עס איז דיר שוין געלונגען ארויסצונעמען די קיי גומי פון אויער?????
איך פלי היבש אפט, און בתחילה פון מיין פליען קאריערע פלעג איך פרובירן צו טוהן פארשידענע אופנים, דהיינו קייען גאם, הערן מוזיק הויך, געניצן פאלש, פארשטאפן מיין נאז מיט די פינגער און בלאזן מיט די נאז ביז די אויער קראכט, טרינקען וואסער, וכו' וכו' וכו', איך בין געווען א וועטעראן אין די אלע עצות קעגן אויער פארשטאפונג. אבער איך האב אינאכט גענומען אז עס העלפט נישט!!! עס האט צו טוהן מיט די קלימאט און די וועטער פון וואו מען פליעט און וואו מען לאנדט, און דאן בין איך געקומען צו מיין מסקנא, און איך האב מיר שוין כמה פעמים איבערגעצייגט דערין, אז אויב פארשטאפט זיך די אויער העלפט גארנישט, און אויב עס איז א וועטער און קלימאט וואס עס פארשטאפט זיך נישט, דארף מען גארנישט!!!
ממילא היום יום, בשעת'ן לאנדן בפרט טאמער עס איז נאך א לאנגע נסיעה, און איך בין באורד אוט אוו די באקס, קוק איך מיר אום אויף די מאדנע פאקסן וואס יעדער פאסאנדזשיר מאכט, און ביי מיר לאך איך, דו נאַרעלע, מוטשעסטו זיך אומזיסט, אדער וועט עס דיר סייווי נישט העלפן, אדער פעלט נישט אויס די פאקסן, פון בלאזן די נאז וכו' וכו' וכו'.
נ.ב. איך האב שוין אויך אמאל געהאט אז די אויער האט זיך ערשט גענצליך אויפגעשטאפט באלד 48 שעה נאכן פליען!!!!!!!
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
פון מיין עקספיריענס האב איך געזעהן אז נאך די בעסטע פון אלע עצות איז צו הערן הויך מוזיק, אבער הויך מיינט גאר הויך. (בדיעבד איז א דרשה טעיפ אויך גוט) ומה טוב ומה נעים טאמער מען קען בשעת מעשה צוטרינקען אביסל וואסער
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
די באביטשקע נעבן מיר, האבעך אמאל געזען, ווי זי דעקט איבער די צוויי אויערן מיט צוויי פלעסטיק קאפס. ווער ווייסט אפשר האט זי נאך מקובל די סגולה פון אירע איר-עלטערן.........
שוועמל, עס האט צו טוהן מיט די קלימאט, נישט מיט די וועטער,
אויב דו ביסט אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, פרוביר זיך צו דערמאנען צו די אויער פארשטאפונג איז געווען אויף די גאטונג - באיכות - וואו ווען מען לאנדט אינמיטן ווינטער אין קענעדי...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
סאדע_באטל האט געשריבן:
שוועמל, עס האט צו טוהן מיט די קלימאט, נישט מיט דיוועטער,
אויב דו ביסט אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, פרוביר זיך צו דערמאנען צו די אויער פארשטאפונג איז געווען אויף די גאטונג - באיכות - וואו ווען מען לאנדט אינמיטן ווינטער אין קענעדי...
קלימאט מיינט וועטער, חוץ אויב דו ווילסט זאגן פרעשור.
אבער איך מיין עס האט יא צוטון מיט די פרעשור, קען זיין די קלימאט גיבט צו אביסל. ביי די גאר שנעלע עלעוועיטערס אינסטולירט מען ספעציעלע פרעשור עקוויפמענט, ווייל ווען עס פארט גאר שנעל קען מען פארלירן יתרו'ס הערינג... (מה שמועה שמע ובא).
מי הוא זה האט געשריבן:
I have so much ear pain while flying
is there anything I can do?
עמו אנכי בצרה
עס האט א נאמען "עירפלעין אויערן"
פאר מיר ארבעט די פאלגענדע עקסערסייז: ווי נאר די עלטיטוד (הייעך) פון עראפלאן פאלט צו 25,000 - האלט קאפ אויב די הייבסט אן שפירן פרעשער אין די אויערן - ווי נאר מען הייבט אן פילן די מינדעסטע פרעשער - פארזיגל דיינע ליפן - פול אן דיין מויל מיט לופט, לאזנעדיג דיינע באקן זיך אויפבלאזן. - הייב אן ארויסלאזן אביסל לופט, אבער האלט אן די לופט פרעשער און מויל. - כאפ אן ביידע אויערען - די אונטערשטע חלק און דריי\שלעפ עס לייכטערהייט אין אלע ריכטונגען. - טו עס ווי לאנג די פרעשער האלט אן. געווענדליך וועט זיך עס בארואיגן ביי עלטיטוד פון 10,000
אויב די עירקרעפט פארט צוביסלעך אראפ - וועט די אויערן נישט וויי טון - ווייל די אויערן האבן צייט צו עדזשאסטן די לופט פרעשער. אויב די פלעין לענד מיט א העכערע ענגעל - שנעלערע טויש אין די פרעשער - וועלן געוויסע פיהלן שרעקליכע ווייטאג אין די אויערן פאר עטליכע טעג. אני הקטן האב שוין שיעור אויפגעגעבן פון פליען. ביז איך האב געטראפן די עקסערסייז.