוי מיין איך אז איר האט טאקע נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול.

אמת האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:25 pm
הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:22 pm
אמת האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:19 pm
איך מיין ארויסצוברענגען אז זיי הייסן נאכאלץ היימיש, כאפטס מיר נישט אויפן ווארט.
נישט ביי מיר.

ביי מיר זענען זיי קליינקעפיגע פערזאנען וועלכע פראקטיצירן זינלאזע גוישע מעטאדן אויף אידן ווי כאילו זיי זענען די זעלבע סייענטיפישע פראדוקט ווי דעם גוי.
אויב אזוי מיין איך אז איר האט טאקע נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול.
אמת האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:01 pm
נ.ב. איך נעם נישט קיין שום צד, איך וויל פשוט פארשטיין.
נאך וואס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 8:00 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך וואס »

עס איז דא פארשידענע דאקטוירים היימישע אידן קיינער קוקט זיי נישט ארויף און קיינער קיקט זיי נישט אראפ, מען גייט צו זיי ווען מען דארף זיי און פארטיג
לאקאלער
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:55 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקאלער »

אמת האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:01 pm
וויאזוי קען זיין אז אויב גייט זיך איינער לערנען טעראפי, וואס דאס מיינט גיין אין קאלעדש אדער אנליין, קוקט אים זיין סביבה אראפ אז ער איז געגאנגען שטודירן וכד', אבער פלוצלינג ווען ער באקומט די דעגרי, איז ער שוין א שיינע היימישע טעראפיסט, ממ''נ אויב איז גיין אין קאלעדש און שטודירן נאכאלץ היימיש איז פארוואס מאכט מען א עסק דערקעגן, אויב איז עס נישט היימיש איז פארוואס הייסט ער שפעטער א היימישע טעראפיסט?
נ.ב. איך נעם נישט קיין שום צד, איך וויל פשוט פארשטיין.
ווער קוקט וועמען אראפ?
די עטליכע באמת היימישע טעראפיסטן פון וועמען איז ווייס צו זאגן זענען געגאנגען זיך לערנען לויט ווי זייער דעת תורה האט זיי געוויזן זיך צו פירן...

די אידן דארף מען ארויפקוקן פארן שטיין צו הילף פארן היימישן ציבור אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו די גאס, און אדרבה, וויפיל איך האב דא און דארט מיטגעהאלטן, איז עס גארנישט אזוי גרינג עס צו טוהן אויף די ריכטיגע אויסגעהאלטענע וועג, און עס מוז באגריסט ווערן.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

וואס איז דיין שאלה ?

בכלל נישט מכובד'יג. אנשים מן השורה. און אויב קענען זיי העלפן מענטשן איז גוט. וניתן רשות לרופא לרפאות. וגם להתלמד האיך לרפאות. און אויב נישט נישט.

די עצם אויסהערן א מענטש, מאכן פילן איינגענעם, באליבט, אנגענומען ביי זיך און ביי אנדערע, איז קובע ברכה לעצמו.

@הארי איז עפעס נישט אין די גוסטע היינט.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:57 pm

טרעף מיר איינמאל רעדן וועגן טעראפי, יא אין די גוסטע..

'וגם להתלמד איך לרפאות' איז סך הכל געזאגט אז איר האלט אז עס איז מותר, נאר געשריבן אין לה'ק להרבות ה'טראסק. מהי'ת אז ס'איז דא א היתר אויף שטודירן?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

די היימישע וואס שטודירין טון עס אויף זייער א היימישע פארמאט . פארוואס מעג מען גיין צו א פלעי ר"ל גיין צו א טיאטער?? אלע מאי סאיז דא א גרויסע חילוק כן הדבר הזה

סהייסט נישט "שטודירן" רוף עס זיי לערנען זיך אדער זיי נעמען א קורס

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:01 pm

וואו איז די איסור ?

דאס וואס מ'האט גע'אסרט שטודירן בזמן מן הזמנים איז געווען לפי השעה ולפי המצב. ברור ומובן מאליו אז אין די היינטיגע חולי הנפש'דיגע וועלט איז עניוואן וואס קען טוהן עפעס צו ראטעווען מענטשן, בחורים, מיידלעך, פון אלע פארשוועמענדע מים הזידונים איז א מציל ומושיע (אויב ער טויגט), שכרו הרבה מאוד, עת לעשות לה', ולא גרע מחברה הצלה

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:10 pm

דאס וואס מ'האט גע'אסרט שטודירן בזמן מן הזמנים איז געווען לפי השעה ולפי המצב. ברור ומובן מאליו אז אין די היינטיגע חולי הנפש'דיגע וועלט איז עניוואן וואס קען טוהן עפעס צו ראטעווען מענטשן, בחורים, מיידלעך, פון אלע פארשוועמענדע מים הזידונים איז א מציל ומושיע (אויב ער טויגט), שכרו הרבה מאוד, עת לעשות לה', ולא גרע מחברה הצלה
א בפירושע תשובות @אליהו ליכטענשטיין אז היינט איז ווערן א טעראפיסט א לכתחילה
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

וויפיל פראצענט היימישע טעראפיסטן זענען געגאנגען אין קאלעדזש?
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:14 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:10 pm

דאס וואס מ'האט גע'אסרט שטודירן בזמן מן הזמנים איז געווען לפי השעה ולפי המצב. ברור ומובן מאליו אז אין די היינטיגע חולי הנפש'דיגע וועלט איז עניוואן וואס קען טוהן עפעס צו ראטעווען מענטשן, בחורים, מיידלעך, פון אלע פארשוועמענדע מים הזידונים איז א מציל ומושיע (אויב ער טויגט), שכרו הרבה מאוד, עת לעשות לה', ולא גרע מחברה הצלה
א בפירושע תשובות @אליהו ליכטענשטיין אז היינט איז ווערן א טעראפיסט א לכתחילה
מיט א רואיגקייט, מיין פריינט...

כ'בין גרייט צו הערן די צד פארקערט.

אגב, אויב זאגסטו מיר צו וועלכע קרייז, קהילה דו געהערסט, קען איך דיר אפשר אריינשיקן א פאר מעשיות פון דיין קהילה צו פראוון די פאוינט.

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אמת
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

ריעל ניוז האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:16 pm
וויפיל פראצענט היימישע טעראפיסטן זענען געגאנגען אין קאלעדזש?
וויאזוי דען קענען זיי?
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:10 pm
הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:01 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:57 pm
וואס איז דיין שאלה ?

בכלל נישט מכובד'יג. אנשים מן השורה. און אויב קענען זיי העלפן מענטשן איז גוט. וניתן רשות לרופא לרפאות. וגם להתלמד האיך לרפאות. און אויב נישט נישט.

די עצם אויסהערן א מענטש, מאכן פילן איינגענעם, באליבט, אנגענומען ביי זיך און ביי אנדערע, איז קובע ברכה לעצמו.

@הארי איז עפעס נישט אין די גוסטע היינט.
טרעף מיר איינמאל רעדן וועגן טעראפי, יא אין די גוסטע..

'וגם להתלמד איך לרפאות' איז סך הכל געזאגט אז איר האלט אז עס איז מותר, נאר געשריבן אין לה'ק להרבות ה'טראסק. מהי'ת אז ס'איז דא א היתר אויף שטודירן?

וואו איז די איסור ?

דאס וואס מ'האט גע'אסרט שטודירן בזמן מן הזמנים איז געווען לפי השעה ולפי המצב. ברור ומובן מאליו אז אין די היינטיגע חולי הנפש'דיגע וועלט איז עניוואן וואס קען טוהן עפעס צו ראטעווען מענטשן, בחורים, מיידלעך, פון אלע פארשוועמענדע מים הזידונים איז א מציל ומושיע (אויב ער טויגט), שכרו הרבה מאוד, עת לעשות לה', ולא גרע מחברה הצלה
דאס אז ס'איז געווען לפי שעה דארף האבן שיקול הדעת פון גדולי ישראל, ואין בי'ד יכול לבטל בי'ד חבירו אא'כ גדול הימנו בחכמה ובמנין.

ידוע די מעשה פון קדיו'ט צוגעזאגט עוה'ב פארן דאקטאר אויב ער שניידט זיך די בארד, מען זאל נישט זאגן אז מען קען בלייבן ערליך נאכן שטודירן.

--

לגבי די הגדרה 'היינטיג חולי הנפש'דיגע וועלט'. דא ליגט דער לאך. געוויסע זענען געווארן אנציקט פון א נארישע גוישע חכמה, ערפינדן דורך חילונים, שקצים. און מכח זייער פארגלייבטקייט דערין שפירן זיי פאר א הייליגע פליכט צו פאמפן אז חולי נפש איז 'מחלת הכלל' ווייל אזוי וועט דער עולם נוצן די וואונדערבארע חכמה.

נישטא קיין שום באווייז אז חולי הנפש איז נתרבה געווארן, מען מאכט פשוט א גרעסערע עסק דערפון.

און ווי פארשטענדליך ווען מען מאכט אן עסק דערפון, קומט יעדער מענטש וואס אביסל נישט באקוועם מיט זיך, אדער מיטן לעבנס שותף, און כאפט זיך ארויף אויפן מענטל העלט וואגן, פיקט אויף א לעבל, און מאכט זיך משוגע פאר יארן, ארומלויפנדיג צו טעראפיסטן, פארשווענדן געלט, וכולי האי ואולי בלייבט ער האלב אזוי נארמאל ווי דער באשעפער האט אים באשאפן.

צו נעמען די גוישע מעטאדן און נוצן אויף אידן איז כלל נישט שכל'דיג. זינט אידן פירן גענצליך א צווייטע סארט לעבן, און אנדערע זאכן געבן זיי סיפוק.

אז איר ווילט דוקא וויסן וואס דער גרויסער דאקטאר דער רמב'ם זאגט איבער חולי נפש, דער רמב'ם רעדט דערפו! און נאך ווי! ער באצייכנט מדות גרועות אלץ חולי הנפש. יעצט זאג מיר נישט אז איך בין פאנאטיש, צוריקגעשטאנען, בארבאריש, פארן שרייען אז די חשובע חולי נפש זאלן ארבעטן אויף זייערע מדות, ניין נישט דאס זאג איך.

מען קען נוצן הילף צו ארבעטן אויף די מדות, מען דארף האבן א אפענע אויער, מען דארף מענטשן זאלן אויסקלארן צעמישענישן, אדרבה ואדרבה, הלוואי זאלן זיין צענדליגער היימישע א.ג. טעראפיסטן וואס זאלן דאס טון.

אבער אנשטאט האבן זיין גענומען דעם נארישן גוי'שן מהלך, עפעס וואס שטעלט פאר א בילד פון אני ואפסי, איך דארף זיין מסודר, געזונט, צעפרידן. אויב עס וועט צעברעכן מיין שטוב איז אויך גארנישט. אויב איז עס א סתירה מיט חובת האדם בעולמו איז אויך גארנישט.

ואגב, רעדנדיג לעצטנס מיט אפאר פראמינענטע טעראפיסטן בין איך שאקירט געווארן צו הערן אז דער מענטל העלט אינדוסריע בויט כמעט נישט אויף קיין דאטא, כאילו עס איז א מעט שפיל, נישט נוגע די תוצאות, אויב שטימט עס אינעם בוך איז גוט. איר זענט שאקירט? שרייט נישט אויף מיר! שריי נישט גלייך במושכל ראשון אז איך זאג ליגנט, מאכט אייער ריסוירטש רואיגערהייט, און קומט מיר צוריק זאגן וואס איר האט געהערט.

אלזא ביטע, ווערט נישט אזוי אנציקט פון די טעראפיסטן און זייער הצלת נפשות. קוקט עס אן מיט א אידישן בליק.
אמת
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:08 pm
די היימישע וואס שטודירין טון עס אויף זייער א היימישע פארמאט . פארוואס מעג מען גיין צו א פלעי ר"ל גיין צו א טיאטער?? אלע מאי סאיז דא א גרויסע חילוק כן הדבר הזה

סהייסט נישט "שטודירן" רוף עס זיי לערנען זיך אדער זיי נעמען א קורס
נעמען א קורס איז שייך אויף א קלייניגקייט, אויף טעראפי דארף מען שטודירן עטליכע יאר, און די מערסטע היימישע וועג איז אויף ZOOM מיט א קלאס פון גויים און אידן און א גוי'שע פראפעסאר. איך ווייס איינער וואס נעמט א קורס אויף עפעס אסאך קלענער פון טעראפי וואס דארף צוקומען איינמאל א וואך צו א ZOOM קורס.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:Oceania

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

ע"ע תורת איזשביצע
אמת
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

@הארי פלארי האט א שטארקע פוינט. אבער דאך דארף מען זיין געלערנט צו קענען אויסקלארן די צומעשענישן.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אמת האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:31 pm
@הארי פלארי האט א שטארקע פוינט. אבער דאך דארף מען זיין געלערנט צו קענען אויסקלארן די צומעשענישן.
און די אויסגעקלארטע גוים וועלן דאס אויסלערנען.
אמת
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:47 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת »

ירוחם פישל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:30 pm
ע"ע תורת איזשביצע
? אפשר לתועלת הענין קענט איר זיך מער מסביר זיין.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:26 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:10 pm
הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:01 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:57 pm
וואס איז דיין שאלה ?

בכלל נישט מכובד'יג. אנשים מן השורה. און אויב קענען זיי העלפן מענטשן איז גוט. וניתן רשות לרופא לרפאות. וגם להתלמד האיך לרפאות. און אויב נישט נישט.

די עצם אויסהערן א מענטש, מאכן פילן איינגענעם, באליבט, אנגענומען ביי זיך און ביי אנדערע, איז קובע ברכה לעצמו.

@הארי איז עפעס נישט אין די גוסטע היינט.
טרעף מיר איינמאל רעדן וועגן טעראפי, יא אין די גוסטע..

'וגם להתלמד איך לרפאות' איז סך הכל געזאגט אז איר האלט אז עס איז מותר, נאר געשריבן אין לה'ק להרבות ה'טראסק. מהי'ת אז ס'איז דא א היתר אויף שטודירן?

וואו איז די איסור ?

דאס וואס מ'האט גע'אסרט שטודירן בזמן מן הזמנים איז געווען לפי השעה ולפי המצב. ברור ומובן מאליו אז אין די היינטיגע חולי הנפש'דיגע וועלט איז עניוואן וואס קען טוהן עפעס צו ראטעווען מענטשן, בחורים, מיידלעך, פון אלע פארשוועמענדע מים הזידונים איז א מציל ומושיע (אויב ער טויגט), שכרו הרבה מאוד, עת לעשות לה', ולא גרע מחברה הצלה
דאס אז ס'איז געווען לפי שעה דארף האבן שיקול הדעת פון גדולי ישראל, ואין בי'ד יכול לבטל בי'ד חבירו אא'כ גדול הימנו בחכמה ובמנין.

ידוע די מעשה פון קדיו'ט צוגעזאגט עוה'ב פארן דאקטאר אויב ער שניידט זיך די בארד, מען זאל נישט זאגן אז מען קען בלייבן ערליך נאכן שטודירן.

--

לגבי די הגדרה 'היינטיג חולי הנפש'דיגע וועלט'. דא ליגט דער לאך. געוויסע זענען געווארן אנציקט פון א נארישע גוישע חכמה, ערפינדן דורך חילונים, שקצים. און מכח זייער פארגלייבטקייט דערין שפירן זיי פאר א הייליגע פליכט צו פאמפן אז חולי נפש איז 'מחלת הכלל' ווייל אזוי וועט דער עולם נוצן די וואונדערבארע חכמה.

נישטא קיין שום באווייז אז חולי הנפש איז נתרבה געווארן, מען מאכט פשוט א גרעסערע עסק דערפון.

און ווי פארשטענדליך ווען מען מאכט אן עסק דערפון, קומט יעדער מענטש וואס אביסל נישט באקוועם מיט זיך, אדער מיטן לעבנס שותף, און כאפט זיך ארויף אויפן מענטל העלט וואגן, פיקט אויף א לעבל, און מאכט זיך משוגע פאר יארן, ארומלויפנדיג צו טעראפיסטן, פארשווענדן געלט, וכולי האי ואולי בלייבט ער האלב אזוי נארמאל ווי דער באשעפער האט אים באשאפן.

צו נעמען די גוישע מעטאדן און נוצן אויף אידן איז כלל נישט שכל'דיג. זינט אידן פירן גענצליך א צווייטע סארט לעבן, און אנדערע זאכן געבן זיי סיפוק.

אז איר ווילט דוקא וויסן וואס דער גרויסער דאקטאר דער רמב'ם זאגט איבער חולי נפש, דער רמב'ם רעדט דערפו! און נאך ווי! ער באצייכנט מדות גרועות אלץ חולי הנפש. יעצט זאג מיר נישט אז איך בין פאנאטיש, צוריקגעשטאנען, בארבאריש, פארן שרייען אז די חשובע חולי נפש זאלן ארבעטן אויף זייערע מדות, ניין נישט דאס זאג איך.

מען קען נוצן הילף צו ארבעטן אויף די מדות, מען דארף האבן א אפענע אויער, מען דארף מענטשן זאלן אויסקלארן צעמישענישן, אדרבה ואדרבה, הלוואי זאלן זיין צענדליגער היימישע א.ג. טעראפיסטן וואס זאלן דאס טון.

אבער אנשטאט האבן זיין גענומען דעם נארישן גוי'שן מהלך, עפעס וואס שטעלט פאר א בילד פון אני ואפסי, איך דארף זיין מסודר, געזונט, צעפרידן. אויב עס וועט צעברעכן מיין שטוב איז אויך גארנישט. אויב איז עס א סתירה מיט חובת האדם בעולמו איז אויך גארנישט.

ואגב, רעדנדיג לעצטנס מיט אפאר פראמינענטע טעראפיסטן בין איך שאקירט געווארן צו הערן אז דער מענטל העלט אינדוסריע בויט כמעט נישט אויף קיין דאטא, כאילו עס איז א מעט שפיל, נישט נוגע די תוצאות, אויב שטימט עס אינעם בוך איז גוט. איר זענט שאקירט? שרייט נישט אויף מיר! שריי נישט גלייך במושכל ראשון אז איך זאג ליגנט, מאכט אייער ריסוירטש רואיגערהייט, און קומט מיר צוריק זאגן וואס איר האט געהערט.

אלזא ביטע, ווערט נישט אזוי אנציקט פון די טעראפיסטן און זייער הצלת נפשות. קוקט עס אן מיט א אידישן בליק.
און וואס זאגט די חכם מכל אדם שלמה המלך אויף מחלות הנפש? דאגה בלב איש ישחנה לאחרים
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:26 pm
נישטא קיין שום באווייז אז חולי הנפש איז נתרבה געווארן

איך לייען גוט???????
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”